בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 11:08 am
דורך יצמחפרקני
נוי יארק האט געשריבן:דער שטערן פארגאנגענע חודש האט געשריבן ווי פאלגענד:
לויט א באריכט איז די געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט ק. רייז גאר הויך אויף ראמני'ס ליסטע פון פאטענציעלע וויצע פרעזידענט קאנדידאטן. אסאך רעפובליקאנער האלטן אז זי איז גאר א פאסיגע וויצע פרעזידענטקע פאר ראמני: ראמני האט ערפארונג מיט אמעריקאנער דזשאבס, רייס האט ערפארונג מיט אנדערע לענדער, און וויבאלד אלע אמעריקאנער דזשאבס זענען אין אנדערע לענדער איז נישט פאראן קייו בעסערע סעט....
א וויצע פרעזידענט איז נאר פאר "שאו" קיין נארמאלער פרעזידענט ניצט נישט דעם וויצע פרעזידענט פאר גארנישט ערנסט (אויסער בוש דער צווייטער, וועלכער האט זיך מיאוס געלערנט אז מען טוט דאס נישט, ווייל דער וויצע האט געטאן וואס ער געוואלט מעשה בעל בית און ענטפערן האט ער געדארפט). ממילא איז דאס בעסטע ווען ער נעמט איצט פעילין און אביסל אויפרודערן אמעריקע און זיין קאמפיין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 11:46 am
דורך שמואל הלוי
אשכנ האט געשריבן:איך האב געהערט רומארס אז די announcement פון זיין אויסוואל איז גאנץ נאנט.
אוודאי איז עס גאנץ נאנט, ס'איז דאך שוין העכסט צייט...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:03 pm
דורך נפתלי
יצמחפרקני האט געשריבן:ממילא איז דאס בעסטע ווען ער נעמט איצט פעילין און אביסל אויפרודערן אמעריקע און זיין קאמפיין.
מאכסט א וויץ, אמת?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:42 pm
דורך קאנצעפט
זיי זאגן אז אויב וויל דערוילעם וויסן עפעס וועגן וויצע פרעזידענט זאל מען אוועקווארפן די נייע ראמני עפפ, און זיך רוקן צו וויקיפידיע!
וויקיפידיע?... יא! בעפאר פעילין איז געווארן וויצע פרעזידענט קאנדידאט איז איר וויקיפידיע פעידזש געאפדעיט געווארן הונדערטער (!) מאל, אזוי אויך מיט ביידען ביי אבאמא, סאו זאגן זיי אז אויב וויקיפידיע איז עפעס אן אינדיקאציע, דאן איז עס "ראב פארטמאן"... זיין וויקי פעידש איז שוין געטוישט געווארן איבער הונדערט מאל די לעצטע פאר טעג... אזוי ווייט, אז וויקי האט געמוזט פאשפארן די אקקאונט פאר נייע באנוצער אז זיי זאלן נישט קענען סאבאטאדזשירן....
פרישע נייעס!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 9:28 pm
דורך זר זהב
ראמני האט היינט קלאר געמאכט, ער נעמט פאול רייען פאר וויצע.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 9:55 pm
דורך זר זהב
ראמני האט אינטערדוסד רייען אלץ דער
נעקסט פרעזידענט פון אמעריקע... ער האט זיך שפעטער אויסגעקלארט...
-----------------
דער וואל סט. דזשורנאל איז
זייער העפפי מיט ראמני'ס פיק.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:13 pm
דורך Shmilly
זר זהב האט געשריבן:ראמני האט היינט קלאר געמאכט, ער נעמט פאול רייען פאר וויצע.
האסט געשריבען די תגובה פאר הבדלה??
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:30 pm
דורך זר זהב
פאר מעריב!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:57 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:פאר מעריב!
האסט מיטגענומען דיין סעלפאן אין שול פאר שבת?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:01 pm
דורך זר זהב
נישט געגאנגען אין שיהל
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:10 pm
דורך שמואל הלוי
פארוואזשע?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:11 pm
דורך זר זהב
מיין טיש בעקישע איז געליגן אין קאר
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:12 pm
דורך שמואל הלוי
א מין תירוץ דאס

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:12 pm
דורך יידל
הערטס אויף.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:25 pm
דורך איך אויך
פארוואס טאקע נישט באבע צירל?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:26 pm
דורך זר זהב
זי האט זיך אנגעפיפן אויף אירע עלטערן אירע.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:53 pm
דורך גדעון
גדעון האט געשריבן:איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו
איך וויל מער נישט זעהן קיינעם זיך טענה'ן מיט מיר
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:01 am
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:ען בי סי באריכט איצט אז די אויסוואהל איז אראפ צו 3 קאנדידאטן. פארטמאן, פאלענטי און רייען.
איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין פאלענטי.
מסתם פארטמאן.
איך וויל יעצט זעהן יעדן זיך טענה'ן מיט מיר
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:09 am
דורך גאלד
זייער א קלוגער אויסוואל, דער פראבלעם איז אבער אז דער נומער 1 פונעם טיקעט איז ווערד א רעטעך, ראמני גייט נישט באזיגן אבאמא, לפענ"ד
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:12 am
דורך שמואל הלוי
גאלד האט געשריבן:דער פראבלעם איז אבער אז דער נומער 1 פונעם טיקעט איז ווערד א רעטעך
האסט נישט געהערט אז צוליב די טרוקעניש איז רעטיך זייער טייער געווארן?
ערנסט גערעדט, ראמני איז נישט אזא רעטיך, ער האט גענוג שאנסן עס צו מאכן, הגם לויט ווי ס'קוקט אויס יעצט וועט עס אבאמא האבן מיט א שמאלע אויבערהאנט, אבער אין פאליטיק קען מען זיך נישט אויסרעכענען מה יולד יום.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:28 am
דורך ניו יארק
אויב ווייסט ראמני וואס איז גוט פאר אים, זאל ער שוין אויפהערן אוועקלייגן די געלט, און זיך אנהייבן פארענפערן וועגן בעין-קעפיטעל (אויב עס איז נאכנישט צו שפעט), און האקן שטיקער פון דעם אבאמא!
עס איז צו שטוינען ווי מיר האבן א פרעזידענט וואס האט 'גארנישט' דעליווערט די לעצטע 4 יאר, און פארלאגט מיט חוצפה נאך 4, און ראמני זאגט (כמעט) גארנישט!
איך האף אז די ווייס פרעזידענט נייעס וועט אים געבען מאמענטעם (וואס איז ווי געזעלין פאר א קאמפיין), און ער וועט עס וויסען ווי אזוי אויסצונצן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:18 am
דורך שלומכן יסגא
גדעון האט געשריבן:גדעון האט געשריבן:איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו
איך וויל מער נישט זעהן קיינעם זיך טענה'ן מיט מיר
יאפ. דער גדעון ווייסט וואס ער רעדט!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:47 am
דורך שמואל הלוי
חכם עדיף מנביא