בלאט 2 פון 5

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 8:39 am
דורך פידלער
This is Rabbi Taub's response.
וואס האלט די עולם?

Re: Marriages in our Society

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 8:58 am
דורך נעגעל וואסער
Can you please post it without the watermark, it is rather distracting.
Thanks.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:01 am
דורך פידלער
[left]The watermark gets added automatically, doesn't it? Is there a way I can opt out of using it[/left]

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:29 am
דורך פידלער
[tag]נעגעל וואסער[/tag], here you go

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:04 am
דורך הקטן
צי דאסט מאכט זיך ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג אויך?
א spouse זאל ווינטשען די טויט פאר די אנדערע? אדער האפן אז עפעס זאל געשען, גיי ווייס, וואו נישט וואו איז דאס וואס איינער רעדט מיט זיין טערעפיסט פריוואט און קאנפעדענשעל.
וואס יא, און די נייעס איז דאס אן אפטער ערשיינאנג אז מאן אדער פרוי זאל בפעול ממש הארגענען, אדער שטעלן א היט-מען זאל הארגענע די אנדערע.

נישט אייביג איז קלאר פין די נייעס אויב דאס איז פין די היימישע ציבור אדער פין די אלגעמיינעם באפעלקערונג.

איך בין אויך נייגעריג צי ביי די אלגעמיינעם באפעלקערונג רעכענט מען זיך מיט די פאקט אז ס'איז דא קינדער צי נישט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:08 am
דורך פידלער
א spouse זאל ווינטשען די טויט פאר די אנדערע?

I want to point out that this man isn't actively wishing death upon his wife; he would just be relieved if it were to happen. There's a difference, albeit perhaps a slight one

Re: Marriages in our Society

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:17 am
דורך נעגעל וואסער
לענ"ד איז די ענטפער פון ראביי טאוב דאס ערגסטע וואס איז שייך. ואסביר דברי שפעטער.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:33 am
דורך יתרו
הקטן האט געשריבן:צי דאסט מאכט זיך ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג אויך?

קוקט אויס אז יא אין געוויסע אומשטענדן
https://www.theatlantic.com/sexes/archi ... ie/266479/

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:48 am
דורך תורה ומדע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:רביה"ק, הייסט אז ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג האט דאס חתונה האבן, צופרידנהייט, קשר, זיין גוט איינער צום צווייטן, וכו' גאר הויכע ראטעס, נאר ביי אונז היימישע וואס מיר האבן נישט גוט אויפגעכאפט דעם טויש, הינקעט עס אונטער. פארשטיי איך גוט?

פארדעם טאקע ביים המון עם גט'ן זיך בלויז 10 פראצענט פון חתונה געהאטע, און ביי אידן ביי ארום 45 פראצענט, שטימט.

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מ'דארף איבערקייען די זעלבע דברים פשוטים נאכאמאן און נאכאמאל, והאיש משה האט עס שוין פריער זייער גוט מסביר געווען.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז איין וועג איז בעסער ווי די צווייטער, מ'דארף נאר וויסן וואו מ'שטייט. די אלע ספיקות קומען ווייל מ'ווייסט נישט פונקטליך פארוואס מ'האט חתונה, ווען מ'ווייסט וואס מ'וויל אויפטון מיט הייראטן איז פיל גרינגער צו פאסן באשלוסן. אויב האסטו געהייראט כדי צו אויפבויען די חורבות ירושלים און פראדוצירן קינדער, זענען די אלע שלום בית פראבלעמען כמעט ווי נישט נוגע, ס'איז פונקט ווי א ביזנעס שותפות. און אויב הייראט מען צו בויען א קשר, וואלט מען געדארפט אינגאנצן אנדערש צוגיין צו דער גאנצער ענין. ווען מ'טאנצט אהין און צוריק קוקט מען נעבעך אזוי אויס.

דער תורה׳דיקער קוק איז א באלאנסירטער מהלך פון אהבה ואחווה שלום וריעות, אפילו מיט ראמאנס פון שלמה המלך ע״ה, אבער מיט א שטארקער קאממיטמענט צו הקב״ה, משפחה, דורות, חינוך, אידישקייט, שבת ויו״ט וכדו׳. די ביידע חלקים זענען ניזון איינער פונעם אנדערן. וואס מער קאממיטמענט, אלץ מער ראמאנס און אהבה, און וואס מער אהבה אלץ מער קען וואקסן דאס קאממיטמענט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:58 am
דורך רביה''ק זי''ע
אן אריינגיין איןדי תורה'דיגקייט פון דיין מהלך, אדער צו די תורה האט בכלל א קוק אויף דעם ענין, איז עס אבער אויך א גוטע מהלך. די פראבלעם ווערט נאר, ווען מ'איז מחנך אויף איין זאך, מ'טוט א צווייטע זאך, און פאר די גאס דערציילט מען א דריטע זאך.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:09 pm
דורך תורה ומדע
דהיינו?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דהיינו שוואנצנות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:16 pm
דורך תורה ומדע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דהיינו שוואנצנות.

נו נו.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 7:14 pm
דורך פידלער
נעגעל וואסער האט געשריבן:לענ"ד איז די ענטפער פון ראביי טאוב דאס ערגסטע וואס איז שייך. ואסביר דברי שפעטער.


I'm really looking forward to hearing your opinion on this. I hadn't thought his answer was bad, let alone the worst possible, so I'm curious to hear what you think

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 9:23 pm
דורך נעגעל וואסער
לאמיר עס מסביר זיין פון מיין קוק ווינקל.

איז אזוי, איך ווייס נישט קלאר וואס פונקטליך עס באדערט איהם. ער קוקט אויס זייער אומצופרידן פון איהר, ער וואלט זיך געוואונטשן א צווייטע פרוי. ער זעהט נישט קיין שום וועג וויאזוי ער קען טוישן די מצב. אבער עס איז יתכן אז אויב ער רעדט צו די ריכטיגע מענטש קען ער טאקע נישט טוישן די מציאות הדברים, אבער ער קען יא טוישן זיין מיינדסעט.

לאמיר אנכאפן א דוגמא וואס קען באדערן איינעם. ער איז א חסידישער אינגערמאן וואס זוכט צו לעבן א מער אפען מיינדעד לעבן, און די שידוך וואס זיין טאטע האט איהם באשערט איז מיט א פארקנאקטער אידישן אראפגעבינדען מיידל. ער האט איר שוין פרובירט צו איבעררעדן כמה פעמים זיך צו קויפן א שייטל וואס זאל קראצן ביז אונטען אבער זי רירט זיך נישט אוועק פון איר שפיצל וכו' וכו'. ער זעהט נישט ווי אזוי ער קען לעבן מיט איר א נארמאלע לעבן ווי אזוי ער וויל. אבער עס איז מעגליך אז אויב ער פאוקעסד נישט איר צו טוישן, ער פאוקעסט אויף צו בויען מיר איר א רילעישנשיפ, פארברענגט מיר איר, גייט ארויס מיט איר שפאצירן, גייט מיט איר וואקעישן וכדומה קען ער לעבן א זייער געשמאקע לעבן מיט אירע חסרונות אויך. קען זיין, איינמאל זיי האבן א גוטע רילעישנשיפ וועט זי זיך טוישן, און אפשר נישט, אבער בכל אופן איז די נקודה נישט איר צו טוישן, נאר צו אקצעפטן ווי אזוי זי איז, און טראץ דעם קען מען האבן א גוטע רילעישנשיפ.

עס קען זיין א מיליאן און איינס סיבות פארוואס ער איז נישט צופרידן, קען זיין ווי געזאגט, זי איז צו פרום, קען זיין ער וויל א מאדעל און זי איז מיאוס ווי דער נאכט, קען זיין ער האט נישט ליב איר מהות, קען זיין אז ער וויל זיין מצוי כתרנגול און זי קוקט איהם אהן ווי א האן אין בני אדם, וכדומה, די אלע זאכן גייט זיך נישט טוישן עפ"י דרך הטבע פון זיך אליינס. און זאגן אז צו האבן בטחון איז זיין עצה, איז בגדר אין סומכים על הנס. ולא זו הדרך, אז ווען איינער זוכט הילף, צו זאגן אז ער זאל טאקע אויפגעבן און זאגן תהילים. דאס לייגט איהם אריין און נאך א טיפערע דיפרעסיע אז קיין עכטע האפענונג איז נישטא, און דינט נאר ווי האלץ צום פייער צו פארגרעסערן זיין פראבלעם נאך מער.

פונקט פארקערט, געב איהם חיזוק אז פון יעדע פראבלעם קען מען יא ארויסקריכן, און ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן, ער וועט גארנישט דערלייגן צו פרובירן ביי א צווייטע מענטש. ער זאל זיכן און נישטערן און אוודאי מיט סייעתא דשמיא קען ער טרעפן א לעזונג צו א גליקליכן רילעישנשיפ. ווען ער וואלט געווען מער ספעציפיש וואלט מען געקענט דן זיין אויף מער א פונקטליכער מהלך, אבער אזוי צו אננעמען בלינדערהייט אז עס איז נישט קיין עכטע האפענונג מצדו צו טוישן זיין מערידזש לייף איז א חורבן. און אפילו מיט די מחשבות וואס פאלט איהם איין, אז הלואי זאל זי אפשטארבן, מיינט נאך נישט אז עס באמת אין א מצב וואס מען קען נישט גרינגערהייט פאררעכטן, דאס איז א תוצאה פון דיפרעסיע אין די מצב ווי ער שטייט יעצט, אבער מעגליך אז די וועג צו ארויסקריכן דערפון איז סך גרינגער ווי ער מיינט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 10:23 pm
דורך פידלער
Taub's answer wasn't davka the bitachon part. He firstly offered his compassion and validation of the guy's feelings, which I thought was a kind and intuitive move. Pain needs an audience. And I think that's takeh the reason for the guy's letter in the first place. He's suffering, and he wants someone to know

Secondly, Taub told the guy to find "pockets" of hope wherever he can, similar to what he found when he thought his wife was dying. I'm not sure how realistic it is to expect someone to feel the same hope on a regular day as he did when there takeh seemed to be an actual possibility that his problem was about to "die," but I do think a person has it in him to find such pockets

Thirdly, unlike you, Taub accepted they guy's very definitive assertion that he already tried everything possible. Telling him to continue trying, which is what you're saying, would be a complete nullification of the guy's words and feelings.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 10:26 pm
דורך פידלער
ווען ער וואלט געווען מער ספעציפיש וואלט מען געקענט דן זיין אויף מער א פונקטליכער מהלך
True! It's a shame he wasn't more specific

אבער אזוי צו אננעמען בלינדערהייט אז עס איז נישט קיין עכטע האפענונג מצדו צו טוישן זיין מערידזש לייף איז א חורבן.
But what if there just isn't any hope? What if their way of thinking is too different? What if it's not just this one thing or that one thing, but his wife's entire being that he can't connect with?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:26 am
דורך נולד מאוחר
פידלער האט געשריבן:ווען ער וואלט געווען מער ספעציפיש וואלט מען געקענט דן זיין אויף מער א פונקטליכער מהלך
True! It's a shame he wasn't more specific

אבער אזוי צו אננעמען בלינדערהייט אז עס איז נישט קיין עכטע האפענונג מצדו צו טוישן זיין מערידזש לייף איז א חורבן.
But what if there just isn't any hope? What if their way of thinking is too different? What if it's not just this one thing or that one thing, but his wife's entire being that he can't connect with?

און א געוויסע זין איז דוקא בעסער אז יענער האט נישט געזאגט קיין פרטים. דע געדאנק פונים בריוו איז וואס זאגט מען פאר איינעם וואס איז קלאר אז גארנישט איז שייך צי טאן.
דו רגע יענער וואלט געשריבען עניטינק וואלט יעדער זוך ארויפגעכאפט מיט עצות וויאזוי מקען נאך יא בעסער מאכן.
קוק יעצט ווען ער האט גארנישט געשריבען , איז שווער פאר געוויסע צי אנעמען אז מקען גארנישט טאן.

Re: Marriages in our Society

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:48 am
דורך נעגעל וואסער
איך הער וואס איר זאגט. מיינע נקודות זענען אזוי:

א' דער רבי גלייבט אים אפן ווארט אז סאיז שוין נישטא וואס צו טוהן, אויף דעם בין איך מחולק. איך דינג זיך נישט אז עס איז מעגליך אזא מציאות , אבער זייער אסאך מאל קען מען יא טוישן אויף למעשה, אפילו אויב יענער מיינט אז עס איז געים אווער. דערפאר איז נישט גלייך צו מסכים זיין מיט דער הנחה, וואס קען זיין א גורם ער זאל אויפגעבן אינגאנצן.

ב' אפילו אויב איז ער גערעכט אז מ'קען טאקע נישט טוישן במציאות דעס וואס באדערט איהם, קען מען טוישן די מיינד סעט, "איטס אלל אין דער מיינד".

ג' אפילו מען נישט טוישן די סיי די מציאות און סיי זיין מיינד, איז לדעתי נישט קיין עצה צו האפן און בעטן א תפלת שוא און ארויסקוקן בכיליון עינים אז עפעס וועט זיך אמאל טוישן. אויב איז דאס די מצב, זאל ער אויפגעבן און קיינמאל פרובירן צו מאכן בעסער, נאר פעיסין די פאקט, און פרובירן צו טרעפן שמחת וסיפוק החיים ערגעץ אנדערש, אויף פארשידענע אופנים, און נישט זיין דיפרעסט א יעדן טאג אז עס ווערט נישט בעסער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 9:09 am
דורך פידלער
[tag]נעגעל וואסער[/tag]
I hear what you're saying. It seems to me that the guy is up to gimel. According to his letter, he does find joy in his life, and this is his only "zecher lechurban." So I guess he's pretty much faced facts

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 9:47 am
דורך הקטן
מען רעדט דא נישט פין אן אופן וואס מען קען נישט טוישן די מציאות, למשל ער וויל א הויעכע און זי איז קליין, ער שרייבט אז ער האט שוין געטון אסך זאכן אבער ס'איז counterproductive
די סיבה פארוואס מען שלאגט זיך נישט בפועל, שרייבט ער, ווייל איינער האט שוין אויפגעגעבן אויף די אנדערע. פארן אויפגעבען האט מען זיך געשלאגן און זעט אויס ס'איז געווען counterproductive!

לדעתי איז דאס א פאלשער בריוו, דער מענטש עקזעסטירט נישט, ער רעדט פין זיין גיטער לעבן און וואו אזוי ער איז גרייט אויך צי שטארבן וכו'

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 1:29 pm
דורך מאן דאמר
לאמיר זעהן וואס דער עולם זאגט דא אויף א ניִיִע פארבעסערטע וועג צו טוהן שידוכים.
איך גלייב אז דער עולם וועט מסכים זיין אז טוהן שידוכים וויאַזוֺי מיר טוען יעצט האט זיך אירע מעלות און חסרונות, צום ביישפיעל, די פאקט אז די עלטערן זוכן דעים שידוך קען זיין א גרויסע מעלה, ווייל ווי נישט ווי האבן די עלטערן שוין חתונה געהאט, און דער בחור האט נאך און זיין לעבן נישט געהאַט קיין שום שייכות מיט מיידל, די חסרון קען אבער זיין, ווען די עלטערן קוקן מיט זייערע אויגן וואס ס׳גייט זיי דא פּאַסן, אדער אסאך מאל טראכט מען אויף וועלכע דירעקציע צו פירן דעים קינדס לעבן (דהיינו אז מיט א פרום מיידל וועט זי אים האַלטן אויף די רעלסן וכו׳) און מען רעכנט זיך בכלל נישט מיטן מיינונג פון דעים קינד, וואס אים אינטערעסירט בכלל נישט די ״שיינע משפחה״ און אוודאי וויִל ער /זי נשיט אז די שידוך זאל דיקטירן דאס לעיבן פלאן.

קען איינער דא צוברענגען סטאטיסטיקס פון אנדערע מהלכים, צו זעהן אויב דאס ארבייט בעסער, מיין שכל זאגט, אז די וועג ווי רוב ארטאדאקסישע איִדן פירן שידוכים, מיט dates , ווי א אינגל מיידל גייען ארויס עסן אין שפּאַציִרן זעהן צו די זאך געפעלט און ציהט דאַרף לכאורה זיין אסאך בעסער, אבער איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין סטאטיסטיקס פון די רעזאלטס.

די ערשטע מעלה קען זיין, אז די פּאָרפאלק שפירט זיך באמת ווי דאס איז בחירת ליבם ובשאלת פיה, וואס דאס אליין הייבט אלעס אן מיט די רעכטע פוס, מ׳קען און דעים מאריך זיין אבער איך שׁרייבּ דא אויף א פאון מיט א צושפלעטערטן בילדשירעם גלאז
אויך די פאקט אז מ׳פארברעינגט באמת פאר צוואנציק דרייסיק שטונדען, דאַרף לכאורה אויך האבן א גרויסע ווערט, און אויך, קיינער נעמט נישט די ערשטע געווענליך, ווען מ׳גייט ארויס אויף דעיט׳ס וועלט מען זיך אביסעלע און מ׳קוקט זיך אום, וואס דאס איז אויך עפעס ווערט פול

דיסקלעימער: איך בין אויפגעוואקסן מיט ביידע סארט , מיין בליק איז נישט נאר פון באטראכטן לאנגע שייטעל פרויען אדער באפוצטע מענער און חלומ׳ן אז אלע באדערנע לעבן א חיים טובים

Re: Marriages in our Society

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:29 pm
דורך נעגעל וואסער
פרשה זו יפה נדרשת באחורי הפרגוד.

למעשה שטייט שוין אין די הייליגע ספרים הקדושים באריכות (כמדומה רב דסלר אויך) אז די סטאסטיקס ווייזט אז ווי מער מען טרעפט זיך אלס מער גט'ן איז דא. והראיה פון די ליטא, און ק"ו ביי די אומות העולם...