בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:04 am
דורך real jew
זר זהב האט געשריבן:ספאלטער נישט ביי אז די הייליגע אותיות זענען מקדש דעם אינטערנעט


I'm sure that you didn't go the asifa and hear Rav Segal Cry

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:06 am
דורך ניו יארק
נו, נמנו וגמרו! אז מען דארף אנהייבן שרייבן אידיש!
איינשטימונג? פראטאקטלירט!!!

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:06 am
דורך זר זהב
איך בין דארט געווען. און איך האב געלייגט א פילטער

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:07 am
דורך ניו יארק
real jew האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ספאלטער נישט ביי אז די הייליגע אותיות זענען מקדש דעם אינטערנעט


I'm sure that you didn't go the asifa and hear Rav Segal Cry

ער האט עס געטון צו צומישען די חסידישע.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:10 am
דורך DotCom
real jew האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ספאלטער נישט ביי אז די הייליגע אותיות זענען מקדש דעם אינטערנעט


I'm sure that you didn't go the asifa and hear Rav Segal Cry


אבי מ'רעדט זיך אפ אז דער כינוס האט נישט אויפגעטהון...

A partir de hoy sólo estoy escribiendo en español, que el satanás morir pronto

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:39 am
דורך ריק סאנטורעם
איך האב געזאגט די ערשטע קינה אין די עשרה הריגי מלכות אין אלי ציון אין נאך אפאר שטיקלעך אינדערמיט

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 2:39 am
דורך ניו יארק
ריק סאנטורעם האט געשריבן:איך האב געזאגט די ערשטע קינה אין די עשרה הריגי מלכות אין אלי ציון אין נאך אפאר שטיקלעך אינדערמיט

תיקון ליל שבועות סטייל.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:47 am
דורך קרעקער
ארים מיר האבען אסאך יודען ביי די קינית געווען אויפען אייפאון ענדרויד דו גאנצע צייט

פארואס האט מען טאקע נישט קובע געווען א נארמאלע פאסט טאג אויפן האלאקאסט? סזענען געהארגעט געוארען אסאך מער יודען ווי ביים חורבן בית מקדש

אין ביי דע וועי כווייס נישט פאוואס די מאכט דעם אשכול נאר אויף קינות= עפען אויף אזא אשכול אויף יעדען טאג שחרית וועסטו האבען די זעלבע ענפערס
געדאווענט נאר האלב, אויסגעלאזט פין פארענט, מיד געווארען נאך 10 מיניט און אויסגעטין די תפילין

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:35 am
דורך ישבב הסופר
צירך:
אינני יודע מאיזה קדמונים אתה מצטט, אבל יודע תדע שרוב רבום המוחלט של קינות ת"ב הם של רבי אלעזר הקליר. השאר, 2 מהם מרבי יהודה הלוי, אחד מרבי ברוך ממגנצא [בעל ברוך ק-ל עליון], ממהר"ם מרוטנבורג, מרבי מנחם בן מכיר, ומרבי יהודה בן קלונימוס, ועוד פייטנים ששמם יודע לנו כגדולי עולם ממש.
יש מספר מוצמצם של קינות, שאין ידוע לנו מי חיברם, או שאין ידע לנו יותר משמו של המחבר. אגב, אחד הפזמונים שאין לנו השגה קלושה מי חיברם הוא "אלי ציון".
אינני יודע מאיזה קדמונים את המביא את זה, אולי אתה מערבב את זהנ עם מה שאמר האריז"ל על פיוטי הספרדים, שלא היה אומרם מפני שמחברם לא ידעו חכמת הקבלה. וזה אינו שייך לכאן, שהרי דבר זה אמר האריז"ל בפירוש על פייטני ספרד, אבל על הקליר ופייטני אשכנז אמר האריז"ל שהכל נכתב עפ"י קבלה. עכ"פ לכאן זה לא שייך, כיון שמדברים על הקליר, ולא על פייטני ספרד.

וששאלת מדוע לא הכניסו קינה על השואה:
איז אזוי: הקינה של רמ"ד וויסמנדל נכתבה על דרך הקליר, קשה להבין וכבדה על הפה, ופשוט צריך רש"י ותוס' להבין דבריו של רמ"ד. כך, שאם היה לך בעיה עם שאר הקינות, יהיה לך בעיה עם הקינה של רמד"ו.
הקינה של רבי שלמה מבאבוב זצ"ל יש בו שגיאות דקדוקיות וניכרת בו אי-הבנה בסיסית בדרכי המליצה והשירה. אף אחד אינו מצפה מאדמור גליציאני שידע איך כותבים קינה, אבער ס'איז - במחכ"ק - באמת שוואכע סחורה.
הקינה היחידה שהוא ראוי ליכנס לקאנון - לדעתי - הוא של רבי שמעון שוואב זצ"ל. קינה נאה ומלאה טעם, קלה להבין ורהוטה על לשון הקורא. מליצות נאות וסגנון שוטף. יש קהילות שהכניסוהו למנהג ואומרים אותו לפני 'אלי ציון'. באמת מי שרוצה יכול לומר קינה על השואה בשעה שהציבורר אומר קינה אחרת.

קרעקער: מה שאנו מתאבלים על חורבן בית המקדש אינו על מספר הגופות שהיו שם. אני מתאבלים על שחרבה בית מקדשיונ הראשון והשני, ושהלכנו בגולה, וששכינתא בגלותא, ושעיר האלוקים מושפלת ושועלים הלכו בבית קדשי הקדשים, ואנו פזורים בין האומות תחת שלטון הגוים, ובכלל בגלות המר הוא שחיטויות הרבות שעשו בנו הגויים, וצרות הרבות שהקיפונו. אבל לא מפני שהרבה אנשים מתו דייקא. כך שאין סיבה לגזור תענית על השואה, כי ת"ב כולל את כל זה. [וכן מבואר בהדיא בקינה על גזירות תתנ"ו].

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 9:52 am
דורך דעינעש
DotCom האט געשריבן:אבי מ'רעדט זיך אפ אז דער כינוס האט נישט אויפגעטהון...

A partir de hoy sólo estoy escribiendo en español, que el satanás morir pronto

פרייע איבערזעצונג:
Starting today I am just writing in Spanish, that satan die soon.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:26 pm
דורך שרגא
zurich האט געשריבן:קודם כל, ס'שטייט פון פריעדיגע אז אסאך פון די פזמונים האבן שוואכע יודן געמאכט,נאר בעלזע רב ז"ל האט געזאגט אז אריבער די דורות האט מען עס אויסגוואשען.
נא ווייל אפאר יודן האבן דיסיידעט צו מאכן א פזמון ווייל זיי האבן נישט געהאט וואס צו טוען,דארף איך משוגא ווערן?? [איך רעד נישט פון ר'אלעזר הקליר אין די אנדערע!]
צווייטנס, איי דוינט אנדערסדענד?? פארוואס דארפן אונז זאגן די אלע פזמונים אויף קדושי ווערמיזא וכו' יענע דורות האבן עס די יודן מחבר געווען פאר זייערע דורות אז זיי זאלן עס זאגן,ווייל זיי האבן געהאט א געפיל צו דעים פאר זיי אוז עס געווען געמאכט,אבער אונז?? אונז זיץ מיר אונז פלעפלען אוועק פאר דריי שעה,און אונז פארשטיי מער קיין אות אחת!!!
וואס וויל איך ארויס ברענגען??
אז בובבער רב ז"ל האט געמאכט א פזמון פאר קדושי השואה,אנטשטאט עס אריינלייגן געהעריג אין מיטן פון די קנות,לייגט מען עס גאר אריין אין די בעק.. אין ביי א טייל לייגט מען עס בכלל נישט אריין!!
און די מינע פזמונים האט מען סאך מער געפיל דערצי,
און להווי ידוע אז נישט נאר בוביבע רב האט געמאכט א פזמון אויפן שואה,נאר ר'מיכאל בער האט אויך געמאכט,און אסאך אנדערע!!


אבי גערעדט. ער האט עס דען געזאגט אויף די ת"ב קינות? רוב איז דאך פון ר' אלעזר הקליר (וואס איז טאקע מחלוקת ווער איז געווען אבער קיין "שוואכער איד" זיכער נישט) און די אנדערע זענען אויך ברייט באקאנטע נעמען. פארוואס מען דארף רעדן פון וורמייזא, זאגט ער דאך אליין אינעם קינות אז וויבאלד מ'קען נישט מוסיף זיין קיין עקסטערע תענית האט ער עס דא צוזאמגעלייגט. און אויב וואלסטו אביסל געליינט די געפערליכע גזירות אין יענע תקופה, וואלט דיר עס מעורר געווען פונקט ווי די צווייטע וועלט מלחמה. עס רעדט זיך דאך נאך אלעם פון אונזערע זיידעס אין אשכנז.
אז דו פארשטייסט נישט קיין אות אחת, איז דאך דא קינות מיט טייטש. אויב מען זיצט שוין סייווי אין שול, פארוואס זאל מען נישט טאקע פארשטיין וואס מען זאגט.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
real jew האט געשריבן:Most people around me got tired after 20-40 minutes

איך האב געכאפט א דרימל גלייך ביי שבת סורו אנהייב קינות, און איך האב מיך אויפגעוועקט ביי "אלי ציון וערי'": אויף אזויפיל בין איך געווען וואך alert צו הערן די עמי הארצי'שע גרייזן פון פארזאגער. :lol:

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 9:27 pm
דורך שמואל הלוי
נוי יארק האט געשריבן:
ריק סאנטורעם האט געשריבן:איך האב געזאגט די ערשטע קינה אין די עשרה הריגי מלכות אין אלי ציון אין נאך אפאר שטיקלעך אינדערמיט

תיקון ליל שבועות סטייל.

איך האב טאקע געזען אמאל אין א ספרים סטאר וואס פארקויפט א סעט פון א תיקון ליל שבועות מיט א קינות.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:48 am
דורך אשכנ
רוב אידן ווי איך האב געדאווענט האבן מיטגעהאלטען די גאנצע קינות. אפילו מ'פארשטייט נישט די שווערע לשונות איז דא גענוג פארשטענדלישע שטיקלאך אז יעדער זאל שפירן אן התעוררות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:37 pm
דורך town1
יא, גענדיגט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:12 pm
דורך ציבעלע-קיגל
מנהג איז נישט צו זאגן. מען לייענט איכה און פארטיג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:57 pm
דורך town1
וואו איז די מנהג אזוי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:40 pm
דורך פארשטאנד
איך האב געהעריג געזאגט די גאנצע קינות, אבער געענדיגט שנעל נישט מיטן ציבור, דערנאך האב איך געלערנט מדרש מ'טאר דאך נישט מסיח דעת זיין עכ"פ ביז חצות.

ביים חורבן ווער ס'קוקט אין די מדרשים זענען לכאורה גע'הרג'ט געווארן מער אידן ווי ביים האלאקאוסט, ס'איז געווען א געוואלדיגע הונגער, די רשעים האבן גע'הרג'ט וועם ס'איז זיי אונטערגעקומען וכו' וכו' אזוי ווי די טויזענטער וואס זענען גע'הרג'ט געווארן אויף די רוישיגע בלוט ווי ס'שטייט אין מדרש, ביז 'ס'איז געפלאסן ווי א טייך פון בלוט!'