בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
בעריש האט געשריבן:דבר ידוע?
וואס הייסט נאכן צוריקקומען?
ר'איז איין תקופה געוועין אן אפענער אפיקורס און זיך געחבר'ט מיט משכילים. נאכדעים איז ער מכלומר'שט געווארן א בעל תשובה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:03 pm
דורך בעריש
berlbalaguleh האט געשריבן:בעריש האט געשריבן:דבר ידוע?
וואס הייסט נאכן צוריקקומען?
ר'איז איין תקופה געוועין אן אפענער אפיקורס און זיך געחבר'ט מיט משכילים. נאכדעים איז ער מכלומר'שט געווארן א בעל תשובה.
מקור?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:09 pm
דורך berlbalaguleh
געליינט ערגעץ אין קורי הדורות פון חסידות. שווער צו דערמאנען פונקטליך וואו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:05 pm
דורך סאו וואט
בעריש זאלסטו מיר שטארק אנטשולדיגען.
מיין באבע זז"ג האט געוואוינט און וויען, און איז משפחה מיט דו בעלזא משפחה.
יצחק נחום טווערסקי האט אנגעפירט א דאבעל לייף ביזן מלחמה ממש.
פון בעלזא האט ער גענומען כבוד און געלט, ווען ער איז אנגעקומען קיין וויען, האט ער אויסגעטוען דער לבוש.
געגאנגען טרעפן..., און ווירצהייזער. און געהאט א גוד טיים.
און אויסגעלאכט דער משוגענע חסידים בכלל, און דו משוגענע אויפגערעגטע יושבים בפרט.
פארדריי מיר נישט קיין קאפ, אויף טרוקענע מציאות. דיינע שקרים וכזבים דרוק ווייטער און אור הצפון.
אדרבא פונעם בריוו זעהסטו אז ער געוועהן גאר א געלונגע בחור, ממש א מושלם, נישט סתם א רעביש אייניקעל וואס האט נישט וואס צו פארקויפען.
דאס איז שוין יצחק נחום וואס איז כאשט געוועהן א יודע ספר, לאמיר נישט רעדן פון יוחנן טווערסקי א' וב' חתני מהרי"ד מבעלזא, וואס פארא "תכשיטים" זיי זענען געוועהן...
סך הכל, עפי"ר היינטיגע רעביש אייניקלעך, איך קען פון זיי גאר אסאך, לאכען אויס חסידים. עטליכע גייען נישט חוזק מאכען פון זייערע זיידעס וכדומה,
ווייל למעשה ווערן זיי משוחד פון דער גרויסע געלטער וואס דער זיידעס געבן זיי, ממילא פארען זיי מיט מיט דער סיסטעם,
אבער סתם אויסגעשפילטע רעביש אייניקלעך וואס האבען נישט קיין הויפען, און ווי אויך נישט קיין געלט, ווערן ריבעליעס, און גלייבען און גארנישט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:22 am
דורך דעת תורה
א בפירוש'ע גמרא: ילבש, ויתכסה, וילך למקום שאין מכירין אותו(ה)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:47 am
דורך לעיקוואד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:15 am
דורך עסקן בדברים
to me it looks like she's just a regular frum non-williamsburg woman who had to dress more "frum" for a job in williamsburg
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:55 am
דורך יוסף מ
www.frumandstuck.com/סקיקט אויס ליידער אז די demand וואקסט. אז פאט סטעפס האט שוין א competition.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 8:57 am
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם יוסף מ(וקיר שבת).
ס'קוקט נישט אויס ווי די צוויי סערווירן די זעלבע קלייענטל.
איך גלייב אז די נייע ארג וועט האבן אסאך מער שוחרי פתח.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 9:17 am
דורך יוסף מ
עליכם שלום, understand we dont ahake hands to a woman.I hope that you.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 9:44 am
דורך וועפערייזער
?Is this what Rabbi Katz is going to tell the chasiddish women that turns to him for advice
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:18 am
דורך אויסדריקלעך
יוסף מ האט געשריבן:www.frumandstuck.com/סקיקט אויס ליידער אז די demand וואקסט. אז פאט סטעפס האט שוין א competition.
יום בשורה היא לנו! די ארגענעזעישען זעט אויס ווי זייער א גוטע זאך פאר זייער אסאך מענטשן וואס איך קען (אינקלאדעד מייסעלף) וועלכע קענען גאר אסאך געניסן פון די עדווייז.
ס'סאונד ווי א גוטע התחלה מיטן אייבערשטענס הילף!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:32 am
דורך רויטע וואנצעס
יוסף מ האט געשריבן:www.frumandstuck.com/סקיקט אויס ליידער אז די demand וואקסט. אז פאט סטעפס האט שוין א competition.
מיר זעהט אויס פון זייער שפראך אז ס'איז באמת פארקערט, זייער מטרה איז צו העלפן מענטשען וואס זענען קראנק פונעם סיסטעם גיין אויפן מיטל וועג, און נישט אינגאנצען אפפארען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:18 am
דורך דעת תורה
קוקט אויס גאנץ א גוטע זאך.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:38 am
דורך קאווע טרינקער
די שאלה איז אזוי:
ווילאנג וועט דאס לעבן-סטייל-טויש זיין א יחיד'שע שריט, וואס פארלאנגט גרויסע כוחות הנפש.
פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ציבור'ישע אריבערגאנג, אז ווען די היץ ווערט גרויס וועט חצי נחמה זיין מטעם היותו צרת רבים.
פארוואס נישט גרינדען א שוהל מיט א פאסיגע ראביי; א תלמוד תורה וואס די חינוך פנימ'ט די מציאות וכו',
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 2:21 pm
דורך אויסדריקלעך
קאווע טרינקער האט געשריבן:די שאלה איז אזוי:
ווילאנג וועט דאס לעבן-סטייל-טויש זיין א יחיד'שע שריט, וואס פארלאנגט גרויסע כוחות הנפש.
פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ציבור'ישע אריבערגאנג, אז ווען די היץ ווערט גרויס וועט חצי נחמה זיין מטעם היותו צרת רבים.
פארוואס נישט גרינדען א שוהל מיט א פאסיגע ראביי; א תלמוד תורה וואס די חינוך פנימ'ט די מציאות וכו',
עס איז צו האפן אז מיט'ן אייבערשטענס הילף און מיט די געטרייע שליחים וועלכע ער האט געשיקט אין די פארעם פון די סייט, וועט די אלע זאכן צוביסלעך ווערן א פאקט. אמן כן יהי רצון!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:16 am
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:די שאלה איז אזוי:
ווילאנג וועט דאס לעבן-סטייל-טויש זיין א יחיד'שע שריט, וואס פארלאנגט גרויסע כוחות הנפש.
פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ציבור'ישע אריבערגאנג, אז ווען די היץ ווערט גרויס וועט חצי נחמה זיין מטעם היותו צרת רבים.
פארוואס נישט גרינדען א שוהל מיט א פאסיגע ראביי; א תלמוד תורה וואס די חינוך פנימ'ט די מציאות וכו',
פארוואס גרינדען נישט די שמועסערס אן אייגענע שול פאר שמועסערס מיט א ראביי א שמועסער? ווייל א יעדער וויל שמועסען אין א שול וואו מען דאווענט ערליך און ווארים, מיט א פרומע רב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 7:27 am
דורך קאווע טרינקער
א בחינה פון זנב לאריות.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:59 pm
דורך ממרום שלח אש
פארמעקט: נישט ריכטיגע אשכול
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:45 am
דורך לעיקוואד
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:15 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:כ'ווייס נישט, ס'האט אפשר צו טון מיט'ן נאמען. למשל, לוזער (תרתי משמע) טווערסקי - נישט אז ס'איז צו פארגלייכן, ווייל דער צווייטער איז א טיפש איום ונורא און בכלל נישט קיין טיעפער דענקער, פארקערט, ער איז צוגעקומען צום מצב פון או. טי. די. צוליב זיין טיפשות און פלאכקייט. לדוגמא, איינס פון זיינע טיפזיניגע מאמרים איז אז ר'איז ברוגז אויף זיינע עלטערן אז זיי האבן איהם צוריקגעהאלטן פון אזא גוטע זאך ווי עסן חזיר. נאך א שארפזיניגער מאמר החכם, אז צוליב דעם אליינס אז ער קען גיין מיט אראנדזשע סליפערס האטצעך געלוינט צו ווערן או. טי. די.
אן אפדעיט וועגן א בנש"ק (האט גארנישט קיין שייכות מיט די טווערסקי משפחה.) וואס איך האב ערשטהאנטיגע אינפארמאציע: דער אינגערמאן, וועים איך קען פון אלס קליין יונגל. איז געבוירן מיט א שארפן קאפ. נאך די בר מצוה האט ער זיך שטארק געוואקלט. אלע סימנים האבן געוויזן אז ער וועט אויסוואקסן, אויב נישט קיין אפיקורס, אבער קאלט צו אידישקייט און אמונה. נאר זיין טאטע האט איהם גענומען אין די הענט אריין. ער האט א סאך אריינגעארבעט אין איהם. געגעיבן א סאך חיזוק בגשמיות וברוחניות. היינט. חוץ די געוויינליכע רעבישע קרענק איז ער א וואוילער אינגערמאן א ירא שמים און פאר א בנש"ק קען ער גאנץ גוט לערנען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:17 pm
דורך הוגה
וואס פונקטליך מיינט "גענומען אין די האנט אריין"? ער האט אים געגעבן א מתנת יד? ער האט אים געהאלטן בחיקו ווי א קליין קינד? סיריעסלי, וואס איז שייך צו טון אדער נעמען אין די האנט אריין? איך פרעג פון נייגעריגקייט, איך וויל וויסן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:10 am
דורך פיטומי מילי
הוגה,
גענומען אין די האנט אריין מיינט וואס דו לעכטס וואס דיין טאטע האט דיר געדארפט טיען,
בערל שרייבט פינקטליך וואס יענער בנש״ק׳ס טאטע האט געטון,
אגב הרב הוגה,
ביסטו אפשר אויך פין ניו סקווער