בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2019 5:18 pm
דורך צפור בודד
לכאורה פון זייער שטעלונג אויף וועקסינג קען מען וויסן ווי א גרויסער גדול זיי זענען. די גרעסטע גדולים האלטן אז מוסדות חינוך מוזן אננעמען קינדער סיי געוועקסטע און סיי אומגעוועקסטע און פון דארט איז וואס אלס מער מען איז מחמיר בנוגע וועקסינג אלס קלענערער גדול. לעומת דעם ביי חסידים איז וואס אלס מער מען איז מחמיר אויף עניני טעכנאלאגיע וסמארטפאונס אלס גרעסערער צדיק.

Re: ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2019 5:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מעשה לסתור.
אלע מוסדות אין לעיקוואד אן אויסנאם האבן ארויס געווארפן די אומוואקסינירטע קינדער, צעטל אהין צעטל אהער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2019 6:07 pm
דורך שקד
חסיד פון ליטא האט געשריבן:אין אמעריקע עסט מען ווייניגער טשולנט ממילא איז דא ווייניגער גדולים ופשוט היא.

ס'פאסט נישט אזוי צו שרייבן, ביטע אויסמעקן

ר' משה

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:12 pm
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6FcxkCoKeRs[/youtube]

א באלאנסירטע גדול בישראל מיט א גרויסע השפעה, מער אין שטילע וואסערן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:06 am
דורך שמעון וואלף
וואלווי האט געשריבן:קען זיין אסאך דא וועלען נישט מודה זיין, אבער ערעב אהרן, האט היבש א למעשה'דיגע אינפלוענס אויפ'ן דור.

ר' יחזקאל רוטה, אלס אן אנגענומענער פוסק הדור ביי א ברייטערע ציבור פון פארשידענע קרייזען.


פון בערעלע'ס לייק זעה איך אז ער איז מודה. איך האלט אבער נישט אזוי. קען זיין אבער אז אונז זעמיר פשוט נישט אויף די זעלבע פעיזש, איז אפשר קענסטי געבן א דוגמה צוויי