בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:14 am
דורך טאמבל סאס
בעפאר שיקן די נעקסטע וועט מען מתקן זיין די תפילה ווי פאלגענד:
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי, לְמַלֹּאת פְּגִימַת הבראשית, וְלֹא יִהְיֶה בָּהּ שׁוּם מיעוך. וִיהִי אוֹרה כְּאוֹר הבראשית כְּמוֹ שֶׁהָיְתָה קוֹדֶם מיעוכה

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:23 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א פון דער בלאט וועט שוין (אי"ה) האבן א לאנגן ארטיקל. איך זעה שוין די העדליין...."זה היום (או הלילה) עשה ה' נגילה ונשמחה בו"... בחסדי השי"ת. (און מיט די הילף פון אנ"ש ונטורי קרתא) האט די מאשינקע וואס די אפיקורסים, רשעים וטיפשים די ציונים (איך זוך זיי. וואו זענען זיי?) פון די ממשלת זדון פון דעם הויפט טיפש בנימן נתן יהוא. האט געקראכט. אונז ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני דארפן געבן קידוש (כמעט אזא גרויסן קידוש ווי ווען דער מסית ומדיח (און נאך ערגערס) איז געפ--- )עפרא לפומייכון. ווייל אויב די ציונים מיט די הילף פון די סיטרא אחרא וואלטן ח"ו מצליח געווען און איינגענומען די לבנה אויך. וואלט די התגרות באומות אקעגן די פרידליכע אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג געווען אין לשער. און דערפאר וועללן זיי ארויסגיין ווייטער שטעכן די בייזוויליגע, ווידערשפעניגע אידישע ציונים אין שכם און אין ירושלים און אין תל אביב. זיי (די אומשולדיגע , אונטערדריקטע פאלעסטינער שעפעלעך) זענען בארעכטיגט דערצו. ווייל די ציונים (שר"י, עפ"ל ימ"ש) האבן געוואלט אייננעמען די לבנה וואו די פאלעסטינער באפעלקערונג וואוינט שוין טויזנטער יארן. נאר די ציונים ווי הייקינד און שלעגער זענען מקיים די מצווה פון התגרות באומות אויף א שרעקליכן פארנעם...!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:34 am
דורך וואלווי
דעם וואך האבן זיי נאך א גרעסטע פראדזשעקט אויפ'ן קאפ. די רז"ל כינוס.

אהבה מקלקלת את השורה...

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 7:25 am
דורך וואלווי
די לבנה האט שוין פון לאנג גורם געווען א קנאה במעשה בראשית...

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 10:34 am
דורך טאמבל סאס
מיימון האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?


איך האב אלץ געמיינט עטץ זענטס די זעלבע מענטש (און אויך אפטעמיסט) איך ווייס נישט פארוואס.

און איך האב אלץ געמיינט אז דו ביסט רימון.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 11:10 am
דורך מיימון
טאמבל סאס האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?


איך האב אלץ געמיינט עטץ זענטס די זעלבע מענטש (און אויך אפטעמיסט) איך ווייס נישט פארוואס.

און איך האב אלץ געמיינט אז דו ביסט רימון.


אפשר טאקע?..


(ח"ו איך האב נאר איין ניק)

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 11:36 am
דורך גאלד
גוט

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך האב היינט ביי קידוש לבנה, ספעציעל ווען כ'האב געזאגט..."כשם שאני רוקד כנגדך"..., זיך אויסגעדרייט אוועק פון די לבנה. ווייל די ציונים שר"י האבן עס שוין ליידער מיט די הילף פן די סיטרא אחרא מטמא געווען. ארויפלייגנדיג זייער טמא'נע פאן. דעם דגל פן מרידה בה' ובתורתו...! מ'וואלט געדארפט ארויפשיקן עטליכע מסירות נפש'דיגע העלדישע יונגעלייט פון די נטורי קרתא אז זיי זאללן ארויפגיין צו די לבנה און אראפרייסן און פארברענען דעם טמא'נעם ציוניסטישן פאן...!

אה... ס'קומט אריין די נייעס אז ס'האטציך בחסדי השי"ת נישט איינגעגעבן פאר די פארשאלטענע ציונים שר"י עפ"ל ימש"ו איינצופלאנצן זייער טמא'נעם פאן . ווי ס'זעהט אויס איז די סיטרא אחרא מיעד געווארן. ס'איז א ווייטער וועג ביז צו די לבנה. ממילא קענען שוין די ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני ווייטער מחדש זיין די לבנה כמקדמת דנא...!

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאר נישט פארגעסן אז די גאנצע בראשית זאך איז א נייע געדאנק, און האט מתחילה געהאט א 90% שאנס פאר א דורכפאל.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:15 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר נישט פארגעסן אז די גאנצע בראשית זאך איז א נייע געדאנק, און האט מתחילה געהאט א 90% שאנס פאר א דורכפאל.


און וואס איז מיט אונזער פארצייטישע בראשית? נישט נאר ס'האט געהאט טשענסעס פאר דורכפאל, נאר ס'איז טאקע דורכגעפאלן.

נישט אזוי שטייט, בונה עולמות ומחריבן?....

Re: "בראשית" לאנדעט אויף די לבנה

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:38 am
דורך גר ותושב
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

ןיקרא שמו בישראל בראשית ב'

https://twitter.com/pgosh_MTP/status/11 ... 20033?s=19

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:43 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך זע דער עולם איז אזוי פארנומען אז די ציונים האבן יא אדער נישט מטמא געווען די לבנה, כ'בין נישט אזוי זיכער אז די באלעבאטים פון די spaceIL פירמע זענען בכלל פון די חברה, ס'איז מער מסתבר אז זיי זענען פון די לינקע תל-אביב/מרצ/סאטמאר/נטורי-קרתא/אנטי-ציוני/סעלף-העיטינג-דשוס סארט.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 3:03 am
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן:א נייע פארטי האט זיך יעצט פארמירט 'כחול ולבנה'

אדער בחול הלבנה

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 5:08 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זע דער עולם איז אזוי פארנומען אז די ציונים האבן יא אדער נישט מטמא געווען די לבנה, כ'בין נישט אזוי זיכער אז די באלעבאטים פון די spaceIL פירמע זענען בכלל פון די חברה, ס'איז מער מסתבר אז זיי זענען פון די לינקע תל-אביב/מרצ/סאטמאר/נטורי-קרתא/אנטי-ציוני/סעלף-העיטינג-דשוס סארט.

רביה"ק זי"ע: א יעדער פון די אויסגערעכנטע גרופס האטציך זייערע טעמים פארוואס זיי עקזיסטירן. די מר"ץ'ניקעס ווייל זייער נפש הבהמית שפירט אז זיי האבן מיט אידן נישט קיין שייכות. זיי זענען אוניווערסאלע באשעפענישן. פי'. גויים גמורים. און די סאטמאר'ע סעלף העיטינג דזשוס (פארשטייצעך. נאר די אנפיהרערס. די אפוטרופסים אויף די שיטה. די בעל בת'ישע עמך אידן זענען אויף די זעלבע זייט ווי אלע אנדערע אידן מיט א נארמאל אידיש הארץ און מח.) זיי פאררופן זיך אויף די שיטה הק' פון רביה"ק מ'סאטמאר. דער פראבלעם איז אז זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין די שיטה. אדער זענען זיי סתם דעמאגאגן וועלכע טוען עס בייזוויליג פארדרייען. און די נטורי חרתא זענען סתם סעלף העיטינג באשעפענישן וועלכע האבן א גרויסן חלק פון בעלי תשובות מיט פארקרומטע דיעות אין זייערע ראנגס...!

ס'איז איראניש אז סיי אין וועלט פאליטיק. און סיי אין רעליגיעזע אידעאלאגיע קומען אייביג די סאטמאר/נטורי קרתא זייט אויס די זעלבע ווי די מר"ץ'ניקעס און די אנדערע עוכרי ישראל...!

נ.ב.: א ראיה אז די אנפיהרערס/אפוטרופסים אויף די שיטה אין סאטמאר מיט די נטורי קרתא זענען איינס און די זעלבע, איז, ביידע גרופס זענען געגאנגען לעצטנס צוזאמען שרייען אקעגן דוב הייקינד און שלעגער אויף די סטעפס פון סיטי האלל...!

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 6:16 pm
דורך וואלווי
פארוואס דרייען זיך אסאך ארץ ישראל'דיגע אין אמעריקע?

Because there is no "space" in Israel anymore ...

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 2:53 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 4:38 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:https://www.col.org.il/%D7%97%D7%93%D7%A9%D7%95%D7%AA_%D7%97%D7%91%D7%93_%D7%94%D7%9E%D7%93%D7%A2%D7%9F_%D7%91%D7%9B%D7%A0%D7%A1_%D7%A0%D7%A9%D7%99_%D7%97%D7%91%D7%93_%D7%A7%D7%A4%D7%A1%D7%95%D7%9C%D7%AA_%D7%94%D7%97%D7%AA%D7%AA_%D7%A0%D7%97%D7%AA%D7%94_%D7%A2%D7%9C_%D7%94%D7%99%D7%A8%D7%97_119554.html


ווען גייט מען פרינטן א תניא אויפ'ן לבנה...?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2019 4:16 am
דורך לבי ובשרי
אין מיי פוט