בלאט 2 פון 23

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:34 am
דורך אלטער_איד
א נייע צרה אויף לב טהור..
די מעשה איז אזוי. דאס איז א 15 יעריג בחור פון א גר. וואס די טאטע איז געשטארבען און די מאמע איז אוועק פון בבל. און זי וויל צוריק איהר 15 יעריג קינד אבער זי קען אים נישט טרעפן..
די צעטל וואס מען אנגעהויבן צו הענגן אין גואטמאלע, שטייט אז מען זאגט צו 5,000 פאר ווער עס ברענגט אדער פארציילט פאר די גואטמאלע FBI ווי די קינד איז.. פינעף אלפים איז היבש א שיינעם סכום דארט אז די חברה זאלן אנהייבן זיכען.. יעצט שלאגן זיי זיך שוין אויך מיט די גוים...

זאל שוין זיין זייער סוף. און מען זאל בעזרת השם ראטעווען די קינדער..

IMG-20181120-WA0026.jpeg

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:49 am
דורך חבדניק
איך דארף זייער וויכטיג די 5000$, איך ווייס מער ווייניג ווי די קינד איז, אבער איך האב נאר א קליינע פראבלעם, איך ווייס נישט ווי די גוטטמאלע fbi זענען, עס זעהט אויס א גוט באהאלטענע גרופע, ביז דערווייל טרעף איך נאר די אמעריקאנע fbi און זיי טויגן אויף כפרות, ביטע שרייב ווי איז די גוטטמאלע עף בי איי, און געב מיר די 5000$ און ביז א פאר מינוט וועלן די גוטטמאלע fbi האבן די קינד.
ולא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כולו יצא, נישט געהויבן און נישט געשטויגן, א פאשקוויל קען יעדער מאכן אויף יעדע קאץ וואס האלט זיך אין מיטן קריגן מיט א מייז און קומט נישט אהיים, און צו זאגן 5000$ צום ערשטן מאל, צום צווייטן מאל און צום דריטן מאל, און אתה הראית. (נאר זאג מיר נישט, אז עס איז גאר 5000 גוטטמאלע דולר אויך, ווייל דעמאלטס איז א שאד יעדע מינוט), מוטשא גראסיאס (פאר דיר און פאר די גוטטמאלע fbi)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:58 am
דורך טאמבל סאס
איינער געדענקט נאך אז די קינדער זענען דאס פון די באקאנטע וויינגארטן מאמע וועמענס טאכטער איז ארויס לתרבות רעה און וואס איז אנגעבליך מאלעסטעד געווארן דורך איר/זייערע טאטע? די בלוט קאכט זיי. אדער א מלאך אדער א גלח.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:28 am
דורך דער שכן
טאמבל סאס האט געשריבן:איינער געדענקט נאך אז די קינדער זענען דאס פון די באקאנטע וויינגארטן מאמע וועמענס טאכטער איז ארויס לתרבות רעה און וואס איז אנגעבליך מאלעסטעד געווארן דורך איר/זייערע טאטע? די בלוט קאכט זיי. אדער א מלאך אדער א גלח.


אנטווערפן? דער פאטער זייערער זיצט אין גרויסן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:44 am
דורך אישתישבי
בשעתן זענען די קליפס געוועהן אויף יוטוב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:05 am
דורך איסר האטלקי
די טעלער מיידל איז געפינען געווארן, 2 אידן אונטער ארעסט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:09 am
דורך סמבטיון
2 יודען אדער 2 לב טהורניקעס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:38 pm
דורך סמבטיון
ווי האט מען געטראפן די מיידעל??

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:55 pm
דורך איסר האטלקי
לויט לעצטערע באריכטן זענען די מיידלעך צוריקגעשיקט געווארן דורך די קידנעפערס נאך וואס די עף בי איי איז אריינגעקומען אין בילד.

די צוויי ראזנער ברודערס ווערן ארום געזוכט דורך עף בי איי.

א קאפיטל תהילים אז מען זאל זיי כאפן און ברענגען דעם גרויזאמען קולט צו א סוף וואלט נישט געשאדט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:04 pm
דורך סמבטיון
נאכאמאל, די מיידל האט מען צוריק געשלעפט קיין בבל? אדער האט מען איהר געטראפן נאך פארן אנטלויפן?
און בכלל, וויאזוי האבן די ראזנערס נישט קיין פראבלעם זיך צו דרייען אין מאנרא?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:52 pm
דורך איסר האטלקי
סמבטיון האט געשריבן:נאכאמאל, די מיידל האט מען צוריק געשלעפט קיין בבל? אדער האט מען איהר געטראפן נאך פארן אנטלויפן?
און בכלל, וויאזוי האבן די ראזנערס נישט קיין פראבלעם זיך צו דרייען אין מאנרא?

זי איז אין ניו יארק

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 3:50 pm
דורך שושן פורים
חבדניק האט געשריבן:איך דארף זייער וויכטיג די 5000$, איך ווייס מער ווייניג ווי די קינד איז, אבער איך האב נאר א קליינע פראבלעם, איך ווייס נישט ווי די גוטטמאלע fbi זענען, עס זעהט אויס א גוט באהאלטענע גרופע, ביז דערווייל טרעף איך נאר די אמעריקאנע fbi און זיי טויגן אויף כפרות, ביטע שרייב ווי איז די גוטטמאלע עף בי איי, און געב מיר די 5000$ און ביז א פאר מינוט וועלן די גוטטמאלע fbi האבן די קינד.
ולא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כולו יצא, נישט געהויבן און נישט געשטויגן, א פאשקוויל קען יעדער מאכן אויף יעדע קאץ וואס האלט זיך אין מיטן קריגן מיט א מייז און קומט נישט אהיים, און צו זאגן 5000$ צום ערשטן מאל, צום צווייטן מאל און צום דריטן מאל, און אתה הראית. (נאר זאג מיר נישט, אז עס איז גאר 5000 גוטטמאלע דולר אויך, ווייל דעמאלטס איז א שאד יעדע מינוט), מוטשא גראסיאס (פאר דיר און פאר די גוטטמאלע fbi)


אינטערעסאנט אויך ווי די מאכטפולע גוואטאמאלא עף בי איי באנוצט זיך מיט אן אימייל אדרעס עפעס אביוז_לב-טהור עט גימעיל. קאם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:13 pm
דורך חקרן
ס'איז נישט אזוי פשוט:

כפי ידיעתי, וויל די מיידל בלייבן אין לב טהור, זי וויל נישט זיין מיט איר מאמע'ן. און איך מיין, אז אין די עלטער, אויב זי וועט זיך יעצט שטעלן און זאגן פאר די עף-בי-איי, אז זי וויל נישט צוריקגיין צו איר מאמע, און זי שטימט מיט אירע פארכאפער, קען מען איר גארנישט טון, און מען גיבט איר נישט צוריק צו איר מאמע.

אזוי האב איך געהערט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:43 pm
דורך דער שכן
איר זיינט באמת באקאנט מיט "טשיילד קאסטעדי" געזעצן?
1. מען פרעגט נישט די קינד וואו ער/זי וויל גיין און וואוינען ביי וועם, ווייל טאמער יא - וואלטן שוין אסאך טאטעס געוואונען קאסטעדי .
2. דא איז געווען א קידנעפינג לויט אלע מהלכים, וויאזוי דו ווילסט נאר נישט דרייען. די מאמע האט ליגעל (טעמפארערי?) קאסטעדי, און דא זענען געקומען פרעמדע און איר אריינגענומען מיט די טיפיקעל פראפייל ווי קידנעפערס טוען. אויב זיי ווילן נעמען געזעצליך דארף עס צוגיין נישט בהחבא. סטעיט קראסינג אפשר גאר אויך באדרער קראסינג (אויב זיי זענען געפארן דורך נ. דזשורזי וכדו'). עס ווערט א פעדעראלע פארלעצונג.

יעצט גייט זיין צדקה קאמפיינס פאר די רשעים פון לעף-טאָהער ?!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:40 pm
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:איינער געדענקט נאך אז די קינדער זענען דאס פון די באקאנטע וויינגארטן מאמע וועמענס טאכטער איז ארויס לתרבות רעה און וואס איז אנגעבליך מאלעסטעד געווארן דורך איר/זייערע טאטע? די בלוט קאכט זיי. אדער א מלאך אדער א גלח.

איין מינוט איך כאפ נישט, איז טעללער רילעיטעד צו וויינגארטן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:49 pm
דורך חקרן
דער שכן האט געשריבן:איר זיינט באמת באקאנט מיט "טשיילד קאסטעדי" געזעצן?
1. מען פרעגט נישט די קינד וואו ער/זי וויל גיין און וואוינען ביי וועם, ווייל טאמער יא - וואלטן שוין אסאך טאטעס געוואונען קאסטעדי .
2. דא איז געווען א קידנעפינג לויט אלע מהלכים, וויאזוי דו ווילסט נאר נישט דרייען. די מאמע האט ליגעל (טעמפארערי?) קאסטעדי, און דא זענען געקומען פרעמדע און איר אריינגענומען מיט די טיפיקעל פראפייל ווי קידנעפערס טוען. אויב זיי ווילן נעמען געזעצליך דארף עס צוגיין נישט בהחבא. סטעיט קראסינג אפשר גאר אויך באדרער קראסינג (אויב זיי זענען געפארן דורך נ. דזשורזי וכדו'). עס ווערט א פעדעראלע פארלעצונג.

[/b][/i] ?!


איך האב עס יעצט געטשעקט.

אויב א קינד געפינט זיך נישט אונטער די אויפזוכט פון איר מאמע, פאר סיי וואספארא סיבה עס זאל זיין - לעגאל אדער נישט לעגאל - און דער קינד זאגט קלאר אז ער וויל זיך נישט געפינען אונטער די אויפזוכט פון די מאמע, קען מען איר לעגאל נישט צוריקגעבן צו איר מאמע, אויסער אויב זי איז אונטער צוועלעף יאר. אין אונזער פאל איז דאס קינד שוין דרייצן (אדער פערצן), און זי שרייט חי וקים אז זי וויל נישט די מאמע.

איך זעה נישט וואס מען קען דא טון.

ס'קען זיין אז מען וועט איר נישט ערלויבן צוריקצוגיין צום טאטע'ן, אבער צו די מאמע וועט זי זיכער נישט צוריקגיין מיט געוואלד.

נאך א זאך: זי איז שוין דרייצן יאר, און אנגעפיקעוועט קעגן די מאמע. פריער אדער שפעטער וועט זי צוריק אנקומען קיין לב טהור און חתונה האבן מיט ראזנער, זי וועט שוין טרעפן די דרכים... זי איז שוין צי גרויס צוריקצודרייען.

איך האף אויך אז איך בין נישט גערעכט. אבער לדעתי איז דאס דער מציאות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:57 pm
דורך ביבער
סמבטיון האט געשריבן:נאכאמאל, די מיידל האט מען צוריק געשלעפט קיין בבל? אדער האט מען איהר געטראפן נאך פארן אנטלויפן?
און בכלל, וויאזוי האבן די ראזנערס נישט קיין פראבלעם זיך צו דרייען אין מאנרא?

וואס איז דאס בבל?

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:08 pm
דורך אלטער_איד
די פלאטץ ווי די קאלט איז רופן זיי בבל

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כי שם בלבל השם את המוחות...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:34 pm
דורך איך אויך
או יאמר כי שם הבולבולים אקטיביים מגיל מאוד צעיר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איכא דאמרי: כי שם הבולבלים אקטיביים על הצעירים... וקלו וקלו דברי אלקים חיים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:53 am
דורך אישתישבי
א דור הפלגה. געזאגט נבנה לנו עיר וראשו השמימה.

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:19 pm
דורך אונטער חכם
זיי האבן דאך שוין א מסורה פון רבי'ן זכרונו לברכה צו קידנעפן קינדער.

אפשר וועלן זיי אויך זוכה זיין צו גיין אין זיינע הייליגע דרכים מיטן זיצן אין תפיסה.