בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:39 am
דורך איסר האטלקי
הרב קאצקע, אבי געהאקט אין קאפ. אז עמי האט געקענט גיין קעגן משפחה, און בקהילה קעגן די משפחה אין עברית, קען יעדער גיין קעגן מאמענט.

Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:49 pm
דורך כניאק
איסר האטלקי האט געשריבן:איך אגרי צו דיינע רייד איבער דעם מאגאזין, אבער אויב דו האסט געעפנט דיין ניק נאר פאר דעם ציל, האב איך פאר דיר דעם זעלבן מעסעדזש....


איך האב גארנישט מיט קיין שום אויסגאבע, איך האב נאר געוואלט זאגן מיין מיינונג, און אויף אייוועלט וואלט איך עס נישט געקענט זאגן.

Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:52 pm
דורך כניאק
קאצקע ציקער האט געשריבן:די פאוינט איז אויב איינער עפענט א נייע מעגאזין צו ביעטן די מאמענט האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן , די מאמענט האט זיך שוין זיינע גיטע שרייבערס , און די מאמענט ווייסט גאר גיט וועלכע ארטיקלען צו שרייבן , די מאמענט ווייסט אז סיפורי צדיקים מיט אנדערע זאכן זענען געמאכט פאר די יוד און בלאט זיי ווייסן אז דער עולם וואס צאלט זיכט קוואליטי אזאלעכע ארטיקלען ווי א אינטערוויוו מיט דער מלחין הערשי וויינבערגער דאס איז וואס דער עולם זיכט ממילה מאכט עכט נישט קיין סענס צו ג'יין קאמפעטישן מיטן מאמענט נאר ווען מען גייט אויף זיין דרך , און דערווייל קיקט נישט אויס ווי ער גייט אויף זיין דרך . ועוד דער מאמענט איז צו שטארק צו ג'יין קאמפעטישן מיט עים ס'איז ווי גלייך איינער גייט קאמפעטישן מיט קול מבשר וואס האט זערא טשאנס צו ארבעטן


ס׳זעט אויס אז זיי ווילן גיין קאמפעטישן מיט די אידישע ליכט.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
מאמענט האט נאכגעברענגט יסודות די וואך. וואס איז פשט? זיי וועלקאמען נאך א וועכטנליכן מאגאזין און פאמפען זיי גאר?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:59 pm
דורך כוכב
וואס האבן זיי נאכגעברענגט?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:55 pm
דורך ארי נוהם
אפשר האבן זיי געשריבן אז די "מאמענט" שטייט אויף פעסטע יסודות...

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 8:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
..

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 8:56 pm
דורך קאצקע ציקער
איסר האטלקי האט געשריבן:הרב קאצקע, אבי געהאקט אין קאפ. אז עמי האט געקענט גיין קעגן משפחה, און בקהילה קעגן די משפחה אין עברית, קען יעדער גיין קעגן מאמענט.

כעל דיר ענטפערן צוויי זאכן ערשטענס די ווערייעטי פון שרייבערס וואס שרייבן אין עברית איז סך מער ווי יודיש , יודיש האסטו געציילטע גיטע שרייבער . צווייטענס ביסט גערעכט אז מען קען ג'יין קאמפעטישן , אבער דו מיזט ג'יין מיט זיין מהלך אדער בעסערס, מיט די מהלך פון יודישע ליכט מעלות קענסטו מיט דעם מאמענט קאמפעטישן נישט גיין

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:11 pm
דורך איסר האטלקי
שרייבערס זענען טאקע דא ווייניג, אבער מאמענט צאלט זייער ווייניג און דעריבער איז לייכט ארויסצוען שרייבערס פון דארט. קינדליין האט עס באוויזן, זיי צאלן מער און האבן טאקע אסאך בעסערע שרייבערס.

דיין צווייטע נקודה איז אמת, יסודות וועט נישט גיין קאמפעטישען מיט מאמענט, נאר ענדערש מיט אורות פון סקווירא.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:30 pm
דורך רימון
רוב שרייבערס אין קינדליין זענען אמאטורן.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
זיי מסביר? מיט תוכן, סטייל, גראמער?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:38 pm
דורך רימון
אלעס, זיי שרייבן דאך נעמען, ווייסט מען פון וועמען די רעדע איז.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 7:37 pm
דורך קאצקע ציקער
דער האט א שפראך omg...
דער האט א שפראך omg...

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2019 10:34 am
דורך מודה בטפל
שוואכע יסוד געווען

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2019 8:16 pm
דורך קאצקע ציקער
מודה בטפל האט געשריבן:שוואכע יסוד געווען

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2019 2:05 am
דורך לבי ובשרי
קען איינער מעגליך געבן א ביאור אין דעם סיק דעקל?

#וואסווילסטעאוןוואסווילסטו?
#וואטעווער
(כ'זוך חלילה קיינעם אונטערצורייסן. #דזשאסט עסקינג)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 5:52 pm
דורך וויליאמסבורגער
א מין קאווער דאס

:געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: