די פאלגנדע מחשבות זענען מיר ארויפגעקומען ליינענדיג די שאלה. למעשה ווערט שוין דא אויסגעשמועסט טייל פון די נקודות, ומשנה לא זזה.דאכט זיך אז דא רעדט זיך פון צוויי פראבלעמען, נישט איינס. זיין אומפאפולער איז איין זאך, נישט האבן חברים איז א צווייטע. גענוג אומסימפאטישע און אפילו פארפיינטעטע מענטשן האבן זיך זייערע חברים, און גענוג באליבטע און אפי' פאפולערע האבן נישט קיינעם וועמען זיי קענען רופן חבר. לאמיר גיין אביסל simplified און שרייבן אז ווען איינער איז אומפאפולער דארף ער ארבעטן אויפן סור מרע, און קונה זיין חברים איז בקום ועשה טוב.
ערשט סור מרע. מעגליך אז ס'איז בכלל נישט זיין פראבלעם, נאר עפעס א פאפולערע בולי האט זיך פארלייגט אויף אים, דארפסטו דאס מברר זיין. אויב נישט, איז מסתבר אז זיינע social skills זענען שוואך, פארהאן אופנים דאס אויסצורייבן. (קען זיין בעסער דורך זיין מאמע, באבע, זיידע, פעטער, עלטערע געשוויסטער, אדער אנדערע באקאנטע). דו שרייבסט אז מיט קינדער פון עלטערע קלאסן קומט ער זיך אויס, דאס איז לאו דוקא א ראי' אז ער האט נישט קיין פראבלעם אין דעם געביט, נאר עס שטערט נישט אזוי ווען א אינגערער פארשטייט נישט וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. אדרבה, דאס האט מיר אנגעצינדן א רויט לעמפל אז די רעדע איז גאנץ מעגליך פון א קינד מיט א גוט קעפל וואס טרעפט נישט קיין שפראך מיט זיין גיל, אדער ווי מ'רופט עס א nerd. ס'זענען דא ביכער וואס לערנען אויס social skills פאר קינדער מיט אויטיזם און אספערגער'ס (וואס זיי זענען די ultimate nerds). קען זיין גוט.
יעצט איבער עשה טוב. טיילן נאש איז נישט די עצה. דאכט זיך אין kids speak איז דא א זיסע מעשה'לע פון א קינד וואס האט פראבירט אויסצוטיילן נאש פאר יעדן, כדי צו ווערן באליבט, און זיין מלמד האט אים אויסגעלערנט די ריכטיגע וועג. אבער לאמיר דיר דערציילן פון מיין ערפארונג. איך בין געווען א גרויסע nerd און באזייטיגט פון די קלאס, בצר לי האב איך געשיקט משלוח מנות פאר דריי קינדער פון מיין כיתה, אריינגעלייגט אומגעווענליכע מתנות, באגלייט מיט מגילות פון שבחים און גראמען, גאנצעטע פיוטים. כ'האב גארנישט געהאט דערפון חוץ פון עגמ"נ און בושות. זע אויך וואס [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
ברענגט אז דרויסנדיגע השפעות זענען געווענליך גורם דאס פארקערטע.
לאמיר עס אביסל מער צולייגן. חברים קענען בערך'דיג צוטיילט ווערן אין דריי: נשמה'דיגע מקושרים, זייערע עצם מהותים האט געפונען חן איינער אינעם צווייטן'ס אויגן, ואין טעם ברצון. אזעלכע וואס פארשטייען זיך גוט (עכ"פ אין געוויסע נושאים), זיי האבן געמיינזאמע אינטערעסן און passions, יענער מאכט אים טראכטן, אדער אנדערע מעלות וואס מאכט אים געפעלן אין זיינע אויגן. צום לעצט זענען די וואס מ'קען ענדערש רופן ידידים, וועמען מ'האלט אינעם contact list נישט צוליב זיינע מעלות נאר צוליב די נוצן וואס מ'האט פון אים. מ'קען פון אים באקומען אן הלואה'לע, ער קען העלפן שארן די שניי, אדער ער קען דיר שאפן א דרייווער אין ליזענסק.
א חבר צוליב נאש אדער צוליב שלא לענין'דיגע שבחים איז די קינדערישע ווערסיע פון די לעצטע. חיצוניות שבחיצוניות.
אבער יעצט אז ער האט שוין געגעבן די נאש, זאל ער עס כאטש אויסנוצן אלס א לייטער צו עפעס לייטישער. למעשה איז יעצט א שטיקל window of opportunity ווען ס'הערשט א שטיקל קרובי דעתא צווישן זיי, קען ער עס אויסנוצן פארן
Ben Franklin effect. דהיינו, ער קען גיין בעטן פון די קינדער עפעס א שטיקל טובה, (נישט קיין גרויסע זאך, און נישט ווי א אויסנוצער, באגלייט מיט א "מיר זענען דאך חברים" ווינק). און ווען זיי פירן עס אויס זאל ער זיך שיין באדאנקן. א מענטש פילט נאנטשאפט צו דעם וועמען ער האט א טובה געטון (דער רעיון איז אויך באקאנט פון - להבדיל - ר' ישראל סאלאנטער).
דאס איז אלעס דערווייל, אבער אויף זיך געהעריג אויסבויען חברים דארף ער שפילן אויף זיינע שטארקייטן. ער דארף זיך אוועקזעצן, מאכן א ליסטע פון זיינע אייגנארטיגע מעלות, טאלאנטן, hobbies, ידיעות און שאיפות. און א צווייטע ליסטע פון די קינדער פון זיין קלאס, פאר וועמען פון זיי ער וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט און מיט וואס. the rest is tactics.
דערנאך, ווען ער איז שוין אביסל נאנט מיט איינעם, הערשט דאן האט פשט צו געבן נאש. עס טייטשט מער נישט "
אויב דו
וועסט זיין מיין חבר גייסטו באקומען נאש", נאר "
ווייל דו
ביסט שוין (אדער האלטסט אינמיטן ווערן) מיין חבר געב איך דיר", לאות הוקרת אהבה.
אויך איז כדאי ער זאל זיך אויסלערנען זאכן וואס וועלן הייבן זיינע סטאקס באופן כללי, און העכערן זיינע שאנסן צו זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע. לדוגמא, גוטע מעשיות (און גוטע storytelling), הומאר, beer bets, party games, לאגיק פראגעס און רעטענישן, שאך און אנדערע אזעלכע שפילן.
מעגליך אז ס'איז פשוט נישט בנמצא אין זיין קלאס איינער וואס איז פאסיג פאר אים (בפרט אין א קליינע כיתה). סתם אזוי איז גוט, אויסצוברייטערן זיין וועלטל, ער זאל טרעפן א חבר אינדרויסן פון חדר. (א שכן, אדער איינער פון די זעלבע ביהמ"ד, מתמידים, אדער קאנטרי).
מפי השמועה למדנו אז קויפן א שגץ בייק איז א גוטע סגולה דערצו...
הצלחה רבה, וה' ינחך ע"ד אמת.