בלאט 2 פון 3
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:14 am
דורך חסיד פון ליטא
הקטן האט געשריבן:דו ריפסט דאס עדיקשען, פסיכולאגישע פראבלעם!
די קינד ריפט דאס סיפוק, תכונת הנפש!
ווער געט דיך רשות אלס טאטע ארויפציצוויגען דיין אדער סעסייעטיס מיינאנג!
(איך האב ציגעלייגט צי מיין פריערדיגע תגיבה)
חוסר ידיעה איז איין זאך.
אנדערע תכונת הנפש איז א צווייטע זאך.
ביטע נישט זיך האלטן אין איין פארמישן.
א דאנק.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:32 am
דורך הקטן
תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.
זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:45 am
דורך חסיד פון ליטא
הקטן האט געשריבן:תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.
זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
געוואלדיג.
אזוי לאנג ווי דער טאטע פארשטייט אז די ריכטיגע ידיעה האט נישט מיט זיין פערזענליכע מיינונג און עס איז פארהאן אסאך ריכטיגע ידיעות פון אנדערע מענטשן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:24 am
דורך הקטן
חסיד פון ליטא האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.
זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
געוואלדיג.
אזוי לאנג ווי דער טאטע פארשטייט אז די ריכטיגע ידיעה האט נישט מיט זיין פערזענליכע מיינונג און עס איז פארהאן אסאך ריכטיגע ידיעות פון אנדערע מענטשן.
ס'דא טאטעס וואס האלטן אז ס'דא
אסך ריכטיגע ידיעות וואס איינס איז סותר די צווייטע, אבער נאך אלס זענען אלע ריכטיג!
ס'דא טאטעס וואס האלטן אז אזא מהלך המחשבה איז נאנ-סענס! ס'דא וואס איז ריכטיג און ס'דא וואס איז פאלש!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:26 am
דורך Buddy
מנעו בניכם מן ההגיון, זאגט נישט הארמאטיש פארמאכן
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:46 pm
דורך חסיד פון ליטא
הקטן האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.
זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
געוואלדיג.
אזוי לאנג ווי דער טאטע פארשטייט אז די ריכטיגע ידיעה האט נישט מיט זיין פערזענליכע מיינונג און עס איז פארהאן אסאך ריכטיגע ידיעות פון אנדערע מענטשן.
ס'דא טאטעס וואס האלטן אז ס'דא
אסך ריכטיגע ידיעות וואס איינס איז סותר די צווייטע, אבער נאך אלס זענען אלע ריכטיג!
ס'דא טאטעס וואס האלטן אז אזא מהלך המחשבה איז נאנ-סענס! ס'דא וואס איז ריכטיג און ס'דא וואס איז פאלש!
ס'דא וואס האלטן אז א קינד איז א חפץ פון זיינע עלטערן.
ס'דא וואס האלטן אז יעדער מוז האלטן ווי זיי.
ס'דא וואס האלטן אז ווער ס'האלט אנדערש ווי זיי איז א טיפש.
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:51 pm
דורך הקטן
יא חפץ נישט חפץ
דו האלסט אויך אז א טאטע דארף טון וואס איז באמת גוט פאר זיין קינד.
און די האלטסט אויך אז געוויסע פעלער דארף ער אפילה גיין אנדערש וואו די קינד וויל זיך אויף די מעניט
פיין, זעמער אויף די זעלבע פעדעש.
ס'דא וואס האלטן אז ס'איז דא אסך אמת - און א יעדער איז אינטייטעלט צי זיין אייגען אמת.
און ווער ס'האלט נאר פין איין אמת, איז א טיפש.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:23 pm
דורך קומזיץ
איך מיין אז במקורו נעמט זיך די ווילן צו ג'יין בתמימות פון א גיטע שטאנדפונקט ,
אז מען וויל זיין געטריי צו די זאך מיט'ן גאנצ'ן הארץ ,
און דאס געשעהט ווען מען גלייבט און דעם אינגאנצען,
מ'האט עס אביסל ארויסגענומען פון פראפארציע און געלייגט א מחיצה של ברזל ארום זיך אז נאר וואס איך טראכט און ווייס איז די אמת און אביסל אנדערש איז שוין אפגעפרעגט ,
אבער המון עם וואס וויל ג'יין בתמימות מיינען נישט צו קאנטראלירן די קינדער לשם תאות הקאנטראל נאר זיי האלטן אז דאס איז די ריכטיג וועג און יודישקייט ווייל און טעגליכן לעבן געבן זיי אסאך ליבשאפט פאר די קינדער און קאנטראלירן זיי נישט אויף טריט און שריט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, The road to hell is paved with good intentions.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען.
א מענטש וואס איז א תמים, ער איז געבוירן געווארען א תמים און טאמער ער וועט עפעס הערן אז די פשטות איז נישט אזוי פשוט וועט ער ווערן נערוועז און אריבער גיין א קאפוויי, וועט נארמאלעהייט האבן תמימות'דיגע קינדער. אים דארף מען דאס נישט הייסן טון, ווייל עס קומט אזוי ממילא.
א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.
איך האב טאקע מערערע מאל מעורר געווען אין שטיבל אז עס איז בכלל נישט קיין אויסוואל צו דער מענטש צו זיין אן אנדערע סארט מענטש. דער וואס באמערקט וואס עס פעלט אים אין לעבן, קען עס נישט 'נישט באמערקן'. אזעלכע אויגען האט ער און טאמער עס טוט אים וויי, איז עס זינלאז אים צו מאנן 'ווער האט דיר געבעטן דאס צו באמערקן?' הייסן א מענטש בלייבן תמימות'דיג איז אזוי ווי הייסן א מענטש נישט זען וואס שטייט אים פאר די אויגען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:17 pm
דורך יעקב מענטש
איז מעגליך צו דעפינירן דאס ווארט תמימות בעפאר מ'דעבאטירט דא אזוי הייס צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט?
לדעתי איז די אפטייטש פון ריכטיג תמימות דאס וואס רש"י שרייבט אויף תמים תהיה.
צווישן דעם המון עם איז אריינגעקומען נאך צו סארט תמימיות
1) א נאר, איינער וואס 'כאפט' נישט, מקען אים איינרעדן וואס מ'וויל.
2) א 'פאלגזאם' קינד, ער פרעגט נישט קיין סאך קושיות, אז דער רבי הייסט אזוי איז אזוי! און אין דעם קאטעגאריע איז כמעט יעדער (טו עי סערען עקסטענט) ביז מ'באגעגענט אנדערע/פארקערטע אינפארמאציע, און דעמאלטס פראבירט דער מוח צו מאכן סדר.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.
איך כאפ נישט וואו פונקטליך בלאפן קומט אריין דא. למעשה גערעדט, קען מען נאכאלץ דן זיין אויף די עצם מידה פון שמאלקעפיגקייט, צו ס'מאכט סענס צו נישט. אפילו נאר פאר דעם אליינס, אז די קלוגע מענטשן זאלן אויסגעבן זייער ווייטאג.
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:30 pm
דורך חסיד פון ליטא
יעקב מענטש האט געשריבן:איז מעגליך צו דעפינירן דאס ווארט תמימות בעפאר מ'דעבאטירט דא אזוי הייס צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט?
לדעתי איז די אפטייטש פון ריכטיג תמימות דאס וואס רש"י שרייבט אויף תמים תהיה.
צווישן דעם המון עם איז אריינגעקומען נאך צו סארט תמימיות
1) א נאר, איינער וואס 'כאפט' נישט, מקען אים איינרעדן וואס מ'וויל.
2) א 'פאלגזאם' קינד, ער פרעגט נישט קיין סאך קושיות, אז דער רבי הייסט אזוי איז אזוי! און אין דעם קאטעגאריע איז כמעט יעדער (טו עי סערען עקסטענט) ביז מ'באגעגענט אנדערע/פארקערטע אינפארמאציע, און דעמאלטס פראבירט דער מוח צו מאכן סדר.
2
תם מה הוא אומר מה זאת. ער דארף נאר הערן דעם באפעל און געגאנגען.
מיר רעדן געוויס כלשון בני אדם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:01 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.
איך כאפ נישט וואו פונקטליך בלאפן קומט אריין דא. למעשה גערעדט, קען מען נאכאלץ דן זיין אויף די עצם מידה פון שמאלקעפיגקייט, צו ס'מאכט סענס צו נישט. אפילו נאר פאר דעם אליינס, אז די קלוגע מענטשן זאלן אויסגעבן זייער ווייטאג.
ווי אויך איז דא א מקום דן צו זיין אויף די מידה וואס רופט זיך 'אויפגעקלערט', וואס האט לאו דוקא צו טוהן מיט א איבערפלוס פון חכמה, און א מהלך פון טראכטן אביעקטיוו (דאס איז וואס זיי רעדן זיך אליינס איין אז ס'איז), נאר איז ענדערש א 'אינדעטיטעט' געטריבן פון א געמיש פון ריסענטענס און גאוה.
אויפגעקלערט איז אפט פונקט אזוי שמאלקעפיג ווי שמאלקעפיג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:19 pm
דורך הקטן
יעקב מענטש האט געשריבן:אויפגעקלערט איז אפט פונקט אזוי שמאלקעפיג ווי שמאלקעפיג
אויפגעקלערט איז שמאלקעפיג בקום ועשה, וואו איידער פאסיוו
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך קוק עס אן אנדערש. ס'דא מענטשן וואס ווילן זיין אויפגעקלערט, און ס'דא מענטשן וואס גייען פשוט נאך וואו די פאקטן פירן זיי.
נאכדעם זענען דא מענטשן וואס אנטלויפן פון די פאקטן, הדא הוא דכתיב ignorance is bliss.
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:26 pm
דורך אונטער חכם
דעתי העניי' איז אז עכ"פ ווילאנג מען בלייבט אין אונזער קאמיוניטי האט מען א בעסער לעבן ווען מען איז תמימות'דיג, איך האב געהאט סאך א בעסער לעבן ווי היינט אזוי לאנג ווי איך בין געווען תמימות'דיג, איז פארוואס זאל איך נישט ווינטשן מיין קינד דאס זעלבע?
פונדעסטוועגן האב איך אייביג א תאווה צו מאכן מיינע קינדער באמערקן געוויסע זאכן און טראכטן פון געוויסע זאכן , אבער איך פרוביר מיך איינצוהאלטן ווייל איך האלט אז עס וועט נישט זיין קיין טובה פאר זיי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:31 pm
דורך גדליה
אויפגעקלערט איז נישט אזוי געפערליך, בסך הכל לערענט מען אביסל סייענס מיט מורה נבוכים
די עיקר הארבקייט איז ׳אנגעקלערט׳, די חברה וואס זענען קעגען די סיסטעם, זיי זענען די ארגסטע
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:40 pm
דורך חסיד פון ליטא
וואס מיינט דאס אויפגעקלערט?
אויב מיינט עס open minded, דאן איז עס געווענליך א מענטש וואס האט די יכולת צו זעהן זאכן מער אביעקטיוו ווי דעם תם.
אויב מיינט עס איינער וואס גייט קעגן דאס וואס זיין סביבה האט אים פארקויפט ווייל ער איז רעבעליעס, דאן איז ער דער זעלבער תם וואס זעהט נאר זאכן סוביעקטיוו.
אלענפאלס, מיר רעדן דא פון תמימות און לאמיר קלעבן צום טעמע.
-
אחר כתבי באמערק איך אז כבוד רביה"ק האט שוין מדגיש געווען דאס בקוצר אמרים.