בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2019 12:53 pm
דורך אספקלריה
חיים שיש בהם האט געשריבן:א גוט יאר טייערע חברים וידידים, הע"י.

אזוי ווי עס זענען פארהאנען ערליכע פרויען וועלכע לאזן וואקסן די האר פון קאפ, און היות אז עס זענען דא געוויסע הלכות צניעות און הידורים אין צניעות וועלכע זענען נוגע צו א פרוי וואס טראגט די אייגענע האר, אריינגערעכענט וואס עס ווערט געשריבן אין "שבט הלוי" (ח"ה סי' קצ"ט) אז די נשים צנועות וועלכע שערן נישט זייערע האר זאלן צודעקן די קאפ מיט צוויי כיסויים כדי עס זאל נישט ארויסשטעקן, ווי די זוהר הקדוש וואונטש די פרויען וועלכע זענען מקפיד אויף דעם מיט אלע ברכות, ווילן מיר מעלדן בשער בת רבים אז מיר האבן געעפענט א גמ"ח, "תפארת הראש", וואס פארטיילט ספעציעלע גוטע CAPS וואס מען קען אנטוהן אויף די האר, און דאס פארמיידט די האר פון זיך ארויסשטעקן און עס איז אויך באטראכט ווי א דאפעלטע צודעק אויפן קאפ, כדי יוצא צו זיין אלע שיטות.

מיר האבן אוועקגעשטעלט א ספעציעלע אנאנימעס סיסטעם וויאזוי מיר וועלן אפשיקן די קעפס פאר די וואס ווילן דאס, כדי אייער נאמען און אדרעס זאל בלייבן אין געהיים אפילו פאר די הנהלת הגמ"ח.

אויב ווילט איר באקומען אזא קעפ אדער איר דארפט מער אינפא איבער אונזער גמ"ח ביטע שיקן אן אימעיל צו tiferetrosh@gmail.com

איך נויטיג מיר באמת שטארק און דעם קעיפ, אבער פון וואנעט קען איך וויסען אז איר זענט נישט קיין שפיאן פונעם רעבין זאל זיין געזונט או שטארק.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:57 am
דורך חיים שיש בהם
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א לינק צו ביליגע גוטע קעפס אויף איבעי מיט שיפינג פריי פון אפצאל.

די קאפ'ס זענען נישט אזוי באקוועם. מיר האבן נאכנישט געטראפן אנליין פון די באקוועמע.
ס'איז דא אויך אין עמעזאן אבער מיט א Wide band.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 11:39 am
דורך [NAMELESS]
הער אויף אריינצונארן די עולם. האסט פרובירט די קעפס? ניין.
די קעפס זענען זייער באקוועם, פראקטיש, און ביליג.
ס'איז אויך גוט אז די שייטל זאל נישט ווערן פארשוויצט אזוי שנעל, סיי פאר די וואס שערן זיך יא, און סיי פאר די וואס שערן זיך נישט.
#עקספיריענסרעיטינג

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 1:13 pm
דורך חיים שיש בהם
Update:
מיר האבן בס"ד געטראפן די באקוועמע Caps צו קויפן אנליין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 3:07 pm
דורך קאך_לעפל
אפשר עפענט מען אן אשכול וועלכע ר''ת גאטקעס איז דאס בעסטע און דאס באקוועמסטע? און גענוי וואו מ'קען זיך איינהאנדלן די דאזיגע מיט די צוויי פאדערשטע שטריקליך, מיט וועלכע די רביס באנוצן זיך?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:25 pm
דורך געדאנקן
בערך וויפיל פראצענט פרויענ אין וומסב"ג גייען מיט האר?