בלאט 2 פון 2

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2019 1:48 am
דורך לולקע באנוצער
כאנישקיינאנונג בחייכון וביומיכון אין איזראעלי אינערליכע פאליטיק, אבער איין זאך ווייסעך: משה פייגלין וויל לעגאליזירן דראגס, ער באקומט א וואוט פון מיר. איך סימפאטיזיר מיט די צפת'ע ווייסע כאלאטן...

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 4:56 pm
דורך קוקי
וועגן דעם טעמע פון טמא'נע בחירות לשיטת סאטמאר, לייג איך עס בעסער אויס;
לויט די צדיקים פון יענע ערשטע דור פונעם מדינה, בעלזער רב, גערער רבי וכו' וכו' איז דאך עס נישט געווען אסור, ממילא איז דאך עס נישט אנדערש ווי א שטייגער 'מאשין מצה' וואס מאן דאמר אסור, מאן דאמר מותר - צו גאר מצוה..
אפילו האלטסט ס'אסור, מעגסטו נאך רעדן וועגן דעם צד המתיר;

נכון, או לא נכון??

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 6:12 pm
דורך חוקר ודורש
נכון

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 7:22 pm
דורך אגרות צפון
איך גיי אויך פאר פייגלין פאר א פשוט'ע סיבה, אויב ווילסטו איינער וואס קען גוט אריינפליקן אחמד טיבי זאלסטו וואוטען עוצמה, אויב ווילסטו איינער וואס גייט עפעס טוהן אין די לאנד אדער לפחות נישט קאליע מאכען האלט איך אז פייגלין איז די בעסטע קאנדידאט.

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 7:34 pm
דורך חוקר ודורש
ווער וויל קומען מיט מיר צום AIPAC Convention אויף March 25, אויף נתניה זענען זיי נאך אויפגערעגט וועגן זיין אריינעמען מאיר כהנא׳ס מענטשן אינעם כנסת, און מאידך גיסא זאגט בעני גאנץ צו צו פארבעסערן די באציאנגען צווישען ישראל מיט אמעריקע, און יעצט קומען זיי ביידע רעדן דארט


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 9:37 pm
דורך אונטער חכם
אז מען רעדט שוין, (נאכדערצו אז רביה"ק איז אויך דא) וועלכע יוטוב טשענעלס זענען גוט אויף מיטצוהאלטן די נייעס אין ישראל?

Sent from my XT1526 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 9:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כאן - תאגיד השידור, אויך איז כדאי אויסצוטשעקן גיא זוהר.

איך ווייס פאר וועמען נישט צו בוחר זיין....

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 11:35 am
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UJkBFqbupfk[/youtube]

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 11:56 am
דורך חוקר ודורש
קען מיר איינער מסביר זיין סאטמאר רב׳ס שיטה פון בחירות, ווייל איך גיי צו בחירות בין איך מכיר און די מדינה? און אויב איך ניצ זייער געלט בין איך נישט מכיר? וועסטו זאגן אז מיט געלט האב איך נישט קיין ברירה, וועל איך דיר זאגן אז מיט שטימען האב איך אויך נישט קיין ברירה פאקט איז פאקט זיי פירן די מדינה און מען דארף אריינוואוטען א גוטע שליח, און די צווייטע טעם פון נישט גיין דארף מען שוין דרייען מיטן פינגער, אז אויב די שטימסט פאר א פארטיי העלפסטו זיי אריינגיין אינעם כנסת וואס זיי העלפען מאכן גזירות רעות איז וויבאלד די האסט א חלק (בטל בשישים) מיט א חלק פונעם כנסת וואס העלפן שטימען (ווי אזוי גענוי העלפן זיי) פאר גזירות ביסטו עובר אויף ״די גרעסטע עבירה אין די תורה!!) ממש אזוי!? רבותי העלפטס מיך דאס פארשטיין א דאנק


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 12:11 pm
דורך לולקע באנוצער
@חוקר איך קום פון סאטמאר און כ'האב דיר נישט קיין קלארע תירוצים... אז דו ווילסט באמת וויסן איז דא א איד וואס הייסט שמואל שלמה טעללער (ביי די ארוינים), גיי אריבער צו'נעם און לייג פאר דיינע שאלות.

כ'בין אבער נישט זיכער אז ער וועט דיך וועלן ענטפערן, ס'קען זיין אז ער וועט דיר ארויסטרייבן מיט קולות, מיט א שמאי הזקן מהלך.

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 12:14 pm
דורך חוקר ודורש
בכלל די סאטמארע זענען אזוי Obsessed מיט די שיטה און מיט ציונות, איך קויפמן די בלאט יעדע וואך כמעט, און יעדעס נאך וואס איך קוק די ווערטער פון ש״ב מרגליות (ש״ש טעללער) ווער איך ערשטוינט אז ער מוז יעדע וואך אריינמישען און צוקומען צום סוף צום עיקר והוא ״ציונות״ זאג די האסט נישט געטראפן גארנישט אנדערש חוץ דעם וואס צו רעדן פון? איך מיין עס וואלט געווען העכסט צייט אז איינער מיט אפא דאלער זאל גרינדען א ״עכט זעלסטשטענדיגע״ צייטונג וואס זאל זיין נייטראל בנוגע אלע ענינים און טאקע לייגען בילדער פון ערליכע פרויען, און Coverin די נייעס מיט א ברייטע Prospective און אויך אין די תורה חלק קענען רעדן ג׳ אלול פונעם יארצייט ממי שנקרא ״הרב קוק״ (עטס האטס אמאל געהערט פון אים) אויף וועם הגרי״ז מבריסק שרייבט ״הרב הגאון הגדול המפורסם, תפארת ישראל״, און בכלל דורכטוהן אינטערסאנטע ענינים פון יהדות, הלוואי איין טאג, ביזדערווייל זענען אלע דריי אידישע צייטונגען נאר סאטמאר געשטימט


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 12:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'מיין אז ס'שוין דא גענוג אשכולות אנגעפירקלט איבער דעם.

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 12:20 pm
דורך חוקר ודורש
רביה״ק עס איז עניני דיומא.., און אז איך רעדט שוין צו רביה״ק, וויל איך זאגן אז איך האלט פונעם רבן של ישראל מסאטמאר עולם ומלואו! אבער מיט געוויסע שיטות זיינע פלאג איך מיך זיי צו פארשטיין קלאר


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2019 12:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זיינע שיטות זענען זייער קלאר, עיין ערך אמונות הכרחיות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זעט אויס אז די אראבער האבן זיך אויך גענומען צום ויואל משה... וועמען טוען זיי אפ? גיי פארשטיי אן אראבישן קאפ.

https://youtu.be/a0Tu0fSqQAE

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 8:07 pm
דורך calculator

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
חוקר ודורש האט געשריבן:בכלל די סאטמארע זענען אזוי Obsessed מיט די שיטה און מיט ציונות, איך קויפמן די בלאט יעדע וואך כמעט, און יעדעס נאך וואס איך קוק די ווערטער פון ש״ב מרגליות (ש״ש טעללער) ווער איך ערשטוינט אז ער מוז יעדע וואך אריינמישען און צוקומען צום סוף צום עיקר והוא ״ציונות״ זאג די האסט נישט געטראפן גארנישט אנדערש חוץ דעם וואס צו רעדן פון? איך מיין עס וואלט געווען העכסט צייט אז איינער מיט אפא דאלער זאל גרינדען א ״עכט זעלסטשטענדיגע״ צייטונג וואס זאל זיין נייטראל בנוגע אלע ענינים און טאקע לייגען בילדער פון ערליכע פרויען, און Coverin די נייעס מיט א ברייטע Prospective און אויך אין די תורה חלק קענען רעדן ג׳ אלול פונעם יארצייט ממי שנקרא ״הרב קוק״ (עטס האטס אמאל געהערט פון אים) אויף וועם הגרי״ז מבריסק שרייבט ״הרב הגאון הגדול המפורסם, תפארת ישראל״, און בכלל דורכטוהן אינטערסאנטע ענינים פון יהדות, הלוואי איין טאג, ביזדערווייל זענען אלע דריי אידישע צייטונגען נאר סאטמאר געשטימט


Sent from my iPhone using Tapatalk

חוקר ודורש: זאללן זיי פרובירן נישט צו זיין...! די צייטונג, בראשית דרכו האט פרובירט צו זיין א ביסל נייטראל. און ס'האט אויסגעזעהן ווי א קוואליטי צייטונג. האט איהם די עסטאבלישמענט, הנקרא דער איד באווארפן און אטאקירט און אראפגעשריגן און פארשריגן מכל עץ רענן אז ער איז א ציוני. כ'געדענק ווי פון א יעדן לעמפפאוסט און א יעדן קאנסטראקשן סייט איז געווען סטיקערס אז דער צייטונג איז אסור לבוא בקהל ווייל ער איז א ציוני...! און אז דעם קול ה' ברמה קען נאר דערהערט ווערן פון איין (הייליג) פלאץ. און נישט פון 2. און ווען דער בלאט איז געבוירן געווארן זענען דאך געפלויגן איסורים, קונמות וחרמות. אזש פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע אליינס...!

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:53 pm
דורך חוקר ודורש
גלייב מיר היינט איז שוין נייע צייטן מען קען שוין אויפמאכן א נארמאלע צייטונג, זאל סאטמאר זאגן וואס זיי ווילן ווער קערט דען


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 11:23 pm
דורך שמעון וואלף
חוקר ודורש האט געשריבן:בכלל די סאטמארע זענען אזוי Obsessed מיט די שיטה און מיט ציונות, איך קויפמן די בלאט יעדע וואך כמעט, און יעדעס נאך וואס איך קוק די ווערטער פון ש״ב מרגליות (ש״ש טעללער) ווער איך ערשטוינט אז ער מוז יעדע וואך אריינמישען און צוקומען צום סוף צום עיקר והוא ״ציונות״ זאג די האסט נישט געטראפן גארנישט אנדערש חוץ דעם וואס צו רעדן פון? איך מיין עס וואלט געווען העכסט צייט אז איינער מיט אפא דאלער זאל גרינדען א ״עכט זעלסטשטענדיגע״ צייטונג וואס זאל זיין נייטראל בנוגע אלע ענינים און טאקע לייגען בילדער פון ערליכע פרויען, און Coverin די נייעס מיט א ברייטע Prospective און אויך אין די תורה חלק קענען רעדן ג׳ אלול פונעם יארצייט ממי שנקרא ״הרב קוק״ (עטס האטס אמאל געהערט פון אים) אויף וועם הגרי״ז מבריסק שרייבט ״הרב הגאון הגדול המפורסם, תפארת ישראל״, און בכלל דורכטוהן אינטערסאנטע ענינים פון יהדות, הלוואי איין טאג, ביזדערווייל זענען אלע דריי אידישע צייטונגען נאר סאטמאר געשטימט


Sent from my iPhone using Tapatalk

די פאנגסט אן מיט א גוטע פונקט אבער נאכדעם פארפארסטי. א צייטונג מעג האבן זיינע שיטות ווער ס'איז מותר לבוא בקהל און ווער נישט. טאמער האלטן זיי אז רב קוק איז פארקראכן (און אסאך גדולים וטובים האבן אזוי געהאלטן) דארף מען אים נישט באשרייבן און אויסרימען. אבער פון די אנדערע זייט ביסטי גערעכט אז מ'טאר נישט אריינדרייען אלע פראבלעמען אין ציונות, ובפרט ווען ס'איז געצילט בעיקר פאר תושבי אמעריקא ביי וועם די ציונות איז נישט אזוי נוגע, עכ"פ ס'זענען דא סאך וויכטיגערע אישוס צו אדרעסירן.

Re: בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 11:57 pm
דורך חוקר ודורש
א נארמאלע און געזונטע אידישקייט איז צו אנערקענען א יעדע רב בישראל, ובפרט אזא פערזענליכקייט ווי הרב קוק זצוק״ל, יא זיינע שיטות איז קאנטריווערסיאנל אבער דאס נעמט נישט אוועק זיין גדלות, האט דען דער חזון איש (וואס האט נישט געהאלטן פון זיין שיטות) אים אנגערופן א רשע? אדער רבי זעליג ראובן בענגיס?, וואס איז די גוטסקייט פון אויסמעקן אזא ענק רוח (כידוע זענען אסאך פון זיינע כתבים כמים קרים על נפש עייפה)

מען איז יעצט אריבער ימי בחירות אין ארץ ישראל, פארוואס קען מען כאטש מאכן א דעבאטע צווישען די תומכי בחירות און אוסרי? צו דען ווערט די צייטונג פארקויפט נאר פאר חסידי סאטמאר? איך האב גראדע הנאה פון דברי י״מ פערל אבער איך וויל אויך הערן די צווייטע זייט פון די מטבע


Sent from my iPhone using Tapatalk