בלאט 2 פון 3

נחמו נחמו עמי

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:01 am
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pWWuYadWME0[/youtube]

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:08 pm
דורך Shmilly
וואס איז געווען אין די ראלי האטעל מוצ"ש?

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:31 pm
דורך No_name
פרייליך האט געמאכט א קאנצערט מיט ר' מרדכי בן דוד.

יך האב נישט געוואוסט אז ער גייט נאך אן אויף לייוו דזשאבס. איינער ווייסט וויאזוי ס'איז געווען דארט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:45 pm
דורך חאצקל
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:חרון אף? זיי זענען די לעצטע איבערגעבליבענע הייפל אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס זענען נאך מקיים דעם בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בוחר, זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן נישט נוטש געווען דעם הייליגען יום טוב חמשה עשר באב.


הא הא...
איך האב מורא אז דער פראבלעם איז, אז יעדעס יאר זענען זיי בוחר א צווייטע, לקיים מה שנאמר ירא שמים יוצא כל הדעות.....


אבי אידן האבן הנאה

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:52 am
דורך לעמיל
מ'קען שוין אונהייבען מאכען פלענער פאר שבת נחמו

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:26 am
דורך טעפל
לעמיל האט געשריבן:מ'קען שוין אונהייבען מאכען פלענער פאר שבת נחמו

דוקא אויף נחמו? וואס איז מיט פארדעם?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:29 pm
דורך מ. גליקמאן
פיינעלייזט, מ'גיימער מערצעשעם פארברענגען שבת נחמו ביים שוויגער.
לאקי מי..!

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:15 pm
דורך קאך_לעפל
מי כעמך ישראל.....

פאר א קנאפע 2000 יאר ציריק, האט דער גרויזאמער טיטוס, דער ברוטאלישער רוימישער גענעראל, חרוב געמאכט דאס הייליגסטע וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פארמאגט, און ער האט מיטן גרעסטע מאס גרויזאמקייט, ארויפגברענגט דעם הייליגן בית המקדש, דעם בית ה' אלוקינו און פלאמען, און דער שכינה הק' האט געמיזט נעמען איר טארבע און זיך לאזן און גלות אריין אונאיינעם מיטן כלל ישראל..

זינט דאן, באוויינט כלל ישראל דעם חורבן, אן וויל נישט פארגעסן ארץ ציון וירושלים, און ווען עס קימען אן די טעג, וואס דער סאמע אומגליק האט ממש פאסירט די ימי בין המצרים, קימט דער ווייטאג פולפאכיג מער ארויף אויפן אויבערפלאך, און מען נישט צוזיך קימען עֲלֵי שִׁמְךָ אֲשֶׁר חֻלַּל, ו עֲלֵי כָבוֹד אֲשֶׁר גָּלָה.

עס איז א העכסט נארמאלע ערשיינונג צו זען און די דאזיגע טעג, וואו דער גלות יוד שפאצירט זיך אזוי ארום, און גאנצען פארוויינט און ברימט זיך אונטער דעם נגון, גלות... גלות.... וואו גרויס ביזטו..., און שנירליך הייסע טרערן פליסן זיך אזוי אראף אווף זיינע בלאסע באקן..

אבער דאס אלעס האלט נאר אן ביז שאבעס נחמי.
ווען דער שבת פון טרייסט קימט צו גיין, ווערט כלל ישראל ארום גענימען מיט א פיבער פון טרייסט, און מען קען זיך פשוט נישט גענוג טרייסטן, מען האקט פיצא, מען טאנצט מיט מיזיק, מען גייט נייט סווימינג, אד''ג, ביז זונטאג פארטאגס, ווען דער באוויסטער שטערן שחר, באווייזט זיך שוין אויפן האריזאנט, און דער קאקאש מעלדט שוין איין די בשורה, אז דער נייער טאג איז שוין אט אט דא, ערשט דאס שפירט שוין דער עולם זיך אביסל געטרייסט, די ווארימע נחמה כוואליעס דרינגען שוין אריין און די קערפער, די פארקניישטע שטערן גראד זיך שוין אויס, דאס איינגעבויגן ריקן גלייכט זיך שוין אויס, דער הערליכע ראזע קאליר באווייזט זיך שוין אויף די בלאסע באקען,

און ערשט דאן לאזט מען זיך ארויס און א פייערליכע נחמה קאראד, זוכה אהא .... זוכה.... לחיי עולם הבא....

מי כעמך ישראל.....

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:16 pm
דורך לעמיל
מ. גליקמאן האט געשריבן:פיינעלייזט, מ'גיימער מערצעשעם פארברענגען שבת נחמו ביים שוויגער.
לאקי מי..!

איך בין אזוי דשעליס פון דיך...

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:21 pm
דורך מ. גליקמאן
נחמה קאראד איז קאראד'ע רביצין?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:47 pm
דורך טעפל
מ. גליקמאן האט געשריבן:נחמה קאראד איז קאראד'ע רביצין?

צ"ל קאראהאד, נוסח חב"ד.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 7:24 pm
דורך ריק סאנטורעם
איך זוך א האטעל פאר שבת נחמו וואס האט א מנין נישט ווייט פון וויליאמסבורג?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 7:33 pm
דורך קאווע טרינקער
ריק סאנטורעם האט געשריבן:איך זוך א האטעל פאר שבת נחמו וואס האט א מנין נישט ווייט פון וויליאמסבורג?

פארק האוז האטעל אין בארא פארק

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:29 am
דורך גנדי
איך בין שוין נערוועז מיט מאכן פלענער פאר שבת נחמו.

אויב איך בלייב אין שטאט שבת נחמו שפיר איך ווי אין אירושימא און גאנעסאקי נאכן אטאם...

ביטע העלפט מיר מיט די פלענער. ווי קען מען גיין?

איך בין גרייט צו צאלען כל הון דעלמא אבי נישט צו בלייבען אין שטאט שבת נחמו.

העלפטס!!!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:33 am
דורך שמעקעדיג
קום צו מיר אין קאנטרי, כ'האב א בעט פאר דיר...

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 10:49 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]גנדי[/tag] מאך זעכער אז ס'איז נישט אויף א פארטש ארומגענומען מיט שאוער קורטענס, ווייל אויב יא ענדעלט עס שטארק צו נאגאסאקי.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:19 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שבת נחמו גיי איך בע"ה אין שוהל. מוצ"שק גיי איך בע"ה צו... עס איז א סוד

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:17 pm
דורך יין שרף
KolHaolam@
AD - “A Shabbos To Remember” at Crowne Plaza Hotel Danbury CT
for $550 + tax everything included.
347-640-3325
ShabbosGetaway2014@gmail.com

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:19 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט קוים אנגעהויבן טרויערן און שוין איז מען פארנומען מיט די נחמה!
נישטא קיין נחמה אן קיין טרויער...!!!!

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 4:01 pm
דורך משבק
שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט קוים אנגעהויבן טרויערן און שוין איז מען פארנומען מיט די נחמה!
נישטא קיין נחמה אן קיין טרויער...!!!!

לאז דעיס איבער פאר י.מ.סופר

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
שוין, בערל האט זיך געמאכט א נייע ניק.....

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 6:07 pm
דורך מ גפני
נעה בערל לייגט אלעמאל צו אפאר טיטלען מלפנים ומלאוחרי..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:11 pm
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעשטאנען פון לאנגע דרימל ענק צו ערוועקען