בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 12:11 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך האב שוין געהאלטן ביי פארמאכן דעם קאמפיוטער. נאר ווען איך האב געזעהן דעם נאמען"פאלאצ'ינטא" האביך געוויסט אז ס'מוז זיין א גוטס. :D

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
ומעשה שהיה: ווען איך בין געווען אין ישיבה. (איך זאג נישט וואו.). אין דעם זעלבן בנין איז אויך געווען א דעלי/טעיק אוט/ גראסערי/בעיקערי. דער בעה"ב פון סטאר, מר. ה. איז אויך געווען א קעיטערער. ער האט געקעיטערט קלענערע שמחות. אזוי ווי שבע ברכות און בר מצווה'ס. אלס חלק פון זיין ש"ץ מ"ץ ביזנעס האט ער אויך געגעבן צו עסן פאר אויסלענדישע בחורים פון אונזער ישיבה. איך בין געווען א לאקאל. געוואוינט אין יענע שטאט.

איין טאג האביך געקויפט א טשיעז דעניש אין מר ה.'ס סטאר. איך בין אריין אין דעם שמחה זאל. וואו מר. ה. האט סערווירט סאפער פאר די בחורים. מר. ה. זייענדיג א פרומער ע"ה, האט זיך גענימען שרייען אויף מיר...גיי ארויס מיט דעם טשיעז דעניש. איך סערוויר יעצט א פליישיגן סאפפער. (דער זאל איז געווען בערך 6 טויזנט סקווער פוס.). האביך מיך אנגערופן (סארקאסטיש)..." איך האב נישט געוואוסט אז בשר בחלב איז מטמא באוהל"... ער האט (נעבעך) נישט פארשטאנען וואס איך זאג...!

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
נ.ב.: נאר דער וואס האט געלערנט אין די אויבנדערמאנטע ישיבה וועט וויסן וואו די ישיבה איז (געווען?). און דעם נאמען פון מר. ה.

איינער פון די אלומניי פון די ישיבה איז היינט א גרויסער גביר. (בליעה"ר) און בעל צדקה. און א פראמינענטער מעמבער אין א גרויס? חסידות. אויך א מחבר פון ספרים?

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 3:28 pm
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:ומעשה שהיה: ווען איך בין געווען אין ישיבה. (איך זאג נישט וואו.). אין דעם זעלבן בנין איז אויך געווען א דעלי/טעיק אוט/ גראסערי/בעיקערי. דער בעה"ב פון סטאר, מר. ה. איז אויך געווען א קעיטערער. ער האט געקעיטערט קלענערע שמחות. אזוי ווי שבע ברכות און בר מצווה'ס. אלס חלק פון זיין ש"ץ מ"ץ ביזנעס האט ער אויך געגעבן צו עסן פאר אויסלענדישע בחורים פון אונזער ישיבה. איך בין געווען א לאקאל. געוואוינט אין יענע שטאט.

איין טאג האביך געקויפט א טשיעז דעניש אין מר ה.'ס סטאר. איך בין אריין אין דעם שמחה זאל. וואו מר. ה. האט סערווירט סאפער פאר די בחורים. מר. ה. זייענדיג א פרומער ע"ה, האט זיך גענימען שרייען אויף מיר...גיי ארויס מיט דעם טשיעז דעניש. איך סערוויר יעצט א פליישיגן סאפפער. (דער זאל איז געווען בערך 6 טויזנט סקווער פוס.). האביך מיך אנגערופן (סארקאסטיש)..." איך האב נישט געוואוסט אז בשר בחלב איז מטמא באוהל"... ער האט (נעבעך) נישט פארשטאנען וואס איך זאג...!
א ישיבה מיט א טעיק אוט און די ישיבה האט דאס צוגעלאזט?

איך וויל דיר פרעגן וועגען דער מר ה. איז דאס זיין ערשטע נאמען? איז זיין לעצטע נאמען אפשר געווען ו ? אויב יא ווייס איך שוין....... ודאי ל...

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 4:27 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך וועלל דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט: בערל בעל עגלה) דער נאמען פון מר. ה. איז געווען זיין משפחה נאמען (אין אמעריקע זאגט מען א "לעצטער נאמען".). די ישיבה איז געווען באמת אין אן אנדערן בילדינג. נאר ס'איז געווען ..."עטעטש'ד"... פי' מחובר. אויב דו ווילסט וועלל איך דיר זאגן די נאמען פון די גאס. און די פונקטליכע אדרעס אויך...לאל. נאר אויב דו וועסט וויסן דעם נאמען פון דעם געוועזענעם תלמיד וועלכער איז היינט (און לאמיר האפן מארגן, און איבערמארגן אויך, בעז"ה א גרויסער עושר, (בליעה"ר) וועסטו שוין וויסן די אנדערע חלקים פון די געשיכטע...!

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 4:30 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: השאלה היא אם אתה גר בארץ או באמריקה? אני, (באמת) יכול לקבוע לפי העיתוי של התגובות שלך. (אם אתה בן אדם דתי......מצחיק.!)

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 4:45 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: אויב דו קוקסט נאך אויף גוגל מעפס וועסטו זעהן א פיקטשער (תמונה, בלע"ז) פון דעם בילדינג. דער נאמען פון די ישיבה איז (נאכאלץ, ב"ה) מתנוסס לשם ולתפארת. אויך. מ'קען זעהן אז די סטאר האט א באזונדער אריינגאנג פון די ישיבה...!

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 5:03 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך געדענק אויך א ישיבה מיט א טעיק אוט וואס זיין לעצטע(ר) נאמען און די נאמען פון די גאס ווי די ישבה איז געוועהן איז געוועהן כמעט די זעלבע.

שוין איך האב שוין צו סאך גערעדט. עד כאן

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 12:27 pm
דורך קבצו זקנים
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.
נאר אויב מענטוס (Mentos) איז אויך אינעם זעלבן שאפער :lol:

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 5:04 pm
דורך בן עיר
קבצו זקנים האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.
נאר אויב מענטוס (Mentos) איז אויך אינעם זעלבן שאפער :lol:
דער מר. קליען איז עסקו עם הנשים במילא איז ער אסור ביחוד אפי' מיט אסאך פרויען, דארף מען מברר זיין אויב די מענטאס זענען זכרים וואס דאן קענען זיי העלפן אדער זיי זענען נקיבות וואס אפי' אסאך פון זיי וועלן נישט העלפן פאר אן עסקו עם הנשים

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 5:57 pm
דורך berlbalaguleh
נאכמער: אויב די מענטאס זענען פרוצים (לעריות) העלפט נישט אויב זיי זענען זכרים. אפילו הונדערט.

ס'איז (ב"ה) אכשר דרא. אמאל אין די אלטע צייטן (בימי תרח ולבן) האבן די פאשקעס און אנדערע קאמפעניס אדווערטייזט לעידי פינגערס לכבוד פסח. האב די רבנים און ערליכע אידן מעורר געווען. אז מ'טאר נישט דערמאנען דאס ווארט ל---. האבן זיי צוערשט געשריבן ל. פינגערס. אבער די ערליכע אידן זענען נאכאלץ נישט צופרידן געווען. ווייל ל. פארשטייט א יעדער אז מ'מיינט לעידי'ס. האבן זיי אויפגעהערט צו ניצן דעם נישט איידעלן ווארט. זיי האבן געשריבן סתם פינגערס. מ'קען אבער נישט וויסן. אויב עפעס אן ערליכער איד ערגעץ וואו וועט אויך מוחה זיין אויף דעים. (נאר דאס פשט'ל איז שוין צו לאנג.).

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 7:40 pm
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:נאכמער: אויב די מענטאס זענען פרוצים (לעריות) העלפט נישט אויב זיי זענען זכרים. אפילו הונדערט.

איך בין טאקע נייגעריג ווען איז געווארן די שינוי השם
ווען איך בין געווען א אינגל האט מען זיך האמיתי מיט די ל ווארט אבער איך בחייה אז די אפיציעלע שינוי השם איז שוין געווען

איז דא דאקומענטן בילדער אד"ג?

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 8:13 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
berlbalaguleh האט געשריבן:נאכמער: אויב די מענטאס זענען פרוצים (לעריות) העלפט נישט אויב זיי זענען זכרים. אפילו הונדערט.

ס'איז (ב"ה) אכשר דרא. אמאל אין די אלטע צייטן (בימי תרח ולבן) האבן די פאשקעס און אנדערע קאמפעניס אדווערטייזט לעידי פינגערס לכבוד פסח. האב די רבנים און ערליכע אידן מעורר געווען. אז מ'טאר נישט דערמאנען דאס ווארט ל---. האבן זיי צוערשט געשריבן ל. פינגערס. אבער די ערליכע אידן זענען נאכאלץ נישט צופרידן געווען. ווייל ל. פארשטייט א יעדער אז מ'מיינט לעידי'ס. האבן זיי אויפגעהערט צו ניצן דעם נישט איידעלן ווארט. זיי האבן געשריבן סתם פינגערס. מ'קען אבער נישט וויסן. אויב עפעס אן ערליכער איד ערגעץ וואו וועט אויך מוחה זיין אויף דעים. (נאר דאס פשט'ל איז שוין צו לאנג.).
איך וואלט מציע געווען אלץ א פשרה אז מען זאל עס רופן "מיטעלסטע פינגער" והכל על מקומו יבוא בשלום

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:15 pm
דורך פאלאצ'ינטא
בן עיר האט געשריבן:
קבצו זקנים האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.
נאר אויב מענטוס (Mentos) איז אויך אינעם זעלבן שאפער :lol:
דער מר. קליען איז עסקו עם הנשים במילא איז ער אסור ביחוד אפי' מיט אסאך פרויען, דארף מען מברר זיין אויב די מענטאס זענען זכרים וואס דאן קענען זיי העלפן אדער זיי זענען נקיבות וואס אפי' אסאך פון זיי וועלן נישט העלפן פאר אן עסקו עם הנשים
אויב איז טאקע עסקו עם הנ... איז שוין נישט קיין פראבלעם מען דארף נאר ווארטען ביז אפאר (אויבער)חכמים וועלען דאס אסר'ן

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 2:35 pm
דורך מי אני
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 4:19 pm
דורך תוהו ובוהו
מי אני האט געשריבן:א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
זאל אליהו גיין פרעגן זיין דיין צו ער מעג קומען.. וואס האט דאס מיט אונז?

Re: מאדנע שאלות און פסקים

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 4:21 pm
דורך פרנס החודש
ער קען קומען מיט אזא גארבידש בעג ווי געוויסע כהנים אויפ׳ן פליגער…

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 4:30 pm
דורך סבא דבהתא
מי אני האט געשריבן:א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 4:40 pm
דורך מי אני
תוהו ובוהו האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
זאל אליהו גיין פרעגן זיין דיין צו ער מעג קומען.. וואס האט דאס מיט אונז?
מ'קען אולי זאגן אז דא פרעגט מען דאך פון די פּערספּעקטיוו פון אליהו: צי ער איז מחוייב וכו'. נו, גייו דאס אפשר צוזאמען מיט זיין תשובה אין ח"א סימן רסד אז וואו יענער מאכט א טעות גמור בדבר משנה ולא בשיקול הדעת גרידא או חומרא (כברמ"א ביו"ד סימן קיט סעיף ז) איז נישטא קיין לפני עור לא תתן מכשול מיט'ן אים אריינאַרן דערמיט ע"ש (ועיין באשכול זו וזו). נו, איינמאל מ'ווייזט אויף אז עס איז נישטא קיין איסור מצדו, דאן קען מען מאכן א ברית דארט אָן מורא האבן וואס זיין דיין האט גע'פסק'נט (בשמים, ע"ש בהתשובה)...
און שיין 'עמיר אויסזעהן אז זיין דיין וועט ענטפערן "תשבי יתרץ"... :D
סבא דבהתא האט געשריבן:איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן
'עט מען זיך מוזן פארלאזן אויפ'ן צווייטן תירוץ אז בזה שאינו מצווה ועושה איז עשה דוחה לא תעשה ועשה אף באפשר לקיים שתיהן ועוסק במצוה פטור מן המצוה. (ווייל 'שטייצעך אז יענער האט אים געזעהן בגוף...)

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 12:42 am
דורך berlbalaguleh
סבא דבהתא האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן
דער אייניקל (פון מהר"א שליט"א) האט שוין (מסתמא) געמאכט א לחיים פאר'ן ברית. איז מסתבר אז ער האט געזעהן (און געהערט) אליהו. איך זעה א יעדעס יאר (נאך די ארבע כוסות פון שטארקן, זיסן וויין) אליהו הנביא. ווען ער מיינט אז איך זעה נישט טרונקט ער אראפ פונ'ם כוס של אליהו...נו, ס'איז דאך זיין בעכער...!

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 6:46 am
דורך היסטאריע
פרנס החודש האט געשריבן:ער קען קומען מיט אזא גארבידש בעג ווי געוויסע כהנים אויפ׳ן פליגער…
וואס איז דאס? קיינמאל נישט געהערט

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 6:49 am
דורך היסטאריע
סבא דבהתא האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן
אויב מען מעג מנחש זיין, איז געוועהן א מחלוקת אויף דער נאמען פין דער ווייבער שוהל, און דער חכם האט עס געזאגט כדי להפיס דעתן.

א אלטע טריק, נאר דער מעשה אין דער ווידעא גייט מיט א חלום, און דא האט דער מעשה באקומען א אפגרעיד צו אליהו.

דער חלום . דער בעסטער איז דער לאך שפעטער, ווי טוביה לאכט אז זיין ווייב האט געקויפט זיין ליגענט.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 11:47 am
דורך וואלווי
"וביום" השמיני ימול, דרשנ'ט מען אפי' בטומאה (שבת קל"ב ע"ב)