בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 12:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נמחק
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 5:09 pm
דורך פליישיג
כנ"ל
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 5:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא, איך ווער בייז פון די טפשות אין די קאראנא עפאכע, ובפרט פון די שקר און צביעות פון געוויסע.
ממילא די עץ'ניקעס, אדער מאנסי בהמות, זיי אנערקענן נישט בכלל די כלל פליכטן וואס א מענטש האט. זיי זענען נישט גערעכט, געוויסע זאכן באלאנגן נאר צום כלל, און דער יחיד האט נישט וואס אריין צו רעדן. אבער די פארטיי פירערס, וואס האבן אנגעשטאפט זייער שעף מיט די מושג אז מ'לעבט פון די כלל, און דער יחיד איז באמת גארנישט, פלוצלונג האלטן זיי נישט ביי די אייגענע ווארט. און די שווענץ דארט, און זאגאר די וואס האלטן זיך די אויפגעקלערטע, דרייען אהין און אהער צו בארעכטיגן די סארט התנהגות.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 2:59 pm
דורך דוראק
נקודת-אמת האט געשריבן:געפרעגט האב איך אמאהל ביי הרה"ח מנחם מענדל שיחי' גופין פון כפר חב"ד
וואס מיינט דאס "שי"ן של ג' ראשים" ("א שי"ן מיט דריי קעפ")
האט ער מיר בשום אין אופן ניט געוואלט זאגן
האב איך איהם געפרעגט א רמז
האט ער מסביר געוועהן אז ס'איז מגדיר אזוי געפערליך די מענטש אז ער טרעפט ניט אמאהל אן אנדערע בדומה לו צו צו שטעלן...
האב איך איהם געפרעגט אויב ס'איז ערגער פון "זאראזע" (ממזר לפענ"ד בל' רייסין)
האט ער געענטפערט:
"זאראזע איז א טיטל פון כבוד נעבן שין של ג' ראשים"...
ולא יסף
[tag]ונבנתה העיר[/tag] למדנו בינה בגויים...
זאַראַזע איז ניט קיין
מיאוסער וואָרט, עס איז טאַקע ניט שיין צו זאָגן אויף איינעם אַז ער איז אַ זאַראַזע, עס איז אויך ניט שיין צו זאָגן אַז איינער איז אַ שוטה ארץ, אָבער קיין מיאוסער וואָרט איז דאָס ניט. איינער פון מײנע משפיעים פלעגט אונז זאָגן „אין מזרזין אלא לזאַראַזעס”.
שי״ן מיט דרײ קעפּלעך, אַחוץ דעם פירוש הפשוט, זאָגט מען אויכעט אַז דאָס הייסט „שפלות של שקר”.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גור