בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:52 pm
דורך גבר ישראל
זייער זייער שווער צו גלייבען אז זיין אלטע ווייב איז אויף זיין זייט.
א) צוליב וואס זי האט מיטגעמאכט מיט עהם, ויש עדות ברורת מהמשפחה על זה.
ב) אויב זי איז מיט עהם, וואלט זי אויך גערעדט אויף דעם קליפ, אדער וואלט זי אויך עפעס מפרסם געוועהן אויף עפעס א סאשעל מידיע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:23 pm
דורך צפור בודד
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
זייער שיין: די שאלה איז אויב ער וועט טאקע געבן אויך. אדער האט ער נאר צוגעזאגט...!
מ'פארציילט אויף דעם געוועזענעם פרעמיער פון מדינת ישראל יצחק שמיר. אז בעפאר די וואללן האט ער אלעס צוגעזאגט פאר א יעדן. אויך פאר אגודת ישראל האט ער געמאכט פארשידענע הבטחות. פארשטייצעך אז נאכדעם וואס די בחירות (הטמאות) זענען פאראיבער האט ער פון אלעם פארגעסן. זענען געקומען די פיהרערס פון אגודת ישראל צו איהם מיט א טענה..."הלוא הבטחת"... האט ער זיי געענטפערט בלשון חכמה...."אכן הבטחתי. אבל לא הבטחתי לקיים"...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:00 pm
דורך צפור בודד
די קליפ איז פון 2013 און די שאלה איז צי ער האט געגעבן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
מ'זאגט אז עסטרייכער האט שוין באקומען א האלבע מיליאן דאללער שטילשווייגען געלט, אבער יעצט וויל ער נאך. מ'האט אים אנגעטראגען 2.5 מיליאן אבער ער האט געוואלט 5. די צד השני האט מחליט געועהן אז מ'קען אים סיי ווי נישט טראסטען און וויפיל מ'וועט אים געבן קען ער אייביג צוריקקומען האבן זיי אים אפגעלאזט.
וועגן זיין געוועזענע ווייב, זי זאגט יא אז די מעשה וואס ער זאגט איז אמת
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
א טוץ פרישע ניקס...
מילא די בילדער, אבער פארוואס איז ער נישט מפרסם די ליבע בריוון?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:25 pm
דורך קל וחומר
אויב איז עס א בלעקמעיל איז פשוט אז ער וויל נאכנישט ארויסשיסן דעם לעצטן קויל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:45 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
גבר ישראל האט געשריבן:זייער זייער שווער צו גלייבען אז זיין אלטע ווייב איז אויף זיין זייט.
א) צוליב וואס זי האט מיטגעמאכט מיט עהם, ויש עדות ברורת מהמשפחה על זה.
ב) אויב זי איז מיט עהם, וואלט זי אויך גערעדט אויף דעם קליפ, אדער וואלט זי אויך עפעס מפרסם געוועהן אויף עפעס א סאשעל מידיע.
גראדע ווייס איך בידוע אז זיין אלטע ווייב איז אויף זיין זייט אין נישט נאר דאס נאר זי האט אים איבערגערעדט ארויס צו קימען אפן
א ראיה אז זי האט זיך נישט אנגעריפן בנוגע די בריוו פין ר שלום פרידמאן וואס איז מיט איר חתימה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:33 pm
דורך איך אויך
די ליניע צווישן 'בלעקמעיל' און 'מאכן א מאלעסטער צאלן פאר טערעפי' איז א דינע און אומקלארע. יעדער יוריסדיקציע האט זיך זיינע הלכות און ווענד זיך אויך ווי אזוי א לויער ספינט עס.
אז מען שפעקולירט שוין יא - א.אסטרייכער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 11:07 pm
דורך דער שכן
אז די פרוי וועם ער קלאגט אן האט טאקע אסאך געלט צו שווענדן אויף אזא מאסיוון אופן לויט וויזוי ער דערציילט, וועט זי דאך אוודאי שווענדן גרויס געלט נישט נאר זיך צו באשיצן, גאר אויך אים צו אטאקירן אויף א גרויסן פארנעם..
נישט אזוי?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:41 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:31 pm
דורך גדליה
ווען כאב ארויפגעלייגט די יוטוב ווידיא האט מען מיך באשריגען איך זאל עס אראפנעמען, און איך האב געפאלגט אלע חכמים דא.
האב איך מיך דערשראקען, ווער ווייסט אפשר האט די עולם פארלוירען די הנאה פון גאסיפ
באכאשעם מיין חשש האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלטש
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
לויט ווי מ'שמועסט האט הבחור החשוב ארי עסטרייכער שליט"א צוגעזאגט א האלבן מיליאן דאללאר פאר בוני עולם. איך זעה אז ער איז א גרויסער בעל צדקה. אפשר ווייסט איינער זיין סעללפאון נאמבער. ווייל איך גיי יעצט ארום פאר עפעס גאר א וויכטיגן צוועק. מחיה זיין אן אלמנה מיט יתומים...!
....ווער ס'האט עפעס אינפארמאציע קען מיך רופן אויף דעם פאלגנדן סעלל נאמבער... דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איז געשעהן אין יוראפ פאר די 2'טע וועלט מלחמה. א איד איז ארומגעגאנגען נאך געלט. ער האט געזאגט פאר א יעדן אז ער גייט פאר אן אלמנה מיט יתומים...דער עולם האטציך ווארעם אנגערופן. איינמאל איז געווען א נדבן וואס האט איהם געפרעגט ..."ווער זענען די אלמנה מיט די יתומים....?" האט ער געענטפערט ..."מיין ווייב און מיינע קינדער"... האט איהם יענער געזאגט...דו ביסט דאך א ליגנער...דו לעבסט דאך. האט איהם דער בעל דבר געענטפערט. .."וואס אהרט דיך אז איך לעב...?!
(347) 000 ...!0000
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:03 pm
דורך מיימון
גדליה האט געשריבן:ווען כאב ארויפגעלייגט די יוטוב ווידיא האט מען מיך באשריגען איך זאל עס אראפנעמען, און איך האב געפאלגט אלע חכמים דא.
האב איך מיך דערשראקען, ווער ווייסט אפשר האט די עולם פארלוירען די הנאה פון גאסיפ
באכאשעם מיין חשש האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלטש
לפי שיטת הרב יובל נח הררי הי"ו בספרו קיצור תולדות האנושות קומט אויס אז רכילות האט גורם געווען פאר אבולוציה צו מאכן דעם מענטש רעדן וויבאלד דאס איז דער וויכטיגסטער צוועק פון רעדן פאר א הומו-סעפיענס וואס לעבט אין א קבוצה צו קענען אנהאלטן קשרים מיט די איבריגע בני המין ודפח"ח עיי"ש בדבריו באריכות. ונמצא לפי"ז דהמבטל לשה"ר הרי זה מבלי עולם. וצ"ע לדינא.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 7:59 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
ווי עס זעהט אויס האט מיסיס קליין באצאלט דעם סכום וואס ער האט געוואלט
ווייל ער האט אראפגענומען די קליפ פין יוטוב
