בלאט 2 פון 8
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:03 pm
דורך זר זהב
מיר שמעקט א דאשיק, איך האב אבער נישט די גאטס.
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:05 pm
דורך איך אויך
די ניין טעג איז שוין פאראיבער, קענסט געזונטרהייט אנטוהן א הוט וואס שמעקט נישט..
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:05 pm
דורך זר זהב
חחחחחחחחחחחחחח
איך זעה האסט נישט געליינט
מיין פאעזיע...
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:09 pm
דורך איך אויך
כ'האב נישט געמיינט אזא פיינשמעקר (פון אינטענטד) ווי דיר, כ'האב גערעדט צום אויס-מענטש.
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:09 pm
דורך ניו יארק
מדרש פליאה!
זר זהב האט געשריבן:איך בין ב"ה העפפי מיט וואס איך גיי. נאו אישוס העיר
זר זהב האט געשריבן:מיר שמעקט א דאשיק, איך האב אבער נישט די גאטס.
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:13 pm
דורך זר זהב
הא לן והא להו
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:15 pm
דורך ניו יארק
נוי יארק האט געשריבן:מדרש פליאה!
זר זהב האט געשריבן:איך בין ב"ה העפפי מיט וואס איך גיי. נאו אישוס העיר
זר זהב האט געשריבן:מיר שמעקט א דאשיק, איך האב אבער נישט די גאטס.
נו, נאכדעם פארשטייט מען פארוואס עס קומט אזא תגובה
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:16 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:מיר שמעקט א דאשיק
איך האב אלס געמיינט אז דיר שמעקט א גאלדענעם קרוין (זר זהב)
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:18 pm
דורך זר זהב
דעם קרוין האב איך אן אינדערהיים. אין גאס זוכעך נישט אויסצושטעכן קיינעם די אויגן
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:20 pm
דורך זר זהב
נוי יארק האט געשריבן:נוי יארק האט געשריבן:מדרש פליאה!
זר זהב האט געשריבן:איך בין ב"ה העפפי מיט וואס איך גיי. נאו אישוס העיר
זר זהב האט געשריבן:מיר שמעקט א דאשיק, איך האב אבער נישט די גאטס.
נו, נאכדעם פארשטייט מען פארוואס עס קומט אזא תגובה
זר זהב האט געשריבן:איז עפעס נארמאל מיט מיר ???
יענער תגובה איז געווען פאר דעם! דיין בנין צופאלט

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:25 pm
דורך ניו יארק
זר, איך פארגין דיר צו האבן דעם לעצטן ווארט, מען דארף נאך לאזן עפעס פאר מארגן.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:33 am
דורך משה געציל
א שאלה צו מען מעג? זעכער מעג מען, ווי לאנג דו דינסט דעם באשעפער און ביזט נזהר בקלה כבחמורה מעגסטו אפילו ארום גיין מיט א עד הבדוק אויפן קאפ. דיין שאלה ווי איך פארשטיי איז מער פארוואס דו שעמסט זיך צו טוישען פון די הוט וואס דיין טאטע איז געגאנגען, דאס איז שוין מער א געפילעשע סארט פראבלעם וואס דו האסט צוויי ברירות, אדער שלום מאכען מיטן מצב, אדער גיין צו א פראפעסיאנאל וואס זאל דיר אויסלערנען ווי אזוי צו לאכען פון אנדערע.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:42 am
דורך ניו יארק
לאמיר פארשטיין, אויב הייבט ער אן צו גיין מיט אן "עד הבדוק" אויפן קאפ (פאני, ניין?). דארף זיין קינד אויך גיין אזוי...?
Re: מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:51 am
דורך איחוד פעלד
יש מקילים אין פלארידא צו גיין מיט א דאשיק.
אבער כידוע איז שוין פין לאנג דא אן איסור חמור פין די רבנים וואס האבען געזאגט אז עס נישטא קיין שום היתר צו פארען קיין פלארידא, ממילא איז פין זיך אליין אוועק געפאלען דער איינער היתר פין טראגען א דאשיק.
זינט דאמאלט האט מען אין היימישע געשעפטען אויף געהערט פארקויפען דעם דאשיק.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:54 am
דורך זר זהב
קאן נישט זיין!
מיין שווער גייט פון צייט צו צייט מיט א דאשיק. -- קען אבער זיין ער האט עס געקויפט נאך פאר'ן פלארידע איסור.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 4:56 am
דורך אלדד
קיינער האט דא נישט קיין תאווה פאר א בעיסבאל קעפ?
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 9:53 am
דורך זר זהב
שיטה מקובצת האט געשריבן:די שאלה איז נאר פארוואס די וואס גייען פלאטשיקע היטן צווינגען זייערע קינדער צו גיין דערמיט.
BS
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:22 am
דורך אויס מענטש
משה געציל האט געשריבן:א שאלה צו מען מעג? זעכער מעג מען, ווי לאנג דו דינסט דעם באשעפער און ביזט נזהר בקלה כבחמורה מעגסטו אפילו ארום גיין מיט א עד הבדוק אויפן קאפ. דיין שאלה ווי איך פארשטיי איז מער פארוואס דו שעמסט זיך צו טוישען פון די הוט וואס דיין טאטע איז געגאנגען, דאס איז שוין מער א געפילעשע סארט פראבלעם וואס דו האסט צוויי ברירות, אדער שלום מאכען מיטן מצב, אדער גיין צו א פראפעסיאנאל וואס זאל דיר אויסלערנען ווי אזוי צו לאכען פון אנדערע.
קודם כל א דאנק משה געציל, פארן ענטפערן צו דערזאך, מאנכע דא האבן גענטפערט סתם אזוי צו הייבן זייער סטאטוס פון הודעות ותשוח"ח להן
יעצט לענינינו, דער ציל פון דעם אשכול, איז נישט צו פרעגן פאר מיר הלכה למעשה, -איך גיי ב"ה דעם הוט וואס איך וויל , און ווי איך וואוין קען איך אריינקומען אין שול, מיט וועלכע הוט איך וויל און טרעף אויף די וואנט. {אן "עד הבדוק" גראדע נישט אלץ ולא תתורו און בל תשקצו, און לא תלבש}-
נאר אביסל ארום צו שמועסן און אויס צו שמועסן דעם פראבלעם, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט, אז מען קען זעהן פון יעדן'ס ענטפער ווי ער וואוינט, ווייל די וואס וואוינען אין א שטאט, און אין א סביבה, ווי זייער הוט איז דער מאיראיטעיט, האבן נישט ארויס דעם פראבלעם.
חוץ דער פראבלעם פון פלאכע ביבער הוט איז יא נוגע בכל עת ובכל מקום, און טאקע פארדעם זענען דא פילע וואס לאזן זייער קינדער טוישן, און מען דארף טאקע דורכברעכן און איננפירן לכל העם הנמצאים בכל מקומות מושבותיהם, אז דער זאך פון הוט זאל זיין א טעיסט נישט קיין מנהג, ווייל גענוי ווי שיך האט דאס גארנישט מיט מסורת האבות, אינדערהיים סיי אין פוילן סיי אונגארן- חוץ ממש פאר די מלחמה- איז יעדער געגאנגען וועלכע הוט אים שמעקט, וכן יעשו לדורותיהם.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:32 am
דורך זר זהב
אויב אזוי פארוואס בלייבסטע שטיין ביי היטן? וואס איז מיט די סוטס/רעקלעך. איז א מסורה אז איך מוז גיין מיט א GG שוארצן לאנגן רעקל?
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:49 am
דורך קאווע טרינקער
אויס מענטש האט געשריבן: איך פארשטיי נישט מה נשתנה ? היט, פון רעקל, שיך, וואס יעדער קויפט לויט זיין געשמאק און גוסטע,
אדרבה לאמיר הערן דעם דעת הקהל
ס'איז בכלל נישט "מה נשתנה". פראביר אנצוטהין א רעקל מיט באהאלטע קנעפלעך (למשל ווי די באבוב'ע גייען), וועט דיין פרומע שוואגער דיך מעורר זיין אז דו ביסט משנה דעם לבוש... דו זעלבע איז מיט די שיך, ס'איז אנגענומען צו גיין מיט 2 3 קאמפעניס, ותו לא מידי.
על כן " וואס יעדער קויפט לויט זיין געשמאק און גוסטע " איז בכלל נישט גילטיג אין אינזער "סיסטעם".
בנוגע דעת הקהל, קען איך נאר זאגן מיין מיינוג, אז מ'דארף בכלל נישט גיין מיט א הוט, אזוי ווי אין די גאנצע וועלט איז היינט צו טאגס א הוט בכלל נישט קיין כבוד זאך. און וויבאלד ס'האט נישט מיט הלכה קיין שייכות ע"כ הייסט דאס נישט משנה געווען.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:42 pm
דורך דולה ומשקה
מ'טרעפט רבנים ואדמורי"ם וואס האבען זיך געטוישט זייער הוט לפי זייער געשמאק.
באבוב רבי פארן קריג געטראגען א פלאכע ביבער הוט נאכען קריג א הויכע.
אזוי כנ"ל דער בלאזוב רבי.
היינטיגע בלאזוב רבי בן חורגו (אדאפטירטע זוהן) פון פרידיגע בלאזוב רבי פלעגט טראגען א בענד-דאון הוט שפעטער אויף א קראך הוט, איך דערנאך מיט דעם סאמעטע בובע הוט עד היום הזה, (זעהט נישט אויס ווי ער וועט זיך נאך אמאהל טוישען).
דער קדושת יום טוב האט געטראגען א שמאלע ראם פלאכע הוט, אזוי אויך האט דער עצי חיים געטראגען א שמאלע ראם, דער סאטמטאר רבי האט געטוישט אויף א ברייטע ראם. רבי זלמן לייב פלעגט טראגען א שמאלע ווען ער איז געווארען א איידער ביים סאטמאר רבי האט ער געטוישט אויף א ברייטע, דער ברך משה איז אלס געגאנגען מיט א ברייטע.
גענונג איך נאך פון די רוזין'ע גזע האבען געטראגען א קראך הוט, שפעטער געטוישט אויף א בובע הוט.
אסאך זעלבסט געקרוינטע שיינע אידען פלוצילנוג אין איין שיינע צופרי מארגען זעהט מעט זיי שפאצירען מיט א ברייטע ראם הוט.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 2:37 pm
דורך גאלד
ווי עס שיינט זענען די צאנזער קינדער און אייניקלעך געגאנגען מיט פלאכע ביבער היטן
דער באבובער רבי איז געגאנגען מיט א פלאכע היט פאר די קריג,
ווי אויך איז דא בלידער פון, ר' אהרן קרייזער, דער קאלאשיצער, ר' שלום אליעזר ראצפעטער, ר' ישעי' מקראקא
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 3:15 pm
דורך שמואל הלוי
און עטליכע זענען געגאנגען מיט קאלפיקן, אזוי ווי דער קדושת ציון זצ"ל הי"ד.