די נייע היסטאריע פון היטלער ימ"ש
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דו ביסט בעצם גערעכט מיט דיין אפשאצונג. אבער ויש לחלק. מ'קען דאך זאגן א חילוק פארוואס אונז טוען נישט פארדאמען די פאר ראדיקאלע משוגעים צווישן אונז. דער תירוץ איז פשוט. אפילו דער מערסטער פאררוקטער, ראדיקאלער איד. (ואין צריך לפורטם בשמותם) האט נאך קיימאל נישט אונטערגעלייגט א באמבע אדער געשטעלט דירעקט איין מענטשנ'ס לעבן אין סכנה. (מ'רעדט נישט אידעאלאגיש). מ'קוקט זיי אן ווי סתם משוגעים...! משא"כ. ביי די מוסלימס. די אזוי-גערופענע ראדיקאלע גייען און פיהרן דורך מאסן רציחות אין נאמען פון זייער רעליגיע...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:קודם כל, מען רעדט נישט פון זיי נישט אריינלאזן, מען רעדט פון זיי צונעמען די קינדער.
והשנית והוא העיקר, נישט איך האב געזאגט אז עס איז די זעלבע, נאר דער טיפש סעשאנס האט אזוי געזאגט, די חילוק צווישן זיינע פאליסיס און נאצי דייטשלאנד איז לויט אים בלויז אז ער לאזט די אימיגראנטן ארויספארן פון לאנד אויב זיי ווילן.
נו, סעשאנס איז טאקע א טיפש אבער איר זייט דאך א חכם, און זאגאר אן אונטער חכם.
זייטזשע ביטע מסביר ווי אזוי טראמפ'ס אימיגראציע פאלעסי קערט זיך אן מיט די האלאקאוסט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: די נייע היסטאריע פון היטלער ימ"ש
אין מיינע אויגן קערט זיך עס טאקע נישט אן, די שאלה איז פארוואס סעשאנס האלט אז יא.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:דו ביסט בעצם גערעכט מיט דיין אפשאצונג. אבער ויש לחלק. מ'קען דאך זאגן א חילוק פארוואס אונז טוען נישט פארדאמען די פאר ראדיקאלע משוגעים צווישן אונז. דער תירוץ איז פשוט. אפילו דער מערסטער פאררוקטער, ראדיקאלער איד. (ואין צריך לפורטם בשמותם) האט נאך קיימאל נישט אונטערגעלייגט א באמבע אדער געשטעלט דירעקט איין מענטשנ'ס לעבן אין סכנה. (מ'רעדט נישט אידעאלאגיש). מ'קוקט זיי אן ווי סתם משוגעים...! משא"כ. ביי די מוסלימס. די אזוי-גערופענע ראדיקאלע גייען און פיהרן דורך מאסן רציחות אין נאמען פון זייער רעליגיע...!
איז עס דאך א קל וחומר, אויב אין וויליאמסבורג וועט קיינער נישט פארדאמען די געציילטע ראדיקאלן אויס מורה אמווייניגסטנס פאר בישות און עגמות נפש און אמערסטנס אויס מורה אז זיי וועלן פארלירן די פרנסה אדער נישט קענען טוהן קיין שידוכים, שטעלט אייך פאר וויאזוי ס'זעהט אויס ווען מ'האנדלט מיט אזעלכע ראדיקאלן וואס לעבן אויפן שווערד? וועלכע נארמאלע מאדערעטע פארשוין וואלט ארויסגעקומען אקעגן זיי?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:אין מיינע אויגן קערט זיך עס טאקע נישט אן, די שאלה איז פארוואס סעשאנס האלט אז יא.
קודם כל, ככאפ נישט וואס דאס איז נוגע,
צווייטענס, איר האט שוין געמאכט א הנחה אז סעשענס האלט אז דאס איז א האלאקאסט, און דאס געבעיסט אויף עפעס א ענטפער וואס ער האט געגעבן אפצושטויסן א רעפארטער וואס מאכט אזוינע זינלאזע צושטעלען.
לאמיר צענעמען סעשענס סטעיטמענט, און לאמיר זעהן פונקטליך פון וואנען מיר דרינגען דאס ארויס, ווייל איך בין אינגאנצען נישט קלאר דערינען.
סעשענס האט בסך הכל מסביר געווען אז אמעריקא האט גארנישט קעגען די אימיגראנטען פרעזענליך, בסך הכל ווילען זיי נישט אז אימיגראנטען זאלען אריינקומען אין די לאנד. משא"כ נאצי דייטשלאנד האט געזוכט צו רודפ'ן בדווקא אידען, און אדרבה מהאט נישט ארויסגעלאזט די אידען פון לאנד ווייל זיי זענען געווען א שונא וואס מ'האט געדארפט אראפרוימען פון וועג.
ווי זעהסטו דא אז סעשענס כאפט זיך כלומפרשט ארויס אז דאס איז א האלאקאוסט?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
מיר זענען אלע אויפגעוואקסן מיט א מאראלישע דעבאטע, צו מען מעג הרג'נן בעבי היטלער, יש הרבה סברות לכאן ולכאן וכבר נשברו עליו כמה קולמוסים.
הכל פנים, אלע זענען מודה אז די דעבאטע איז אויף די קליינע זיסע בעבי אדאלפל היטלער, אויף גרויסע טאטע היטלער האלטן אלע אז מען מעג און מען ברויך זיכער עלימינירן און פראבירן מיט אלע מיטלן צו אראפווישן פון וועג.
שטעלט זיך די שאלה ווען הייבט מען אן צו הייסן טאטי היטלער. יש אומרים אז איינמאל ער הייבט אן צו פארשפרייטן זיינע היטלעריסטישע איידיעס, איז דאס גענוג צו דערקלערן קריג קעגן אים און עס ליגט א מאראלישע פליכט אויף יעדן בר נש אים אפצושטעלן, פון די אנדערע זייט זענען אבער דא גרויסע מחמירים און דיני היטלער, וואס האלטן אז מען קען נישט אזוי גרינג אפפסק'נן א היטלער פאר א היטלער, עס פארלאנגט א געוואלדיגע ישוב הדעת און אחריות, און ווילאנג עס איז נישט זיכער בלי שום ספק אז ער איז טאקע היטלער, טאר מען אים נישט רופן היטלער.
און ווער זענען מיר זיך אריינצומישן און אזא הארבע מחלוקת.
הכל פנים, אלע זענען מודה אז די דעבאטע איז אויף די קליינע זיסע בעבי אדאלפל היטלער, אויף גרויסע טאטע היטלער האלטן אלע אז מען מעג און מען ברויך זיכער עלימינירן און פראבירן מיט אלע מיטלן צו אראפווישן פון וועג.
שטעלט זיך די שאלה ווען הייבט מען אן צו הייסן טאטי היטלער. יש אומרים אז איינמאל ער הייבט אן צו פארשפרייטן זיינע היטלעריסטישע איידיעס, איז דאס גענוג צו דערקלערן קריג קעגן אים און עס ליגט א מאראלישע פליכט אויף יעדן בר נש אים אפצושטעלן, פון די אנדערע זייט זענען אבער דא גרויסע מחמירים און דיני היטלער, וואס האלטן אז מען קען נישט אזוי גרינג אפפסק'נן א היטלער פאר א היטלער, עס פארלאנגט א געוואלדיגע ישוב הדעת און אחריות, און ווילאנג עס איז נישט זיכער בלי שום ספק אז ער איז טאקע היטלער, טאר מען אים נישט רופן היטלער.
און ווער זענען מיר זיך אריינצומישן און אזא הארבע מחלוקת.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמערל האט געשריבן:מיר זענען אלע אויפגעוואקסן מיט א מאראלישע דעבאטע, צו מען מעג הרג'נן בעבי היטלער, יש הרבה סברות לכאן ולכאן וכבר נשברו עליו כמה קולמוסים.
הכל פנים, אלע זענען מודה אז די דעבאטע איז אויף די קליינע זיסע בעבי אדאלפל היטלער, אויף גרויסע טאטע היטלער האלטן אלע אז מען מעג און מען ברויך זיכער עלימינירן און פראבירן מיט אלע מיטלן צו אראפווישן פון וועג.
שטעלט זיך די שאלה ווען הייבט מען אן צו הייסן טאטי היטלער. יש אומרים אז איינמאל ער הייבט אן צו פארשפרייטן זיינע היטלעריסטישע איידיעס, איז דאס גענוג צו דערקלערן קריג קעגן אים און עס ליגט א מאראלישע פליכט אויף יעדן בר נש אים אפצושטעלן, פון די אנדערע זייט זענען אבער דא גרויסע מחמירים און דיני היטלער, וואס האלטן אז מען קען נישט אזוי גרינג אפפסק'נן א היטלער פאר א היטלער, עס פארלאנגט א געוואלדיגע ישוב הדעת און אחריות, און ווילאנג עס איז נישט זיכער בלי שום ספק אז ער איז טאקע היטלער, טאר מען אים נישט רופן היטלער.
און ווער זענען מיר זיך אריינצומישן און אזא הארבע מחלוקת.
שמערל: די פראבלעם איז אז ווילאנג אונז וועללן מיר זיך קראצן און ישוב'ן כדי צו מאכן אבסאלוט 100% זיכער אז דער איז א היטלער, וועט ער נישט איינרוען. נאר ער וועט אקטיוו ארבעטן כדי אונז אונטערצוברענגען (ח"ו)...!
אזוי איז געווען ביי די אידן אין דייטשלאנד. וןען היטלער איז ארויפגעקומען אויף די סצענע האט איהם קיינער נישט גענומען ערנסט. און שפעטער האבן די דייטשע אידן זיך פארלאזט אז די קאנסטיטוציע און די געריכטן וועללן זיי באשיצן. ווען זיי האבן זיך געכאפט אין וואספארא שווערן מצב זיי זענען, איז שוין געווען צו שפעט...!