בלאט 2 פון 2

Re: הימל שרייענדיגע פרייז פאר האנט מצות

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 11:28 am
דורך פאליטיקאנט
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:זענען נישט רוב מצות פארן סעזאן שוין לאנג געבאקן?
יא, און די ווייץ איז שוין זיכער פונלאנג געקויפט.


און די שמורה ווייץ קומט פון דא אין לאנד, נישט פון אוקריינע
די פרייז גייט ארויף איבעראל היות די סופליי איז ווייניגער, ס'האט נישט צוטוען פון ווי די ווייץ קומט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 5:22 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: לאמיך א ביסל מתקן זיין דיין סטעיטמענט. ס'נישט אזוי ווייט אז די סופליי איז באגרעניצט. נאר אז ס'איז דא צו ווייניג קאמפעטישן...!

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 11:20 am
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב געהערט אז דאס יאהר פ"ב האלט עס שוין ביי 46 א פונט.

איך מיין איך גיי קויפן די ביליגסטע מאשין מצות און נאר גענוג פאר'ן סדר.

אויב די אלע פריערדיגע צדיקים וועליכע האבען געהאקט אנטקעגן מאשין מצות וואלטען געדארפט צאלען אזעלכע פרייזן וואלט האנד מצות געווארן טריפה און אסור

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 11:33 pm
דורך קלוגע יודל
לאמיר זאגן, אז די יאר פארשטייט מען אביסל די העכערונג, אבער פארוואס די לעצטע צען יאר האלט אין איין שטייגן די פרייזן?
ב"ה פוטין האט זיי געגעבן די תירוץ פאר נעקסטע יאר..

איך האב א ידיד מיט א מצה בעקעריי, ער פראבירט מיר צו ספינען וואס איז איהם ארויף די פרייז, וואס געוויסע זאכן ווייס איך בידוע איז נישט אמת.

אינטערסאנט אז אלע בעלי בתים פון מצה בעקערייען זענען שיינע בעלי בתישע יודן, אלס פון די וויכטיגע פראדוקט ווי מצות

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 12:56 am
דורך ליפא
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איך האב געהערט אז דאס יאהר פ"ב האלט עס שוין ביי 46 א פונט

33 נישט 46
IMG-20220301-WA0006.jpg

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 1:13 am
דורך קורקלענד
וויבאלד האנד מצות איז פאבריצירט גאר פרימיטיוו און מ'קען נישט אריינברענגן קיין שום מאדערניזאציע אדער אוטאמאציע וואס וואלט רעדוצירט קאסטן. קומט אויס אז די פרייזן וועלן אויטאמאטיש שטייגן פון יאר צו יאר.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 10:54 am
דורך היסטאריע
איינער וואס האט א פראבלעם מיט די פרייזען, זאל קויפן מעל, און באקען אין זיין פסח קאך די מצות אליין.

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:32 pm
דורך שמעקעדיג
וואו קען מען קויפן מעהל שמורה משעת קצירה? און וויפיל איז די פרייז פאר א פונט?

מים שלנו קען איך אליינס מאכן, איינער האט מיר געגעבן די רעסעפי.

און וואו באקומט מען וועלגער העלצלעך מיט שטעכערס?

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:42 pm
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען קויפן מעהל שמורה משעת קצירה? און וויפיל איז די פרייז פאר א פונט?

מים שלנו קען איך אליינס מאכן, איינער האט מיר געגעבן די רעסעפי.

און וואו באקומט מען וועלגער העלצלעך מיט שטעכערס?


פאר די וואס האבן נישט די רעסעפי פון מים שלנו, איז דא צי באקימען ביי התאחדות, פאר 10 טאלער א גאלאן. :P

מעיל פאר מצות איז לכאורה די ביליגסטע צי קויפן מאשין מצה און עס צימאלן.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 12:24 pm
דורך signout
א חלק פין די מערכה צו הייבן די מצה פרייזן יעדע יאר איז ווייל מ'שפילט אז ס'דא א מאנגעל - בעיקר אין בראדוועי (א בעקערי וואס פלעגט אמאל נישט דארפן ספענדן א ניקל פאר מארקעטינג אין היינט דארפן זיי ספענדן ווי די נייע בעקערייען זיך צו פראמאוטען) פלעגן נאר קראך היטן באקומען מצות, פאר שטאפענע היט פלעגט מען זאגען קום צירוק נאכמיטוג ס'דא א מאנגעל, למעשה זעה איך אז עווערגרין פארקויפט געהעריג נאך יעצט נאך פסח שני די בראדוועי מצות

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 2:04 pm
דורך ליפא
זעט אויס ס'געבליבן עפעס פון whole wheat מצות