בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:00 am
דורך זאפטיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז נאר ביי טומאת מדרס. טאמער די גאנצע נושא איז טומאת מדרס, איז עס גאר אן אנדערען שמועס.


מען האט דאך אויבן יא דערמאנט וועגן א זב וואס זיצט אויף זיין סמארטפון. פארוואס איז עס אן אנדערע שמועס?
בכלל פארוואס האלסטו אז א סמארטפאון קען נאר מקבל זיין טומאת מת במגע ובאוהל און טומאת שרץ און נישט טומאת זב ונדה נבילה ועוד?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א זב און א נדה זענען טומאה היוצאת מגופם, א סמארטפאון פעלט איהם די פלאמבינג דערפאר. טומאת נבילה איז ווען מ'עסט עס. איינער וואס עסט א סמארטפאון, האט אנדערע פראבלעמען. א סמארטפאון וואס עסט איז נאך נישט אינווענטירט געווארען.

פרעגסט פארוואס מ'רעדט נישט פון מגע נדה און מגע זב? דאס דארף האבן א כלי, און פאר דעם דארף מען לערנען כלים.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:11 am
דורך זאפטיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: טומאת נבילה איז ווען מ'עסט עס. איינער וואס עסט א סמארטפאון, האט אנדערע פראבלעמן. א סמארטפאון וואס עסט איז נאך נישט אינווענטירט געווארען.

.


נבילה מטמא במגע ובמשא
נבלת עוף הור מטמא בבית הבליעה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:27 am
דורך וואלווי
ועוד, "מ'שלינגט" א יעדעס ווארט וואס מ'זעהט אויפ'ן סמארט טעלעפון...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:30 am
דורך וואלווי
קעניינע הארע, וויפיל לימוד התורה דער סמארטפאון האט שוין גורם געווען...

ס'שטייט שוין כמעט בעסער ווי תהלים וואס איז נאר "כ"נגעים ואהלות. דא ווארפט מען צאם גאנץ סדר טהרות...

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 10:40 am
דורך זאפטיג
ליטוואק וואס טיט זיך מיט דער בחירות ''הטמאות''?
דער האנט וואס איז טמא נאכן אנרירן שיך?

גוישע קינדער פון רייכע

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:01 am
דורך זאפטיג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:18 pm
דורך פאלאצ'ינטא
טאטי וואס מיינט סמארטפאון?

דו דערמאנסט מיר אן אלטען ווארט. א רבי אין חדר לערענט מיט די קינדער פרשת נח.

צא... גיי ארויס.
אתה... דו.
ואשתך... ואשתך...

פרעגט א אינגעלע... רבי וואס איז טייטש ואשתך?
זאגט דער רבי ואשתך, איז טייטש ואשתך.

אבער פרעגט דער אינגעלע... אויף אידיש וואס איז טייטש ואשתך?

זאגט דער רבי. אזא זאך וואס איך האב... און דיין טאטע האט... און ווען דו וועסט עלטער ווערען וועסטו אויך האבען.
זאגט דער אינגעלע... איך ווייס שוין... א הויקער