בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די פאלגענדע מעשה'לע איז אן אנעקדאט אין דעם אידיש-חסיד'ישן פאלקלאר...אז ס'איז געווען אמאל א תקופה וואס א סאך פרויען זענען ל"ע אוועק פון די וועלט בשעת דעם געבורט פון זייערע קינדער. און איין טאג האט עפעס א פראסטער איד, אן ע"ה געדאוונט פאר'ן עמוד. און ר'האט געזאגט די ברכה...ברוך אתה ה' מברך הנשים...מיט גרויס כוונה. און די נשים זענען געהאלפן געווארן...!

הייסט אז פון דאנעט קומט דיין מליצה פון "לאורך ימים ונשים".

שמעקעדיג: יא. ממש אזוי. ברוך שכיוונת...! ייש"כ...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:15 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:איז וואס האט דער בעל מברך הנשים געהאלטן, מען זאגט א ברכה שלא עשני אשה, און דא זאגט ער גאר מברך הנשים?

כ׳דערמאן זיך יעצט וואס ר׳ פרחיה זלע״ה פלעגט זאגען
פארוואס מאכט מען די ברכה שלא עשני אשה?
ווייל די ווייבער בענטשען אונז יעדען טאג מעגען אונז זיי צוריקבענטשען

בני דורו פלעגן זאגן אז ופרח לו האיש, אז ר' פרחיה פליט ארום פון איין אשכול צום צווייטן.. לעט הים רעסט אין פיס..

יין שרף: מיט א דגש אין דעם יו"ד. אדער אן א דגוש...?!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:48 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ביי מוסף האט דער בעל תפילה זיך ציזינגען שובה אלינו בהמון רגליך אנטשטאט רחמיך

Re: טעותים וואס איך הער מענטשן מאכן אין שוהל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:54 pm
דורך גר ותושב
עס איז געוועין א חזן וואס האט נישט געקענט זאגן קיין שין (שמאלית) ער האט נאר געקענט זאגן די שין מיטן לב חכם לימינו איז ער אמאל צו געגאנגען צו מוסף ראש השנה האט ער אראפ געלייגט די תפילת החזן פון פאר מוסף מיט א שיינעם נוסח ביז ער איז אנגעקומען צו "ותגער בשטן לבל ישטיננו" מער איז ער שוין נישט צוגעגאנגען. וד"ל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:55 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
איך האב אמאהל געהערט א פארפרומטע גערער בחור זאגען בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו

Re: טעותים וואס איך הער מענטשן מאכן אין שוהל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:57 pm
דורך גר ותושב
פארציילט מיר אמאל א מלמד אז א קינד אין זיין קלאס האט געמאכט א טעות און אנשטאט זאגן המאיר לארץ ולדרים עליה האט ער געזאגט המאיר לארץ ולדאלערים עליה.
זאלן מיר טאקע אלע אויף געלאכט ווערט מיט אסאך דאללארן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:54 am
דורך טאמבל סאס
ביי לא-ל ברוך נעימות יתנו למלך א-ל חי וקים.. איז עמיצער אריינגעפארן צו רם ונשא גדול ונורא משפיל גאים עדי ארץ וכו' אין עזרת.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:04 pm
דורך והאיש משה
געהערט נעבאך א בן ארבעים א מרביץ תורה זאגן:
הגוי והנצח לחי עולמים

האב איך געפרעגט 2 שאלות:

א' וואס איז פשט?

ב' האדרת והאמונה גייט לויט די א' ב' ווי קומט אריין ג' צווישען מ' און ס'?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:20 am
דורך שמעון וואלף
מענין לענין

מ'דערציילט אז יושע בהמה איז געזעצן אין שול און א איד האט געזאגט ביי איזהו מקומן, התודה וקל נזיר. דער עולם האט זיך צעלאכט און יושע האט מיטגעלאכט. פרעגט אים איינער פארוואס לאכסטי? זאגט ער, ער האלט דאך אינמיטן דאווענען, האט ער געקענט ארויסזאגן דעם שם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:25 pm
דורך איש חזון
שובר כל עצמותיו אחת מהנה לא נשברה, וויאזוי קען דאס זיין?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:33 pm
דורך אישתישבי
געוועהן נעבעך א איד אין יאר, פלעגט ער מאכען גאר אסאך טעותים, ביי הויכע שמונה עשרה פלעגט ער אלץ זאגען, ימלוך עלינו אתה י' לבדך וכו',

אויך ביי אבינו מלכינו פלעגט ער זאגען, קרע רוע גזר "דיאניינו"

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:11 pm
דורך מאטי
יומם השמש לא יבבה

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:48 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
הערנדיג א יוד זאגט די אז ישיר " מארקאוויטש" פרעה וחילו ירה בים...

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:52 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אין מארמאריש איז געווען א איד א פויער וואס מען האט איהם צוגעשיקט צו אנעים זמירות פארן עמוד און זאגנדיג דערביי "מחולל ומוליד צדיק בכיר און מען האט איהם פארגעהאלטען דערויף האט ער געזאגט וואס דען זאל איך זאגן "קאקער" ????

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 3:28 pm
דורך שמעקעדיג
אישתישבי האט געשריבן:אויך ביי אבינו מלכינו פלעגט ער זאגען, קרע רוע גזר "דיאניינו"

גראדע דאס מאכט אסאך סענס, די גזירות פון די היינטיגע דיינים איז צומאל שווער איבערצוטראגן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 5:02 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב געהערט עימיצן זאגן ותשבר ותגמר.