בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 6:29 pm
דורך טאמבל סאס
אונטערררגראבן פון אינווייניג און פונדרויסן לול

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:46 pm
דורך יין שרף
פארוואס זאל זיין א סתירה צווישן יא געבן וואקסינען און יא לאזן מציצה בפה? די סימפל סברה זאגט אז מען איז נישט חושש צו קיין מיעוטא דמיעוטא. לגבי וואקסינען אפשר איין פון פופציג טויזענט שאדט עס (אפילו לשיטתם..) מממילא קען זיך פארלאזן און עס געבן. ובכן לגבי מציצה בפה, צענדליגע טויזענטע קינדער האבן יערליך מציצה בפה, און מען האט אפשר געהערט 10 צו 15 פעלער סך הכל פון יארן לאנג אז עס האט געשאדט.

#איןחוששיןלמיעוטא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:48 pm
דורך יין שרף
ואדאתית להכי, קשיא על education, וצ"ע רב..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:06 pm
דורך שמערל
די נקודה איז אמת, אבער מען ברויך קלארשטעלן אז דאס אז די אנטי וועקסערס זענען בדרך כלל מער אינטעלעקטואל פונעם סתם המון, מיינט נישט אז די אינטעלעקטואלען זענען בדרך כלל אקעגן וואקסינען. רוב אינטעליגענטע מענטשן וואס טוען אדורך די נושא קומען נאכאלטס צו צו די מסקנא אז וואקסינען זענען נישט שעדליך און וויכטיג פארן געזונט.
וואס יא, די פאקט אז די אנטי וואקסינען נאמכערס זענען אזוי שטארק ביי חרדים צייגט אן אויף די פארפוילקייט פון אונזער חינוך, אז מיר באקומען נישט די כלים צו קענען געהעריג אפשאצן אמת פון שקר, און די קריטיקל טינקינג פון די גמרא, ארבעט עפעס נישט אין פראקטיק, נאר פירט דערצו אז אינטעליגענטע מענטשן קויפן אפ פארפירערישע קאנספיראציעס אז וואקסינען זענען שעדליך. און דאס איז די סיבה פארוואס די עסטאבלישמעעט איז אזוי ברוגז אויף די אנטי וועקסערס. יונה ראפאפארט ווייסט פלוצלונג נישט וויאזוי צו ספינען אז די. הויכע געבילדעטע גמרא קעפ, זייען אן מגיפות אין ניו יארק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:54 pm
דורך מיימון
זייער גוט געשריבן העניך, כדרכך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:48 pm
דורך איסר האטלקי
הייסט אז דו זעסט קלוגשאפט אין אנטי עסטעבלעשמענט איך זע מער אנגעווייטאגטקייט דערין ווי קלוגשאפט.

די אנגעווייטאגקייט ברענגט שוין אויך די דרייסקייט וואס דו זעסט אין די שפיצלעך און היטלעך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:50 pm
דורך איסר האטלקי
העניך האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט מאכן מציצה, נאר אז די מעדיצינישע וועלט זאגט אז דער חשש איז גענוג גרויס צו זיין באזארגט דערוועגן, און אז עס זענען פאקטיש געווען קעיסעס וואו קינדער זענען געשטארבן, דארף מען עס עכ"פ נעמען ערנסט, און טרעפן וועגן וויאזוי צו פארמיידן די פראבלעמען. למעשה האבן זיי זיך פיל מער געזארגט וועגן א נארישן קאנסענט צעטל ווי וועגן טויטע בעיביס.

ביי מציצה האט מען זיך יא געזארגט און התאחדות הרבנים האט באזייטיגט אלע מוהלים וואס האבן זיך נישט געלאזט טעסטן פאר הירפיס, ריזיגע לאנגיעריגע מוהלים זענען ארויס פון ביזנעס.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 12:26 am
דורך קאצקע ציקער
העניך ביסט שוין א מודה במקצת באלדט וועסטו שוין מודה זיין אינגאנצן אז די אנטי וועקסערס האבן רעכט....

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 12:27 am
דורך ביבער
איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט אז דו זעסט קלוגשאפט אין אנטי עסטעבלעשמענט איך זע מער אנגעווייטאגטקייט דערין ווי קלוגשאפט.


אוודאי אזוי א קלוגער וועט אייביג זיין אנגעווייטאגט ווען ער איז ארומגענומען מיט נערנים. ובפרט ווען די נערנים טיילן אים איין וואס צו טראכטן.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 12:32 am
דורך נולד מאוחר
מיימון האט געשריבן:זייער גוט געשריבן העניך, כדרכך.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 12:39 am
דורך נולד מאוחר
העניך, דו וואס גייען דורך א נארמאלע פיפטע קלאס, גלייבען דען נישט אין אזאלכע נארישקייטן? איך רעד פון אזא פראצענט וויפיל דו אנטי וועקס זענען ביי אונז.

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:43 am
דורך אונטער חכם
שמערל האט געשריבן:די נקודה איז אמת, אבער מען ברויך קלארשטעלן אז דאס אז די אנטי וועקסערס זענען בדרך כלל מער אינטעלעקטואל פונעם סתם המון, מיינט נישט אז די אינטעלעקטואלען זענען בדרך כלל אקעגן וואקסינען. רוב אינטעליגענטע מענטשן וואס טוען אדורך די נושא קומען נאכאלטס צו צו די מסקנא אז וואקסינען זענען נישט שעדליך און וויכטיג פארן געזונט.
וואס יא, די פאקט אז די אנטי וואקסינען נאמכערס זענען אזוי שטארק ביי חרדים צייגט אן אויף די פארפוילקייט פון אונזער חינוך, אז מיר באקומען נישט די כלים צו קענען געהעריג אפשאצן אמת פון שקר, און די קריטיקל טינקינג פון די גמרא, ארבעט עפעס נישט אין פראקטיק, נאר פירט דערצו אז אינטעליגענטע מענטשן קויפן אפ פארפירערישע קאנספיראציעס אז וואקסינען זענען שעדליך. און דאס איז די סיבה פארוואס די עסטאבלישמעעט איז אזוי ברוגז אויף די אנטי וועקסערס. יונה ראפאפארט ווייסט פלוצלונג נישט וויאזוי צו ספינען אז די. הויכע געבילדעטע גמרא קעפ, זייען אן מגיפות אין ניו יארק.
ויש לעיין פארוואס רוב אנטי וועקסערס ביי אונז זענען פרויען וואס באקומען עפ"י רוב א בעסערע סעקולערע חינוך ווי די מענער.

נאך א זאך, רובא דרובא אמעריקאנער, מיט זייער גוטע חינוך, האבן נישט קיין שום קריטיקעל טינקינג, זיי נעמען נאר אן דאס וואס זייער איד/אייוועלט, דהיינו טעלעוויזיע/צייטונג זאגט זיי, און א קליינע טייל טרעפן זיך עפעס א יוטובער און נעמען אן דעת קדשו אויף יעדן זאך.
עכט זעלבסשטענדיג טראכטן איז מסתמא ווייניגער ווי פינעף פראצענט אין יעדע סאסייעטי.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:44 am
דורך שמערל
העניך, האסט עס געשריבן, און כאגעפילט אז כ'גברענג עס ארויס פון א אנדערע ענגל.

איסר, אנפאנג ווען בלומבערג האט אנגעהויבן מיט מציצה, האט מען פארריפן אסיפות און געשריגן אז מציצה איז בכלל נישט שעדליך און הערפיס איז א זאך וואס געפינט זיך נאר ביי די טמא'נע גויים, הערשט יארן נאכדעם ווען די רעגירונג האט געלייגט דרוק האבן די רבנים בלית ברירה זיך גענומען אין די הענט אריין און עפעס געמאכט (אדער זיך געמאכט ווי מ'מאכט) סדר.

און אזוי אויך יעצט ביי די מיזעלס, די מוסדות און עסטאבלישמעעט האבן נישט גארנישט געטוהן צולייגן פרעשור אז מ'זאל וואקסינירן, די סכנה פון מיזעלס האט קיינעם נישט געבאדערט, די רעגירונג האט געמוזט צווינגען די מוסדות צו ארויסווארפן די קינדער, און אפילו נאכדעם האבן רוב מוסדות נישט געפאלגט און ווייטער געלאזט די קינדער קומען און חדר און אנשטעקן אנדערע.
עס איז הימל שרייענדיג ווי די זעלבע מוסדות וואס וועט ארויסווארפן קינדער פאר די חטא אז זייער טאטע האט א סמארטפאון אדער טראגט מיט א עירוב, וועט פלוצלונג ווען עס קומט צו א געזונט פראגע, שטיין מיט פארלייגטע הענט און גארנישט טוהן ווילאנג די רעגירונג וועט נישט אריינקומען און אנהייבן טיילן שארפע געלט קנסות. און די חוצפה איז נאכמער אז נאר ווען אפאר שפיצל לעידיס שרייען אויף טי ווי, דעמאלטס ווערט מען צושוידערט און מען שרייבט א עדיטאריעל אין ענגליש וועגן מ'שעמט זיך וואס די גויים וועלן זאגן. איז דאס טאקע ענקער איינציגע דאגה אז מה יאמרו הבריות? זיך סתם אויפפירן ווי ציוויליזירטע מענטשן קענט עטש טאקע נישט נאר ווען די גויים קוקן דעמאלטס שפילט מען נארמאל??

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:48 am
דורך שמערל
אונטער חכם, רוב מענטשן אויף די וועלט זענען נישט קיין אינטעלעקטואלן, די וועג ווי דער וועלט לויפט איז אז די רוב פשוטע מענטשן פארלאזן זיך אויף דער מיינונג פון די מיעוט אינטעלעקטואלן, דער פראבלעם מיט אונזער סאסייעטי איז אז די אינטעלעקטואלן זענען ביזי מיט סמארטפאוןס און אויערבאך, און לאזן אזוינע נישטיגע שאלות ווי געזונט אין די הענט פון זייערע פרויען וואס קענען ליינען ענגליש און איבערטייטשן וואס די גויים אויף די אינטערנעט זאגן.

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 6:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ארטיקל, ווי שיין געשריבען, קען זיך נישט שטעלן ריכטיג מיט די מציאות. ר׳ מלכיאל קוטלר זוכט זעלבסשטענדיגקייט? ר׳ שמואל קמנצקי? די אנטי וואקסערס זענען נישט געקנויטען פון יענער טייג, לויט די וואס איך קען. מרס זילבער פון מאנסי, דער אנפיהרער פון דער זאך, האט א פראבלעם מיט די בית רחל חינוך? זי איז עפעס א פארקוועטשטן פון שטוב וואס מוז ארויס גיין דערפון?

נאך א פיינע טעזע, אבער זעט נישט אויס אין איינקלאנג מיט די מציאות.

און למעשה, אז מ׳ליינט כתבי שש טעלער אדער נטורי קרתא, זעט מען אויך ׳דורכגעטון די נושא׳. ליין די אביעקטיווע ׳מקטוביץ ועד ה׳ אייר׳ און דו וועסט זען פארשידענע נאנסענס אונטער די שלייער. די אלע קאנספיראסי טעאריסטן האבען אסאך אינטעלעקטואלע חשבונות, קום אויף רעדדיט וועל איך דיר ווייזען הויפענעס פון פאנטאסטישע חשבונות, וואס קוקען אויס קלאר און אויסגערעכענט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 10:09 am
דורך מיימון
אפאר רויע געדאנקען. איינער ערווענט אז די פרויען האבן א בעסערע עדיוקעישאן. באמת איז דאס בכלל מאדנע, מיר ווייסן אז די פרויען ביי אונז זענען די מער תמימותדיגע שיכט און מער אויסגעשטעלט צו גלייבן אלע סארט בי. עס. פון יעדן משוגענעם בעת וואס די עמהארצישע מענער מאכן עס אוועק. דער אמת איז אז עדיוקעישאן אליין איז נישט גענוג ווי העניך ברענגט ארויס. מען דארף האבן א געוויסע חוש פון אויפכאפן וואס מאכט יא אדער נישט סענס. דאס באקומט מען לאו דוקא פון לערנען נאר פון זיין צווישן מענטשן און באקומען א שטיקל פערספעקטיוו וויאזוי די וועלט ארבעט. למשל ווען כולל יונגעלייט ווערן איבערגענומען יעדעס יאר נאכאמאל פון עפעס א מויל מאכער וואס וויל זיי פארקויפן דעם ברוקלין בריק (אינשורענס,לעקטעריק, וכו' MLM) און די עלטערע אחריותדיגע מענטשן רייסן זיך די האר פון קאפ און פרובירן מסביר צו זיין פארן עקסייטעד יונגערמאן וואס קומט מיט גאנצע לאגישע הסברים, און די איינציגסטע וואס זיי קענען זאגן איז טראסט מי איך בין עלטער ווי דיר. פשט איז אז נאכן זיין אין די ביזנעס וועלט כאפט מען אליין אויף ווער איז א שווינדלער. מען קען זען אסאך כולל יונגעלייט פאלן פאר עקסטרעמיזם און פרומקייט בעת וואס דער בעל הבתישער איד האט א געוויסן סענס וואס מיינט אידישקייט אפילו ער קען דיר נישט ברענגען קיין ראיות און גמרות. והא ראיה ווען דער כולל יונגערמאן גייט ארויס אויף די וועלט טוישט ער זיך אויך. ער פילט שוין אויך וואס איז וויכטיג. אסאך פון די ערסטרעמע קולטס באשטייען פון בעלי תשובה וכדו' וואס האבן נישט קיין מסורה און פרובירן ליטערלי אפצולערנען די מקורות.

הנוגע לענין. א מענטש וואס לעבט צווישן מענטשן האט א סארט חוש וואס זאגט אים וויאזוי אויסצוהערן מענטשן. געזעץ פון א לויער. געזונטהייט פון א דאקטער. נייעס פון א טראסטעד נייעס קוואל. ער קען דיר נישט אפפרעגן אלע קאנספיראציע טעאריעס מיט "פאקטן" און ארגומענטן עד הסוף כדרך הצולייגערס, אבער ער גיט א שאקל מיטן קאפ און זאגט לאז מיך אפ. ביי אונז איז נישט דא דאס. אדרבה דער דאקטער איז פרעמד און מאדנע. על אחת כמה וכמה "א.ג." סיינעטיסטן וואס ווילן עוקר זיין אידישקייט ממילא איז נישט דא קיין סיסטעם פון גלייבן און אלע מיני משוגעתן לייגן זיך גרינגער אן.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 7:17 pm
דורך ארי נוהם
נולד מאוחר האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:זייער גוט געשריבן העניך, כדרכך.

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 2:54 am
דורך החוקר
שמערל האט געשריבן: איז דאס טאקע ענקער איינציג דאגה אז מה יאמרו הבריות? זיך סתם אויפפירן ווי ציוויליזירטע מענטשן קענט עטש טאקע נישט נאר ווען די גויים קוקן דעמאלטס שפילט מען נארמאל??

אבי גערעדט. סתם ארויפגעווארפן א נאסען לאלעך אויף אונזער גאנצע קאמיוניטי. אונז טראכטן נישט 'נאר' פון מה יאמרו הבריות, מיר טראכטן אויך פון געלט. למשל ווען די גאווערמענט סטראשעט מיט געלט קנסות מאכט מען זיך אויך וואוסענדיג.

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2019 11:45 am
דורך אונטער חכם
אינטערסאנטע ארטיקל מיט די זעלבע געדאנק אין ABC NEWS.
https://abcnews.go.com/Health/parents-v ... d=60674519

Sent from my XT1526 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 5:40 pm
דורך קוקי
ר' הענעכ'קע אויך קורח איז געווען זייער קלוג, און אזעלכע האבן זיך געטראפן - מיט זייער חכמה גדולה - אין גרוב..
יענע וואס האקן קעגן די וואקסינירן, האבן נישט קיין מינדעסטע אמונה אין עני ווארט וואס קומט פון א רב בישראל, נאר אין זיך אליינס..
יענע זענען די זעלביגע וואס מאכן דעם ריס ביים כלל, אז רבנים זענען א פערזענליכקייט און האבן סייעתא דשמיא. מ'ווערט נישט געהיטן פון גאט, ווען מ'מאכט חוזק פון רבנים, און ווען מ'גייט אקעגן סיי וועלכע ציווי פון חכמת התורה. נישט דו ביסט תורה, נאר זיי, ווייל זיי האבן די סייעתא דשמיא.

נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 8:19 am
דורך מי אני
העניך האט געשריבן:אונזערע אנטי-וואקסער ברידער און שוועסטער זענען פארלוירענע שעפעלעך. מענטשן וועלכע האבן זיך פלוצים דערזען מיט דעם אור פון זעלבסטשטענדיגקייט. זיי דראפען זיך אויף גראדע ווענט צו קענען נוצן זייער שכל און פאסן אייגענע באשליסן. זייער פראבלעם איז נישט אז זיי זענען נאריש, נאר אז זיי האבן נישט די געצייגן צו אפטיילן צווישן אמת'ע אינפארמאציע און פאלשע, און פארשטייען נישט וויאזוי צו זיפן אינפארמאציע.

יא, זיי זענען בוך-קלוג, זיי לייענען ביכער מיט דורשט און הערן שיעורים מיט הונגער, אבער זיי ווערן באפאלן מיט כוואליעס פון אינפארמאציע וואס זיי ווייסן נישט וויאזוי בורר צו זיין אוכל מתוך הפסולת.

אונזערע פרואוון צו דערשטיקן אינפארמאציע ברענגט נישט נאר קרבנות ביי די וואס ווערן סוקסעספול דערשטיקט. נאר אפילו טייל פון די וואס באווייזן זיך אויסצורייסן – דאס הייסט דווקא די קליגערע – זענען עלול צו פאלן קרבנות צו פאלשע אינפארמאציע, ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט וויאזוי צו אפשאצן און אפוועגן אינפארמאציע – פשוט'ע יסודות וואס ווערן געלערנט אין א געווענליכן פינפטן קלאס עדיוקעישאן.

פאר די מענער און פרויען וואס נעמען די מי "דורכצוטון" א נושא, און אליין קומען צו א זעלבסטשטענדיגער מסקנא – סיי וואספארא מסקנא, זאג איך בראווא! נאר לאמיר אויך לערנען וויאזוי ריכטיג פאנאנדערשיידן צווישן אמת און שקר.

ס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אפלטון זאגט אין זיין פיִדרוס בשם רבו סקראט אז ביכער אליין קענען נישט קלוגער מאכן א מענטש (בנוגע פילאזאפיע). זיי דינען מער אלס א סאָפּלעמענט און ערגענצונג צו אן ארומנעמענדע בליק און דורכגעטראכטקייט פון א נושא. מיינענדיג, קונה זיין חכמה דורך ביכער ארבעט נישט סתם מיט א פּאַסיווע מהלך; מ׳דארף האבן די ריכטיגע כלי מחשבה רינגסט ארום וכו׳.
5579DF10-BB5C-4145-9987-9AF59A45B094.jpeg

(ועיין כאן.)

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2020 2:08 pm
דורך מנחם ציון
יעצט דורך געליינט דעם אשכול (היבש שפעט הא?..)
העניך, איר זענט גערעכט.
אבער וואס איך זעה איז, אז א רובא דרובא פון די אנטי וועקסערס, זענען דייקא אזאלכע אנטי סאסייעטי מענטשן, וואס זענען שוין דורי דורות צעקריגט מיט לאגיק, און באזעסנקייט.

אמת, א שטארקע באזע באשטייט פון זעלבסשטענדיגע טראכטער, וואס האבן געגריבלט אין די נושא אויף די אייגענע האנט. אבער א גאר שטארקע באזע באשטייט פון ראדיקאלן, בני יואל סארט טיפ מענטשן, וואס במהותם זענען זיי אנטי.
ווי האט יענער געזאגט? בני יואל איז נישט קיין קהילה, עס איז א טיפ, מען קיין זיין א גוי און זיין א בני יואל..

דאס רוב פון מיינע חבירים און באקאנטע, וואס זענען דוגל תחת דגל האנטי וועקסערס, געהערן צו דער סארט שניט פון בני יואל וסיעתם.
געט נאר א בליק וועלכע סארט מוסדות האבן זיך געעפענט אין שאטן פון די שערוריא.

אין איין ווארט (אין מיינע אויגן) נישט יעדע אנטי וועקסער איז א ראדיקאליסט, אבער יעדע ראדיקאליסט איז אנטי וואקסינס...
(פארשטייט זיך דאס איז נאר א ווערטל אבער איר כאפט די פוינט)

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 6:38 pm
דורך דוראק
איך בין אינגאַנצן ניט מסכים מיט העניכס מהלך אַז אַנטיוואַקסינערשקײט קומט פון אַ זעלבסטשטענדיקע מחשבה, ולענ״ד איז די מעשה גאָר אַ פאַרקערטע. איך קען פּערזענליך עטליכע אַזוינע מענטשן, און כאָטש אַז טייל פון זיי זײנען טאַקע אינטעליגענט, פאַרמאָגן זיי אַלע אַ מין תמימות און herd thinking. איך מיין אַז זיי זײנען אַ נאַטירליכע פּראָדוקט פון די פּראָבלעמען אין דעם חינוך סיסטעם.

ס'איז מיר שווער אויסצופאָרמולירן מײנע געדאַנקן איבער דעם אין ווערטער, אָבער פאַראַיאָרן אין דער תקופה וואָס מ'האָט גערעשט איבער וואַקסיניישענס, האָט אַ גרויסע באַוואוסטע חרדישע מאַגאַזין געדרוקט אַן אַרטיקל איבער bigfoot, ברענגענדיק די טענות השוללים וטענות המאמתים וכו'. די יעניקע צײטונג האָט אויכעט געדרוקט אַן אַרטיקל איבער אַ פראָפעסאָר וואָס טענהט אַז ער האָט אויסגעטראַכט אַ וועג אויף צוריקצופאָרן אין צײט... דאָ רעדט זיך ניט פון קיין קליינעם מאַגאַזינטשיקל, דאָ רעדט זיך פון איינעם פון די גרעסטע מאַגאַזינען באַ אונז.

לכאורה קאָן מען אפשר זאָגן, אַז וויבאַלד מיר זײנען אַזוי ווײט אָפּגעפרעמדט פון דער וועלט, און מיר האָבן שוין געהערט אַ פולע איבער ווי די וועלט לײגט און איז ניט אמתדיק (און זי איז טאַקע ניט! אָבער דאָס איז אַן אַנדער ענין), דעריבער ווען איינער פון אונז הערט אַ כמו־אינטעלעקטואַלישע פּלוידערײ איבער ווי „די וועלט” באַהאַלט פון אונז דאָס אָדער יענס, זײנען מיר מער עלול צו גלײבן אין דערין.

אפשר.