בלאט 2 פון 4

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:50 pm
דורך שמואל הלוי
אויך 'נכספה' פון מרדכי'ס לעצטע סידי איז זיינס א ניגון.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:04 pm
דורך חאצקל
דער עצם ניגון נכספה איז פון מרדכי ווערדיגער, און דער פארשפיל וואס דאס האט בעצם געמאכט דעם ניגון פאר א היט איז פון משה לאופר וואס איז א ספעציאליס אין מאכן זינגבארע פארשפילן וועלעכע מאכן דעם ניגון פאר א היט.
ער האט אויך געמאכט דעם פארשפיל פאר מבד'ס שמחם, דעם פארשפיל פון שוואקיס\פינקי וועבער'ס רחם און כהנה וכהנה אנדערע הונדעטער פאפולערע און זינגבארע פארשפילן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:08 pm
דורך שמואל הלוי
פארוואס שטייט אויפן קאווער אז משה לאופער איז דער מחבר? אויב האט ער נאר געמאכט די פארשפיל וואלט געדארפט שטיין אז נאר דאס האט ער מחבר געווען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:11 pm
דורך חאצקל
דער באקאנטער מוזיק פראדוסער יוחי בריסקמאן קומט ארויס מיט א נייע אלבום פראדזשעקט X מיט דעם באקאנטן ירושלים'ער חתונה זינגער ארלה סאמעט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:11 pm
דורך חאצקל
שמואל הלוי האט געשריבן:פארוואס שטייט אויפן קאווער אז משה לאופער איז דער מחבר? אויב האט ער נאר געמאכט די פארשפיל וואלט געדארפט שטיין אז נאר דאס האט ער מחבר געווען.

מעגליך אז איך בין זיך טועה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:25 pm
דורך חכם מחוכם
סתם פאר אינערסאנטקייט איז דער ספרדישער חיים ישראל ארויסגעקומען מיט א שטייט סי די, אבער דאס איז אויסדריקליך נאר פאר ווער ס’האט ליב ספרדישע מוזיק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:16 pm
דורך איך אויך
חאצקל האט געשריבן:דער באקאנטער מוזיק פראדוסער יוחי בריסקמאן קומט ארויס מיט א נייע אלבום פראדזשעקט X מיט דעם באקאנטן ירושלים'ער חתונה זינגער ארלה סאמעט

אהרלה סאמעט זינגט כאילו ער האט א פערמענענט פארשטאפטע נאז איך פארשטיי כלל נישט וואס איז דא נתפעל צו ווערן פון עם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:16 am
דורך חאצקל
זיין ענערדזשי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:28 am
דורך חאצקל
חכם מחוכם האט געשריבן:סתם פאר אינערסאנטקייט איז דער ספרדישער חיים ישראל ארויסגעקומען מיט א שטייט סי די, אבער דאס איז אויסדריקליך נאר פאר ווער ס’האט ליב ספרדישע מוזיק


זיין מוזיק קען זיין אינטרעסאנט אויך פאר די וואס זיכן נישט דוקא ספרדישע מוזיק, ווייל ער מישט אויך אריין דער מודערנער סטייל. ער ניצט פאר טייל ניגונים דער נייער בארימטער ארעינדזשער "יובל סטופל" וועלעכע האט שוין געמאכט א פרימישלאנער טעיפ, און האט שוין אויך ארעינדזשט א סך ניגונים פאר אברהם פריד אין די לעצטע פאר יאר, צווישן זיי די ניגונים כי הרבת, הפכת, ירושלים של מעלה, עלה קטן. ער פירט לעצטנס אן אלע קאנצערטן מיט אברהם פריד אין א"י

דערמאנענדיג די ניגונים וואס יובל סטופל האט ארעינדזשט איז איבריג צו זאגן אז דא רעדט מען פון א מעסטער ארעינדזשער וואס רייסט שטיקער מיט זיינע גרויסארטיגע מוזיקאלישע געביידעס. מ'קען זאגן אויף זיין מוזיק דער מאמר פון ר' יודא בן תימה, ער איז לייכט און פלינק ווען עס פעלט אויס, קעניגליך און שווערליך ווי א לייב, זיין מוזיק קען פארמאגן עזות ווען ס'פעלט אויס, א.א.וו. (ס'אויך דא אנדערע ארעידזשערס וואס פארמאגן די תחינות, אבער ער איז צווישן די שטערקסטע צווישן זיי) הערט נאר די ניגונים וואס ער האט ארעינדזשט פאר חיים ישראל, אזוי צו דער זאך אנבעליוועבל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:07 am
דורך אוי טאטי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C68gmx-lLs0&feature=youtube_gdata_player[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:10 am
דורך אוי טאטי
אוי טאטי האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C68gmx-lLs0&feature=youtube_gdata_player[/youtube]

איך האב געוואלט עמבענדן שאולי וואלדנער׳ס נייע קליפ אבער עס גייט מיר נישט, קען עס איינער טון אנשטאט? שכח

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:23 am
דורך לעמיל
די נייע סידי פון שלומי דאסקעל האט איינער שוין געהערט? איך הער עס איז עפעס הערליך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:04 pm
דורך על המחיה
די מיינסט שעידס אף גרין 3?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:09 pm
דורך לעמיל
איך מיין עס הייסט הארציג

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:49 pm
דורך קלאר
עס קומט יערליכע ארויס די נייע סידי פין נגוני סאטמאר אויף די ימים נוראים
איך פלעג עס נישט קויפן, ביז פאריאר ווען זיי האבען אראפגעלייגט די אלע נענועים ניגון איך האב עס נישט געקענט אויפהערן איבער צו הערן
איך הער אז היי יאר האבען זיי געברענגט א אלטע ניגון

אט איז א באריכט פין בחצרות

ערשינען הערליכע קאסעטע "פתחו לי"
ניגוני סאטמאר לימים נוראים תשע"ג
גרויס אינטערעסע הערשט צווישן אנשי שלומינו אומעטום זיך איינצוהאנדלען דעם נייעם "פתחו לי" קאסעטע אויף וועלכע מען הערט די הארציגע ניגונים און מעלאדיעס וועלכע וועלן געזונגן ווערן אין די קומענדיגע ימים נוראים הבעל"ט בחצר הקודש, ביי די תפלות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

דער קאסעטע אנטהאלט די נייע ניגונים אויף די קומענדיגע ימים נוראים שנת תשע"ג וועלכע זענען ספעציעל ניי-פארפאסט געווארן לכבוד די ימים טובים הבאים לקראתינו לשלום. ווי באקאנט איז דער מנהג רבותינו הקדושים בחצרות סיגוט-סאטמאר, אז מען זאל מידי שנה בשנה מחבר זיין נייע ניגונים, וואס מען זינגט אויף פארשידענע פיוטים במשך דעם גאנצען דאווענען אין די הייליגע טעג.

די היי יעריגע קאסעטע טראגט די נאמען "פתחו לי" און פונקט ווי אלע יארן ווערט דער פראיעקט ארויסגעגעבן דורך הרה"ח שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, פון די ראשי המשוררים בחצרות קדשינו, אליינס א מחבר פון מערערע סאטמארע ניגונים שוין אסאך יארן.

ווי אין די פארגאנגענע יארן, האט אויך דאס יאר דער בארימטער מלחין הרה"ח ר' יודא הלוי ווערצבערגער הי"ו פארפאסט א ריי מיט הערליכע ניגונים, וחפץ ה' בידו הצליח, האט ר' יודל הי"ו דאס יאר באוויזן צו ערצייגן גאר הארציגע ניגונים וועלכע זענען ספעציעל צוגעפאסט אויף די צייט פון יאר, בעת מען איז שופך שיח פאר הקב"ה בעת התפלה אין די הייליגע טעג. דער מלחין הרה"ח ר' יודל הי"ו האט שוין פאר אריבער דרייסיג יאר די זכי' צו פארפאסן די ניגונים פאר מרנן ורבנן רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע, און אצינד האט ר' יודל הי"ו אנגעהאלטן זיין חזקה וואס איז מורשה לו מאבותיו, און האט פארפאסט די הארציגע ניגונים וועלכע זענען מלא טעם וחן, און וועט זיכער מעורר זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

באזונדער האט אויך דאס יאר דער חשוב'ער מוציא לאור הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו מחבר געווען צוויי פון די ניגונים, דעם ניגון אויפ'ן פיוט "מלך עליון", און אויך דער ניגון וועלכע וועט געזינגען ווערן אין די הייליגע טעג אויף "מכלכל חיים" וועלכע פארמאגן ביידע זייער אייגנארטיגן חן.

ווי געדענקט, האט דער חשוב'ער מו"ל אין דעם פארגאנגענעם יאר צוגעלייגט צו די ליסטע פון די נייע ניגונים אויך דעם היסטארישער סאטמארער נענועים ניגון, א זאך וואס איז גאר שטארק באגריסט געווארן ביים ציבור אנשי שלומינו וועלכע בענקן זיך צו די דביקות'דיגע ניגונים וואס זענען געזינגען געווארן בבית מדרשם פון מרנן ורבנן רבותיה"ק זי"ע, און נאכדערצו ווען דאס ווערט אראפגעזינגען מיט אזא געשמאק דורך א רייכע קאפעליע באגלייט מיט מוזיק.

זעענדיג דעם גרויסן פארלאנג דערפאר, האט דער מוציא לאור הרה"ח ר' שלמה הערש מחליט געווען אז היי יאר וועט מען אויך צולייגן איינע פון די עלטערע סאטמארער ניגונים, דאסמאל רעדט זיך עס פון דעם 'פתחו לי' ניגון, וואס איז געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות בשעת אמירת הלל פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין די שלש רגלים.

דער 'פתחו לי' ניגון איז פארפאסט געווארן דורך הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן ז"ל יליד מונקאטש, ר' הערשל איז געווען גאר א חשוב'ער איד, א ת"ח און א מרביץ תורה אין די שטאט מונקאטש נאך בעפאר די צווייטע וועלט קריג, נאך די מלחמה האט ער אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע, וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיין הרבצת התורה אין בארא פארק ביז צו זיין פטירה לחה"ה.

ר' הערשל ז"ל איז געווען א שיינער בעל מחדש, ער האט ארויסגעגעבן א ספר פון זיינע חידושים מיט'ן נאמען "חמדת צבי", צווישן אנדערע האט ער אויך פארפאסט גאר שיינע ניגונים, און ווען מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע האט ר' הערשל געשיקט פאר'ן רבי'ן א הערליכן ניגון וואס ער האט פארפאסט לכבודו.

דער ניגון איז בשעתו געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות ביי די הייליגע נענועים פון מרן רביה"ק זי"ע אום יו"ט סוכות בשנת תשי"ג, אבער דערנאך האט מען דאס קובע געווען פאר 'פתחו לי' ביי הלל, ווי דאס איז געזינגען געווארן מיט גרויס התעוררות פאר לאנגע יארן. אין די שפעטערע יארן ווען הרה"ח ר' יאסל אשכנזי ז"ל משב"ק האט פארפאסט א נייעם פתחו לי ניגון, האט מען דעם ערשטן טאג יו"ט געזינגען ר' יאסל'ס ניגון און דעם צווייטן טאג ר' הערשל'ס ניגון.

טראץ דעם וואס דער ניגון איז שוין נאנט צו זיבעציג יאר אלט, זענען אבער פאראן א גרויסער פראצענט פונעם ציבור אנשי שלומינו וואס קענען עס נאר למחצה לשליש ולרביע, צוליב וואס דער ניגון איז היפש א שווערער און קאמפליצירטער ניגון, און אסאך אידן וואלטן עס יא געוואלט קענען געהעריג. דעריבער איז א שמחה ביי אנשי שלומינו ווען דער ניגון ווערט אצינד געזינגען ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אויף א פראפעסיאנאלן פארמאט דורך א הערליכע קאפעליע באגלייט מיט מוזיק.

אין די פארגאנגענע וואכן האבן א גרופע משוררים פון די "סאטמארער קאפעליע" זיך אפגעגעבן מיט'ן ארויסגעבן דעם קאסעטע אויף א העכסט פראפעסיאנאלן אופן, באגלייט מיט הערליכע מוזיק געשפילט דורך די טאלאנטפולע מוזיקאנטן מוה"ר יואל פייערשטיין הי"ו, און מוה"ר אברהם שמעון מארקאוויטש, פון וואס דער ציבור וועט אי"ה שטארק נהנה זיין.

אצינד לכבוד די ימים הנוראים איז ערשינען דער סי די, און איז דא צו באקומען אין אלע ספרים און טעיפ געשעפטן, ווי אויך ביי די מקוה אידן אין די סאטמארער בתי מדרשים אין די וועלט. עס איז איצט א גוטער געלעגענהייט פאר'ן גאנצען ציבור זיך איינצוהאנדלען דעם טעיפ, צו קענען זיין בקי אין די ניגונים בשעת התפלה.

מען קען אויך דאונלאודן די סידי אויף סיי וועלכע עלעקטעראנישע פלעיערס, ביי די "איי-שאפ" געשעפט אין וויליאמסבורג, און ביי די לאקאציעס פון "קרן שמואל ישעי'" אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל.

-הערט און האט הנאה-
http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/P ... eview-5772

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:31 pm
דורך שמואל הלוי
חאצקל האט געשריבן:דער באקאנטער און געלונגענער מוזיק ארעידזשער מר משה לאופר קומט יעצט ארויס מיט א נייע סידי וואס ענטהאלט ניגונים פון אים זעלבסט און פון זיין זון אלי' לאופר
ווי באקאנט איז משה לאופר אויסער וואס ער איז פון די בעסטע ארעידזשערס און די חרדישע וועלט, איז ער אויך א קאמפאזער פון ניגונים וואס זענען כמעט אלע איינס ביי איינס גאר אויפגעכאפט איןי די מאדערנע וועלט (ספעציעל ביי חתונות) און זינגבאר פאר אנשים נשים וטף, צ.ב.ש. והיה למשוסה, וענבי הגפן, כשם שאני, חזק, לבנימין,

אויך זיין זון אלי' האט שוין באוויזן צו קאמפאזירן ניגונים וואס זענען נושא חן ביים ציבור ווי תחי נפשי, למען דעת (מבד) א.א.וו.

The Making of Chabad with Moshe Laufer

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xHe1k1aXXbA[/youtube]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:42 pm
דורך חאצקל
איך רעד נישט פון חב"ד מיט לאופר. איך מיין דעם אלבום וואס רופט זיך דוכט זיך "לאן".

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:19 pm
דורך אוי טאטי
איינער זאגט מיר היינט אז עס קומט ארויס א נייע סידי, פון איינעם יואלי ווייס, פרעזענטירט דורך נפתלי משה שניטצלער, עס קומט מיט א טרי די בוק, און מיט די גלעזער וואס מען ברויך האבן פאר די טרי די.

ווייסט איינער מער פרטים?
ווער איז דער יואלי ווייס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:59 pm
דורך אבי גערעדט
שוין לאאאאנג ארויסגעקומען, א בחור'ל יואל ווייס 15 פון לאס אנדשעלעס, א גאניאלע איידיעצוצילייגן די גלעזער, הגם איך בין סקעפטיש אז ס'זאל הייבן סעילס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:05 pm
דורך אבי גערעדט
.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:28 am
דורך על המחיה
ניי פון 'לחיים'

לחיים זיץ - השבעתי

בילד

פריוויא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:36 am
דורך על המחיה
נאך פון לחיים - פאר די קינדער'לעך

לחיים קינדערגארטען 2

בילד

פריוויא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:42 am
דורך על המחיה
נאך די געוואלדיגע הצלחה פון די אלבום אמן ואמן און יידיש, האבען די חברה פון 'וועד מורא מקדש' מחליט געווען ארויס צי געבען די זעלבע זאך און ענגליש

בילד

פריוויא