בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:31 pm
דורך zurich
שמואל הלוי האט געשריבן:הערשט יעצט פאנגסטו אן זיך צו דערמאנען? האסט דאך שוין געשריבן פריער אז ס'דערמאנט דיר???
איך מיין צו זאגן אז די וועי דו פרעיגסט מיר ציריק,סותר מיניה וביה,ברעינגסטע ארויס דיין קערעקטער בעסער. ווייסעכמיין?
וואטעווער
נעקסט קעיס!
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:48 pm
דורך נולד מאוחר
מאכט סענס צי רחמנות האבן אויף א פליג?
אלץ הדבק במידותיו מה הוא רחום אף אתה.
סאיז אינטערסאנט, אונזער רחמונת איז געוואנדן לויט די סייז פון חיה. ווער וואלט געהארגט א קאץ ? פליז...
א הונט, א הערש, א ציגעלע?
פארוואס א פליג איז לייכטער, איז די נפש געוואנדן לויט די סייז?
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:59 pm
דורך טאמבל סאס
zurich האט געשריבן:שמואל דיין זאפטיגע פעדער דערמאנט מיר עפעס פון איינער פון די שרייבערס אויף איי וועלט,איך קען מיר נישט דערמאנען פון וועמען?!
עניוועי ס'אינטערסאנט און עטס האטס ענק זעכער געווינדערט,עטס טרייטס צו הארגענען א פליג,און... מהאלט די קאפל און האנט און מ'געט א שמייס,און לויט אלע דיעות גייט די פליג דערהארגערט ווערן. און באם!! די רגע וואס די קאפל קומט אן געט די פליג א פלי אוועק??
האב איך געזעהן א אינטערסאנטע זאך,אז צייט איז ביי א מענטש אנדערש ווי א פליג,דאס הייסט ביי א מענטש איז "א מיניט" א מיניט,ביי א פליג איז א מיניט א שעה, ממילה דער פליג זיצט זיך אזוי רוהג פלוצלינג זעהט ער עפעס א "ריזיגע זאך" קימט צו גיין צו זיין ריכטונג! און פארגעסט נישט א מיניט ביי עים איז אסאך צייט.. טראכט ער,איך האב אסאך צייט און די גרויסע זאך קימט נענטער, אונזער זבוב רירט זיך נישט ער האט אסאך צייט,ממש די לעצטע סקונדע וואס ביי אונז זעהט עס טאקע אויס ווי א רגע, אבער פארן פליג איז עס 5 מיניט פליט אוועק..
דער וואס פארשטייט פארשטייט...
כ'האב הנאה צוזען ווי דו חלומ'סט הויעך. סתם לידיעתך, א פליג זעט בכלל נישט, ער זעט נאר א שאטן, און וועגן דעם ווען דו קומסט מיט דיין הענט העכער אים זעט ער די ליכט ווערט פארשטעלט, פליט ער אוועק. וועגן דעם איז טאקע לייכטער צו כאפן א פליג פון דער זייט.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:33 am
דורך zurich
ביסט נישט נישט מסביר פארוואס אנדערע קריכעדגע איז יא גרינגער צו כאפן?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:03 am
דורך געפילטע פיש
שמואל, מ'סתם איז דעיע פליג מאלעסטעט געווארן און האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן, אנדערש וואלט זי נישט געבליבן זיצן אויף דיין טיש אזוי געמיטליך.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:04 am
דורך שמואל הלוי
שוין האב מיר שוין נאך א קרבן פון מאלעסטעישאן

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:00 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין, איז כדאי צוצוברענגען מענין לענין,
די מעשה פון אונזער שרייבער משה געציל.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:30 pm
דורך שימעלע
מיתה משונה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:56 pm
דורך נס קאווע
ס' א מחלוקה וועגן די קליינע באשעפענישן צו זיי האבן די זעלבע דין ווי נארמאלע בעלי חיים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:54 pm
דורך שמואל הלוי
יעצט ערלעדיגט נאך א זבוב'ל.
און קורץ בעפאר א מאסקיטא.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 1:09 pm
דורך שמעקעדיג
יהא זכרם סרוח.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 10:15 pm
דורך איך אויך
דערמאנסט מיר פון דעם מנחת אלעזר'ס ווארט ביי א מעשה שהיה 'יצא סרחו בהספדו'.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:42 am
דורך נולד מאוחר
נס קאווע האט געשריבן:ס' א מחלוקה וועגן די קליינע באשעפענישן צו זיי האבן די זעלבע דין ווי נארמאלע בעלי חיים
ווער האלט וואס?
סייענס אדער תורה?
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:49 pm
דורך נס קאווע
רמב"ם מיטן רמב"ן מיינעך וועגן באשעפענישן וואס האבן נישט קיין גוף
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
היינט אפגע'הרג'עט נאך 2 פליגן.
זיי גייען אויף די נערוון עד אין לשער.
א מין עקלדיגע דענערווירענדע באשעפעניש.
זאלן זיי גיין צו טיטוס משוגע מאכן, נישט מיך.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:05 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:היינט אפגע'הרג'עט נאך 2 פליגן.
זיי גייען אויף די נערוון עד אין לשער.
יעצט ארלעדיגט נאך 2 אין איין שאס ב"ה, ברוך שפטרני.
די גרינגסטע עצה פאר מיר איז: א באטל ווינדעקס. 2 שפריצעס אויף זיי, און זיי פארלירן דעם באלאנס און הייבן אן צו לאנדן.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:10 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:יהא זכרם סרוח.
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:14 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט ווען דער זוממער הייבט זיך אן צו דערנענטערן, און די פליגן/מאסקיטאס - הנודעים לשמצה בפי כל הבריות - קריכן ארויס פון זייערע לעכער, איז צייט אויפצופרישן דעם אשכול...
---------------
[tag]שמואל הלוי,[/tag] דו ביסט נאך דא?
אויב יא, אפשר געבסטו איבער אפאר טיפס וויאזוי צו ממית'ן דעם פליג מיט פראפעסיאנאליזם?
און אויב ווילסטו נישט ארויסגעבן דעם סוד, דאן מאך כאטש אן עדווערטייזמענט פאר דיין פירמע.
דא האסטו א פערטיגע נאמען: "FLY KILLER"...
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:12 pm
דורך מה הוא
איך מיין אבער די האסט דא געהאט צוטון פשוט מיט א טויעבע פליג ער האט פשוט נישט געהערט אז עפעס איז אראפגעפאלן אונטער אים….
ווען ער וואלט ווען געוויסט ואלט ער דאך זיכער אפגעיאגט פונעם מקום..