בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרעגט מיר א ליטוואק, פארוואס חסידים זענען נישט מחשיב תורה. עפן איך אים א נועם אלימלך, און איך ווייז אים אז א גרויסע פראצענט פונעם ספר רעדט ער פון די חשיבות פון תורה, מ'קען נאר צוקומען צו קדושה וטהרה דורך תורה, יראת שמים, אהבת השם, דבקות בהשם, אלעס קען מער נאר דורך תורה. "יא" - זאגט ער מיר - "חסידים לערנען תורה ווייל זיי ווילן זיין נאנט צום אויבערשטן, זיי זענען מחשיב דעם אויבערשטן, נישט די תורה..." ודפח"ח.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:10 pm
דורך לייבעלע
C/P

ביי דער ליטוואק איז תורה א שפיל
און צו תפילה האט ער קיין געפיהל
ווען א שיעור כללי (אויף לא ילבש...) טוט ער זאגן
הערט עס זיך ווי איינער מיט א לויזן מאגן

דער פארביסענע ליטוואק
האט קיין געשמאק
אומער פויל און אומעטיג
קיינמאהל וואַך און טעטיג

ביי א קרומע סברא, נישט מיט גלייכן שכל
גיבט ער זיך א פאטש אין בייכל
פון פשטות איז ער גאהר ווייט
מיט קרומקייט פארברענגט די צייט

שמחה איז ביי אים פרעמד
ווי אין די ניין טעג די הויזן און העמד
פונעם טרויעריגער איכה ניגון
האט ער שטארק פארגעניגן

זיין משפחה גייט אויס פון הונגער
אבער ער דרייט נאך מיט׳ן פינגער
די ווייב האט קיין קלייד
און ער פארנומען מיט ישיבה׳שע רייד

ער מיינט אז ר׳איז א חרוץ
אבער גאנץ מעגליך, א וויסטע עם הארץ
כ׳פארבייס זיך די ליפן
ווען דער איז מסביר תורת חליפין

ר׳זוכט אין תוספות רבינו פרץ
צו א נארישע קשיא א תירוץ
וואלט ער טאקע געוועהן א גאון
וואלט ער געוואוסט אז ס׳הייבט זיך נישט אהן

פארנומען מיט לעיקוואוד האַק
ס׳איז נס לחו אהן א געשמאק
ווען ער רעדט פון וועלטליכע זאכן
קומט מיר ממש צו לאכן

די קאר פון א ישיבה מאן
דארף מער גערודער מאכן ווי דער באן
א קאר דרייווט ער א דזשעלאפע
פאר דזשי פי עס נוצט ער אן אלטן מאפע

פארן ליטוואק איז וויכטיג א שטעלע צו האבן
אפילו אויב ער דארף אן אנדערן באגראבן
מ׳מוז הענגן פלאקאטן בחוצות העיר
ווען אימער ער גייט זאגן א שיעור

מיטן ריזיגן יארמולקע אויפן שפיץ קאפ
און דער הוט אזוי גרויס ווי א קאמערשל טאפ
אין לעיקוואוד און בני ברק
מוזן זיי אלע גיין מיט א פראק

איפכא מסתברא איז ביי זיי גלייך

וואס ביי אונז לעכטיג אין הארץ
איז ביי זיי טונקל און שווארץ
וואס ביי אונז נישט ריכטיג
ווערט ביי זיי גאהר וויכטיג

דער ליטוואק איז אט דאס
כ׳ווייס נישט פארוואס
די גאנצע באנדע
ממש א שאנדע

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2019 4:02 pm
דורך נהורא נפישא
...
...
...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2019 9:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זאגט מיר איינער אמאל, פארוואס רופט מען זיי 'חסידי אומות העולם'? ווייל זיי פאלגן נישט קיין הלכה, הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב. גערעכט - זאג איך איהם - פייניגן מענטשן בשם הלכה איז טאקע איינס פון די זאכן וואס חסידים זענען נישט אויסגעצייכנט דערין.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2019 9:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'דא אסאך ווערטער פון ראפשיצער רב אויף ליטוואקעס:

א. יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ, אז דו גלייבסט נישט שנייד איהם אויף. טרעפסטו יא, איז דאך גוט, אז נישט איז נאך א ליטוואק גע'פטר'ט.

ב. פרום איז די ראשי תיבות פון פיל רשעות ווייניג מצוות.

ג. ווען איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל איך וועל זען א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן, וועל איך איהם זאגן, "א נאר ביזטו געווען, און א נאר וועסטו בלייבן, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין שענסטן פלאץ אין גן עדן".

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:26 pm
דורך אדונינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא אסאך ווערטער פון ראפשיצער רב אויף ליטוואקעס:

א. יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ, אז דו גלייבסט נישט שנייד איהם אויף. טרעפסטו יא, איז דאך גוט, אז נישט איז נאך א ליטוואק גע'פטר'ט.

ב. פרום איז די ראשי תיבות פון פיל רשעות ווייניג מצוות.

ג. ווען איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל איך וועל זען א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן, וועל איך איהם זאגן, "א נאר ביזטו געווען, און א נאר וועסטו בלייבן, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין שענסטן פלאץ אין גן עדן".


א. רעדט ער פון א ליטוואק

ג. רעדט ער פון א ליטוואק

ב. מהיכי תיתי ליטוואק?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מ'זאגט נאך פון איינער פון די סטאלין-קארלינע רביס, אז איינער וואס היט אפ גאנץ הלכות שבת בכל פרטיה ודקדוקיה, אבער ער ענדשויט נישט דעם שבת, וועט ער טאקע באקומען שכר, אבער ער וועט פילן אין גן עדן פונקט ווי א באנק. לויט ווי איך פארשטיי איז עס דער זעלבער געדאנק ווי דעם ראפשיצער רב'ס, דער נאר/ליטוואק היט טאקע אפ שטרענגערהייט אלע הלכות, אבער ער כאפט נישט וואס מ'וויל פון איהם.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2019 11:06 pm
דורך שקד
כ'האב געהערט א גוט'ס פון איינע פון די היינטיגע בדחנים;
פון וואו ווייסט מען אז המן איז דווקא נישט געווען קיין ליטוואק?
ווייל טאמער יא, וואלט מען עהם נישט געדארפט אויפהענגן אויף א בוים, נאר איינפאך עהם פארשעמען אז ער איז 'גארניט' און עהם זעצן אין די בעק.. און ער וועט זיך שוין אליינס הענגן..

Re: שלא עשני ליטוואק

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2019 9:36 am
דורך חסיד פון ליטא
א ליטוואק איז אמאל צוגעגאנגען צו א חסיד און געשפעט פון חסידות און געפרעגט וואס האט דער חסיד מיטן לערנען חסידות מער פונעם מתנגד, האט דער חסיד געענטפערט אז אויב לערנט מען חסידות קען מען וויסן גענוי וואס דער צווייטער מענטש טראכט! האט אים דער ליטוואק געפרעגט, נו, לאמיך זעהן דו זאלסט מיר קענען זאגן וואס איך גיי יעצט טראכטן. האט דער חסיד מסכים געווען. ווען דער ליטוואק האט געענדיגט טראכטן האט ער געפרעגט דעם חסיד מיט אזא טריציג שמייכל, נו, וואס האב איך יעצט געטראכט? האט אים דער חסיד געענטפערט, איר האט געטראכט פונעם באשעפער! האט דער ליטוואק געזאגט מיט אזא ניצחון, ניין כ'האב נישט געטראכט פון גאט! האט אים דער חסיד געענטפערט, טאקע פארדעם דארף מען לערנען חסידות!