ניו יארק טיימס באשרייבט סוגיא פון פרוכט ביימער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יידל האט געשריבן:"אין זיין באקוועמען האלץ באצירטן ספרים שטוב".
אשפג, שטעך בתוך שטעך.

גראדע איז הרב גבריאל ציננער איינער פון די ווייניג מענטשן וואס איך רעספעקטיר באמת. אלס געוועזענער תלמיד פון פאפא ישיבה אין קווינס אין די יאהרן תשכ"ה -כ"ו. אלס בחור וואס האט מיטגעהאלטן דעם דארמיטארי פראגראם קען איך זאגן עדות אז ס'איז כמעט נישט געווען אזוי א מתמיד ווי ער אלס בחור. זיין קול תורה האט זיך געהערט פון בית המדרש אויפ'ן פערטן שטאק צו די דארמיטארי אויפ'ן דריטן שטאק ביז די שפעטסטע שעות אין די נאכט. און פון די פריעסטע שעות ווי למשל 4: אזייגער פארטאגס איז געווען לא פסיק פומי' מגירסא. אייגנטליך איז דער מאמר אדרעסס'ד צו דעם אריגינאלן בעל המימרא בן ח. נאר דא איז עס ארויסגעקומען אויף א מער קלארן אופן. :oops:
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

ס'זעט אויס ווי געוויסע היימישע האבן א שטארקע קאמפלעקס פונעם גוי, מ'שעמט זיך אז אפשר טראכט די גוי אז מ'איז פאנאטיש, אדער אומבאלומפערט, וכו' זיי סטאפן נישט צו טראכן אז אפשר פון דאס און פון יענץ מאכט דער גוי אויך חוזק, דער אמת איז זייער אסאך גוים וואקסן פונקט אזוי אויף מיט מנהגים, און זייער אסאך באוואונדערן יעדן מנהג וואס זיי זען ביי אנדערע, ובתוכם חסידים.

וועסט קיינמאל נישט זען א 100% פראצענט פאזיטיווע ארטיקל אויף עניטינג, א צייטונג שרייבער איז נישט נישט קיין קאלומניסט, ער איז א דזשורנאליסט און ער דעליווערט די נייעס פון אלע צדדים און קוק ווינקלען.
דאס אז דער שרייבער צעלייגט אז די פרוי האט זיך געשלעפט מיט קערידזש, אדער די אויסדרוק איבער דעם ספרים שטוב טוט ער פשוט אלס אריינצואווארפן א שרייבערישע ווארט דא דארט און צייגן זיין טאלאנט. כנלפענ"ד.
כ'געדענק אז ס'איז געווען פאר סוכות אן ארטיקל אין טיימס איבער קרית יואל'ס ארימקייט, זיי האבן לויט מיין אבזערוואציע געדעקט אלע צדדים, געשריבן וואס די גוים זאגן און וואס די אידן אליין זאגן, איך האב עס אנגעקוקט אלס א נארמאלע דזשורנאליסטישער ארטיקל, און טייל מענטשן ובתוכם די בלאט זענען געווען דעמאלטס אינגאנצן באליידיגט אז דער גוי מאכט חוזק. ס'איז נישט אייביג ממש אזוי.
פארשפארט