בלאט 2 פון 4
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 7:46 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
שקד האט געשריבן:calculator האט געשריבן:איך פארשטיי נישט נאר אהרן מיט זיין ברידער זלמן לייב מעגן אהין גיין דארט בשעת זיי שפילן רבי?
כ'האב געהערט אז ס'דא א תקנה דא אז יעדן מוז מען רופן רבי..
אגב, איך האב געוואוסט אז דער ויואל משה אליינס איז געווען א לץ, ווי מ'זאגט נאך אזויפיל פון זיין נאמען, נו, מעג ער נישט לאכן פון יענעם אויך אביסל?
הרינו מוסר ומודעה. כהאב עס געלייקט בטעות
כשעם מיך מיין נאמען זאל שטיין נאנט צו אזא אפגעריסנער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:29 pm
דורך שקד
אדונינו האט געשריבן:אדונינו האט געשריבן:דאס איז ליידער די חינוך זייערע, יעדע יאר מאכט מען חוזק פון א צווייטע רבי, לובאוויטש, סקווירא, ספינקא וכו׳ די יאר איז די רייע פונעם על הגאולה...
און מיר האט מער געבאדערט אלע יארן, ווען מען האט חוזק געמאכט פון גדולי ישראל, ואין פוצה פה, באוויסט די מימרא פונעם על הגאולה, אז די חילוק צווישן זיי און אונז איז איין רבי (דהיינו זיי לאכן אויך פון יעדע רבי, אבער פון מיר אויך) טאדעי ווי פראווד הים ווראנג!!
אויב מען מעג לאכן פון יעדע רבי, מעג מען לאכן פון אייך, אויב האט מען רעספעקט פאר די אייגענע רבי, האט מען אויך מער רעספעקט פאר אנדערע, נישט אז איך האב א מיינונג בנוגע די סקאנדאל, נאר לשיטתיהם בלטיהם, דאס איז די תוצאה.
אין פאקט מיין איך אז רוב חסידות'ר לאכן נישט פון אנדערע, עכ''פ נישט בגלוי, ממילא ווער יא, געשעט דאס.
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:48 pm
דורך נעגעל וואסער
יהודי פשוט האט געשריבן:ער טוט דארט בערך די זעלבע ווי די אחים האדמו"רים מ'סאטמאר שליט"א, זעה איך נישט פארוואס זיי מעגן און ער נישט...
די חילוק איז זייער פשוט.
דער פורים רב ווייסט אז ער איז א דזשואק.
אבער ווען איינער פון רבי'ס גייען, ווייסן טאקע די חסידים אז ס'איז עכט א דזשואק, אבער דער רבי'ס רעדן זיך כאטשיג איין אז זיי זענען עכט...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:03 pm
דורך ימים ידברו
יעדע אזא סארט זאך איז א סקאנדאל! מדרף דאס פאשרייען און מוחה זיין בי א קברי ישראל איז מען ערינסט און נישט א שאך ברעט פאר ליצנות חס ושלום דא סווייזט אז די ענין פון שאירת הנפש באנעמט נישט! רחמנא ליצלן! איך בין מוחה בכל התוקף איך האף אז די קווינס הנהגה וועט נעמען די ריכטיגע שריט און דאס פארדאמען בכל לשון
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 pm
דורך יהודי פשוט
גאנצל איז מסתמא אויך זייער זייער צושאקלט און צושוידערט פון דעם געמיינעם אקט...
ווען די מעשה זאל ווען געשעהן מיט בחורים פונעם ישיבה על קברו, וואלטן ווען איש את רעהו וחבריו געוועהן צושוידערט און צושאקלט, און קאך וחביריו וואלטן פארשטאנען אז ס'נישט אזוי געפערליך און מ'האט שוין געהערט אזאנס וכו'
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:17 pm
דורך או אינו
ימים ידברו האט געשריבן:יעדע אזא סארט זאך איז א סקאנדאל! מדרף דאס פאשרייען און מוחה זיין בי א קברי ישראל איז מען ערינסט און נישט א שאך ברעט פאר ליצנות חס ושלום דא סווייזט אז די ענין פון שאירת הנפש באנעמט נישט! רחמנא ליצלן! איך בין מוחה בכל התוקף איך האף אז די קווינס הנהגה וועט נעמען די ריכטיגע שריט און דאס פארדאמען בכל לשון
פארדאמען מעשה פורים רב, ווארפט דעם ענין פין חסידות אין צווייפעל. אין אז די קענסט פארענפערן הרי טוב אויב נישט גאפל דער אפ די בארד. קאנסט אפשר מסביר זיין וואס די חסידים האבן געברויכט א פורים רב פין די געטגא?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:53 pm
דורך אישתישבי
צו קענען חוזק מאכן פין די קאמפעטישן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:54 pm
דורך יאסל ראקאווער
עלטערע מענטשען זאלן זיך אזוי צו לאזן די מויל? "פ*רשטינקע בחור". אפילו אויב ס'נישט פאסיג, אזוי רעדט מען אויף א זיסע בחור וואס האט זיך באנארישט? א טיען עדזשעיר. און ער רופט זיך open minded.
באמת די סאטמארע האבן אזוי פארוואנדעלט די מקום הקבר אלץ צענטער פון א מאסיווער רוישיגע מארקעט פלאץ און שנאר אפאראט ביום היארצייט. און ווען ס'געקומען צו פאליטיק האט מען פארוואנדעלט די ציון אלץ צענטער פון פאליטיק ווי מ'האט אסאך ארום געאמפערט במשך די יארן אין די אוהל און אינדרויסן פון אוהל, און צום לעצט א גרויסע שטיינערנע סימבאלישער טראמפ וואנט פיל מיט קליין שכל ווי ערענסטע מענטשן שטייען שעפן נחת אז נישט נאר "זיי" קענען נישט לייגען ביי אונז, נאר זיי זענען מחורי הכותל און נישט סתם א כותל נאר גאר א הויכע און גרויסע וואנט. אן א טיר אזוי אז זיי זאלן האבן נישט וויינוג צער נאר אסאך צער -אויב למשל זיי ווילען זאגען א קאפיטאל תהילים ביי זייער רבי- ווען זיי קומען צו א יארצייט פון זייער מאמע וכו'. נאך אזא צוגאנג ווי וויל מען ערווארטען א בעסערע חינוך? ווען ס'באדערט ענק שלינגט עס איין. עס איז ענקערע מעשים טובים וואס האט ארויס געוואקסן לפי די כבוד וואס עטץ גיבט ענקערע אייגענע רבי.
גראדע האלט איך אז ער פירט גאר א ערענסטע פורים פארשטעלונג. פונקט ווי ביום הפורים טוט זיך קיינער נישט אויס זייער ווייסע שטריימעל ווען ער גייט אריין צום ציון, יעדער פארשטייט מ'קען זיין ערענסט און פארשטעלט, איז ער דארט אלץ פורים רב אויף א גאר פאסיגע וועג.
מאי שנא הכא ומאי שנא התם?
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 1:01 am
דורך אברך משי
אזוי אינמיטן זיך מתבונן זיין בנוגע דעם סקאנדאל ארויף און אראפ, זע איך א קליפ פון א עדה אידן ובראשם רבנים, שטייען ביי א הייליגע ציון אין מארוקו אלס טייל פון א לוקסוסעריעזע אויספלוג און הנאה פארוויילעכץ, מיט געזאנג-שטימע פון א אימפארטירטן ילד הפלא און א כאר וואס באגלייט מיט פארשידענע פילהארמאנישע קולות און געברומעכצער פון דער הונטערגרונג, ואני תמה לעצמי, פארוואס איז דאס ווייניגער סקאנדאל? מיט וועלכע פרט איז עס ווייניגער חילול רגשי הקדושה? מיט אזא געפירעכץ האט מען שפעטער טענות צו די יונגע בחורימלעך אז זיי ווייסן נישט בעסער? אתמהה
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 8:25 am
דורך אישתישבי
ביסט גערעכט, א קבר איז רעזערווירט פאר אומנאטורליכע קרעכצען וואס קומען ארויס מעומקא דבטנאי, פין די אויסגעפאשעטע בייכלעך פין אייניקלעך פין די צדיקים וואס וויינען אויף דער אורך הגלות פין דער פארשאלטענע אנטיסעמיטישע אמעריקע וואס רודף'ן אידען עד חרמה און געבען נישט קיין מנוחה פאר א רגע.
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:13 am
דורך אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צר לי עליך אחי, אבער מ׳מוז דיר ווארשיינדליך מסביר זיין וואס מיינט משתין. דאס איז נישט משתין און ניטאמאל א מחותן זיינער. פרעג דיין מאמען פאר מער פרטים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
טאקע א מוראדיגע לימוד זכות אויף קאך לעפל, ער האט נישט קיין שמוציג מויל , ער ווייסט פשוט נישט וואס די אלע זאכן מיינען, משתין זיין און זיך נאריש מאכן איז ביי אים די זעלבע זאך, כאדה"ר פארן חטא.
# הוי דן את כל אדם
Sent from my AQT80 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:16 am
דורך קאך_לעפל
אונטער חכם האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צר לי עליך אחי, אבער מ׳מוז דיר ווארשיינדליך מסביר זיין וואס מיינט משתין. דאס איז נישט משתין און ניטאמאל א מחותן זיינער. פרעג דיין מאמען פאר מער פרטים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
טאקע א מוראדיגע לימוד זכות אויף קאך לעפל, ער האט נישט קיין שמוציג מויל , ער ווייסט פשוט נישט וואס די אלע זאכן מיינען, משתין זיין און זיך נאריש מאכן איז ביי אים די זעלבע זאך, כאדה"ר פארן חטא.
# הוי דן את כל אדם
Sent from my AQT80 using Tapatalk
איין מינוט. מ'רעדט דא פונעם קווינסער שטיר (פר בלע''ז)? אדער פון א צווייטן גאר?
ווילסט זאגן מוסר, קיין פראבלעם. מאך אויף א באזונדערע אשכול פאר דיינע שטראף רייד.
דאנקע!
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:21 am
דורך קאך_לעפל
א אינטערסאנטער אנאקדאט:
דער עלטערער סאטמארע חסידים זענען אנגעברויזט ביז גאר. אפגעזען פון וועלכע שטרעמונגען,
דאקעגן די יונגערע גענעראציע נעמט דאס פול לייכטער אויף.
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:45 am
דורך החוקר
די אלע וואס זענען אויסער זיך פון דאס גרויס ליצנות, אזש זיי קענען ממש נישט צוזיך קומען. זאלן מוחל גיין קוקן אביסל קאמעדיע פשוט צו באקומען א שטיקל פערספעקטיוו אויף דעם ענין.
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:45 am
דורך שושן פורים
קאך_לעפל האט געשריבן:א אינטערסאנטער אנאקדאט:
דער עלטערער סאטמארע חסידים זענען אנגעברויזט ביז גאר. אפגעזען פון וועלכע שטרעמונגען,
דאקעגן די יונגערע גענעראציע נעמט דאס פול לייכטער אויף.
ופשוט הוא, די עלטערע זענען געבוירן ווען די ערד קוגל האט נאך געהייסן וועלט און די אויגן האבן געזעהן אויערן.
משא"כ די אינגווארג זענען שוין געבוירן אין די אויס וועלט עפאכע, ווי קען מען בכלל פארלאנגען פון זיי צו פארהייליגן א באגרעבעניש ארט ווען די וועלט עקזיסטירט בכלל נישט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 12:59 pm
דורך calculator
סקאנדאל: אהרן מיט זלמן לייב זענען היינט אין א וואכענדיגע טאג אריין אין א מקום קדוש א בית המדרש בשעת'ן גיין דאווענען אין זיי האבן זיך ביידע משוגע געמאכט, זיי זענען געקומען אנגעטוען מיט ווייסע שטרימפ מיט א זילבערנע שטעקן אין צי געגאנגען אויבן אן צי א עקסטערע עמוד זיי האבן געוואלט נאך מאכן הרה"ק מסאטמאר ז"ל אין א בית המדרש א מקום ווי אידן גיסן זיך אויס זייער הארץ צום אייבערשטען. שמו שמים על זאת
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 1:15 pm
דורך חסיד פון ליטא
קאך_לעפל האט געשריבן:ס'איז א געפיל זאך: שטעלט אייך פאר ווען עמיצער באשלוסט זיך צו עפענעם דעם רוטשראזש און משתין זיין קעגן איבער דעם בילד פון די רבי (דער משיח) וואלט ער ווען דען ארויסגעגאנגען א לעבעדיגער? ס'איז גארנישט אזוי געפערליך, דער איז א ביסל א ווילדער בחור, מ'דארף אים בלויז דערלאנגן אביסל אויפן טוסיק, און ווייטער אנגיין מיטן סדר היום.
השתנה איז א פראבלעם נאר אויב ס'איז עבודתו בכך, דאכציך אז די הכנות פון וואס מ'האט שטארק ארומגערעדט אין סאטמאר מיינט פוער זיין, ואולי טעיתי.
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 1:40 pm
דורך שקד
דאס הייסט אין שול מעג מען, ווייל ס'דעם אייבירשטנס הויז, און ביים באגרעבעניש פונעם אלטן רב, מעג מען נישט, ווייל ס'פארענט פונעם קבר?
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
אברך משי האט געשריבן:אזוי אינמיטן זיך מתבונן זיין בנוגע דעם סקאנדאל ארויף און אראפ, זע איך א קליפ פון א עדה אידן ובראשם רבנים, שטייען ביי א הייליגע ציון אין מארוקו אלס טייל פון א לוקסוסעריעזע אויספלוג און הנאה פארוויילעכץ, מיט געזאנג-שטימע פון א אימפארטירטן ילד הפלא און א כאר וואס באגלייט מיט פארשידענע פילהארמאנישע קולות און געברומעכצער פון דער הונטערגרונג, ואני תמה לעצמי, פארוואס איז דאס ווייניגער סקאנדאל? מיט וועלכע פרט איז עס ווייניגער חילול רגשי הקדושה? מיט אזא געפירעכץ האט מען שפעטער טענות צו די יונגע בחורימלעך אז זיי ווייסן נישט בעסער? אתמהה
האמיר די זעלבע געקלערט
אלעס אלעס טוט מען היינט ביי קברי צדיקים, אפגערעדט די געפרעסעכטס אין מירון וכו' וכו', אויפשטעלן פארענטשעס אויף קברים אין צפת, קומזיצן למיניהם ביי אלע קברי צדיקים, גאנץ לעצטענס האמיר געזעהן אזא קליפטשעל פונעם בעל התניא'ס ציון וואו מ'זינגט דארט בחבורה "ווארימע לידער", און כמדומה אז אין קר"י ביים יארצייט טוט מען שוין אויך אזוי בשעת'ן ליינען קוויטלעך. נו וואס איז ערגער די "סקאנדאל"?
לאמיר פארשטיין, א פורים רב טוט מער ווייניגער אלעס וואס א עכטע רבי טוט, נאר אביסל אויף א פורימ'דיגע שטייגער, און דאס מאכט פרייליך דעם עולם. ער טאנצט מצוה טאנץ ביי חתונות, פראוועט טישן אין ביהמ"ד, דאווענט, ליינט קוויטלעך, אלעס פונקט ווי א לעגעטימע רבי, און יעדער פארשטייט אז ס'נישט ח"ו ליצנות... רבם דקרו.... נאר ס"ה אביסל לכבוד פורים. אלץ מאכט זיך אז א פורים רב טרייבט אביסל איבער, מאכט צו גוט נאך א געוויסן רבי'ן אדער ראש ישיבה, אבער בדרך כלל איז דאס זיין אויפגאבע. און דאס מעג פאסירן אין ביהמ"ד, כאטשיג דאס איז לכל הדעות א מקום קדוש מאוד מאוד, אבער ס'דאך לא גרע וואו ווען דער רבי אליינס פירט דארט טיש, יעצט טוט עס נאר דער פורים רב.
אלזא ילמדנו רבינו, וואס איז יעצט ערגער דער ציון הק', אז דארט נישט? איז עס מער מקום קדוש ווי א ביהמ"ד?
אמאל איז טאקע א ציון געווען א פלאץ פון "יזכיר לו יום המיתה", מ'האט נישט דארט געפראוועט קיין רבי'סטווע, נישט געטרינקן קיין קאלטע פאנטש, ח"י ראטל וכו' וכו', ס'געווען א פלאץ ווי מ'איז וואס ווייניגער געגאנגען, נאר מתפלל זיין און פערטיג, אבער זייט א ציון איז געווארן א רוטינע באזוך ארט, מ'איז נוהג דארטן קלות ראש פונקט ווי אין א ביהמ"ד וכדו', פארוואס טאקע איז דער פורים רב נישט ערלויבט ממשיך צו זיין די רבי'סטווע ביים ציון.
לאמיר זיך אויסמשל'ן אז דעם רבי'נס יארצייט קומט אויס פורים, וואלט איינער געזאגט אז פורים נאכמיטאג טוט מען אויס די בגדי שבת און מ'טוט אן די קוטשמע און קאלאטשן, צו גיין אויפן ציון. אוודאי נישט, אפשר גייט מען בכלל נישט פורים, אבער אויב מ'גייט, גייט מען אזוי ווי מ'גייט פורים, און ס'גארנישט קיין "סקאנדאל".
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 2:45 pm
דורך קאצקע ציקער
אויך מיר א סקאנדאל
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 3:40 pm
דורך לבי ובשרי
די פראגע איז נאר:
לבי ובשרי האט געשריבן: וואלט איינער אמאל געזען א בעלזא בחור גיין פראווענען פורים רביסטעווע על קברו של הר"ק מבעלזא זי"ע, א סקווירא בחור על קברו פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, א וויזניצער בחור אין זיין רבינס אוהל? קיינמאל! .
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2019 4:15 pm
דורך קאצקע ציקער
נו אלא מאי?...
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 12:56 am
דורך יואליש
פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?