בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:47 am
דורך איסר האטלקי
איך דערמאן זיך יעצט, ער האט אויך ארויסגעגעבן א שיינע פאר שו"ת ספרים. זייער זיסע שאלות מיט תשובות. צוגעצייכנט תשובות פון אלע לעצטע תשובה ספרים, ווי יביע אומר, אלישב, ועוד... אין ישיבה פלעגט מען שטופן די צייט דערויף. עס איז אינטערעסאנט צו כאפן א בליק דארט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:00 am
דורך אישתישבי
איסר האטלקי האט געשריבן:שביעי של פסח און שבת שירה פלעגט ער מאכן קריעת ים סוף כפשוטו. געגאסן פלעשער וואסער אויף די ערד און ער פלעגט טאנצן שירת הים אין די וואסער...

כידוע האט ער אלץ געהאט צו דערציילן חלומות וואס ער האט בייגעוואוינט. ס'איז זייער זיס געווען צו הערן זיינע מעשיות. נאך איינער דא האט אים אמאל געהערט רעדן?


איך האב מיטגעהאלטן א טיש פרשת בשלח מיט אים בערך דרייסיג יאר צוריק. געהייסען האט אז ער גיסט וואסער אהן אויפהער, אבער למעשה האט ער נאר געגאסן איין סעלצער באטעל ארום זיך בשעת ער האט געטאנצט א רעבישע ניגון אויף תפול עליהם אימתה וכו' (דער ניגון וואס מען זינגט אין באבוב 45 ביי די ציבל מיט אייער, קען זיין 48 אויך, סארי).

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳פלעגט זיך וויצלען וועגן זיין גרויסע בילדינגס. מ׳פלעגט זאגען אז ער איז גרייט אוועק צו שענקן צוויי שטאק פון זיין בנין אין בני ברק צו יעדער וואס קען איהם געבן אן עצה וואס צו טון מיט די אנדערע דריי.

מ׳פלעגט זאגן אז קאליב מאכט ק׳ומה א׳חד ל׳כל ב׳חור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:18 am
דורך שבת אחים
אסם האט אים גערופן צום דין תורה ווייל זיין שול איז געוועהן קעגן איבער זייער פאבריק.
אסם האט געטענהט: היתכן שטעלסט זיך אראפ קעגן אונז פארקויפן לאקשן?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:21 am
דורך חיים יואל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳פלעגט זיך וויצלען וועגן זיין גרויסע בילדינגס. מ׳פלעגט זאגען אז ער איז גרייט אוועק צו שענקן צוויי שטאק פון זיין בנין אין בני ברק צו יעדער וואס קען איהם געבן אן עצה וואס צו טון מיט די אנדערע דריי.

מ׳פלעגט זאגן אז קאליב מאכט ק׳ומה א׳חד ל׳כל ב׳חור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יא.
גראדע האט ער 15-20 יאר צוריק, געצויגן אלעס צו ירושלים, אויך א גרויסע בנין.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:29 am
דורך זאפטיג
געמיינט האט ער אז עס וועט ציען נאך מענטשן
דאכצעך ער איז אמאל געווען אין מועצת גדולי התורה ניין?
ער האט אויך געמאכט א בר בי רב על גלגלים

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:18 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי האט געשריבן:א שטיקל סאלא קאקאש

לבי ובשרי: ייש"כ. זייער שיין. איך האב שוין געהערט א סאך מענטשן זינגען דעם זמר. אבער ער (קאלוב'ע רבי זצ"ל) זינגט עס די שענסטע. ווייל ער ווייסט און פארשטייט וואס די ווערטער מיינען...!

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:30 pm
דורך חיים יואל
זאפטיג האט געשריבן:געמיינט האט ער אז עס וועט ציען נאך מענטשן
דאכצעך ער איז אמאל געווען אין מועצת גדולי התורה ניין?
ער האט אויך געמאכט א בר בי רב על גלגלים

ער איז אמאל געווען אין מועצת גדולי התורה? כ׳מיין אז נישט.

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 10:59 pm
דורך צפור בודד
שמעתי אז דער קאליבער איז געווען א צווילינג, וואס מענגעלע האט כידוע עקספערימענטעד אויף צווילינגען, און זיין צווילינג איז אוועק. ווייסט עמעצער דערפון?

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:03 pm
דורך שמעון וואלף
איסר האטלקי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.

ער איז שוין געווען א חתן אדער לויט אן אנדערע גירסא חתונה געהאט פאר'ן קריג, סא ס'איז נישט מסתבר

וואס איז די סתירה? ער האט חתונה געהאט אויף דער עלטער אויך - אויב דאס הייסט חתונה געהאט.

נישט קיין סתירה, פשוט נישט מסתבר אז א טומטום ואנדרוגינוס זאל א חתן ווערן אזוי יונג

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 9:42 am
דורך נקודת-אמת
טעות

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 9:44 am
דורך נקודת-אמת
https://drive.google.com/drive/folders/1--k2KbWvsIqx-oJr5ZTBSCWOXZ1BYwvm?usp=sharing
א קורצע נאסטאלגישע ווידעא פונעם רעבינזכותויגנעלינו (מסאקמער)
צוזאמען מיט'ן רעבינזכרוינויליברכה (מקאליב)
במוצש"ק שבע ברכות של כ"ק מרן אדמור שליט"א (מפאפא)
ווערט געזעהן אויך דעם רב זכרונו לברכה (פאפא'ער רב)
קרעדיט

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 12:17 am
דורך משהה פרידמן
איסר האטלקי האט געשריבן:איך דערמאן זיך יעצט, ער האט אויך ארויסגעגעבן א שיינע פאר שו"ת ספרים. זייער זיסע שאלות מיט תשובות. צוגעצייכנט תשובות פון אלע לעצטע תשובה ספרים, ווי יביע אומר, אלישב, ועוד... אין ישיבה פלעגט מען שטופן די צייט דערויף. עס איז אינטערעסאנט צו כאפן א בליק דארט.
אין איינע פון זיינע תשובות שרייבט ער אן עצה ווי אזוי זיך ווישן שבת אין בית הכבוד ווען מען געפינט נישט קיין געשניטענע אשר יצר פאפיר וזה לשונו "ישלשל הנייר וינגב את עצמו וישלשל עוד הנייר וינגב וחוזר חלילה" און ער זאל אראפ פלאשען און אזוי וועט זיך די ראל פאפיר צורייסען און ס'איז נאר א גרמא שמותר במקום כבוד הבריות...

עיין שם ותמצא נחת

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 12:29 am
דורך איסר האטלקי
די פסק שטייט שוין גראדע פון אנדערע פוסקים, וכן נקטינן להלכה.

די תשובות זענען נישט געווען קיין אייגענע, נאר ליקוטים פון אנדערע תשובה ספרים אדער ליקוטים. די שואלים זענען עפי"ר געווען זיינע צוויי גבאים.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2019 6:21 pm
דורך טאמבל סאס
משהה פרידמן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך דערמאן זיך יעצט, ער האט אויך ארויסגעגעבן א שיינע פאר שו"ת ספרים. זייער זיסע שאלות מיט תשובות. צוגעצייכנט תשובות פון אלע לעצטע תשובה ספרים, ווי יביע אומר, אלישב, ועוד... אין ישיבה פלעגט מען שטופן די צייט דערויף. עס איז אינטערעסאנט צו כאפן א בליק דארט.
אין איינע פון זיינע תשובות שרייבט ער אן עצה ווי אזוי זיך ווישן שבת אין בית הכבוד ווען מען געפינט נישט קיין געשניטענע אשר יצר פאפיר וזה לשונו "ישלשל הנייר וינגב את עצמו וישלשל עוד הנייר וינגב וחוזר חלילה" און ער זאל אראפ פלאשען און אזוי וועט זיך די ראל פאפיר צורייסען און ס'איז נאר א גרמא שמותר במקום כבוד הבריות...

עיין שם ותמצא נחת

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

ווי ליינט מען דער ישלשל לפניו או לאחריו?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2019 6:57 pm
דורך איסר האטלקי
אין זיין צוואה בעט ער מחילה פון אלע פוסקים וואס ער האט גע'פסקנ'ט אנדערש ווי זיי אין זיינע ח"י כרכים שו"ת, וויבאלד ער האט אזוי גע'פסקנ'ט נאכן מלבן זיין אלע סגיות כהוגן...

עס איז כדי צו כאפן א בליק אויף זיין טשיקאווער צוואה פאר נאך פנינים ומרגליות טובים וואס גיסן זיך צווישן די שורות, כדרכו בקודש.

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

נשלח: זונטאג מאי 05, 2019 7:46 pm
דורך חוקר ודורש
https://www.makorrishon.co.il/news/136279/

געטס א קוק אויף די שיינע ארטיקל וועגן דעם קאליב׳ע רבין זצ״ל, ווי אזוי ער האט מוסר געזאגט פאר שמעון פרס וועגן אוועקגעבן שטחים, און געזונגן פאר אים א ווארימע לידל.., אויך וועגן זיין בר בי רב דחד יומא וואס ער האט איינגעפירט אין יום העצמאות.. ועוד, געשריבן דורך אלי ביתאן דער שרייבער וועגן חרדים אין ״מקור ראשון״

איך האב אויך געזעהן א קליפ ווי דער רבי באדאנקט זיך פאר טראמפ פארן אנערקענען ירושלים אלץ הויפשטאט, ער רעדט און א צובראכענע ענגליש, ער איז געווען א חידוש פון א רבי און אלע וועגן, זיין נייע ממלא מקום קוקט נישט אויס ווי ער האט צו סאך חן

ווען דער קאליב׳ער איז געקומען מנחם אבל זיין די לב שמחה נאך די פטירה פון דעם בית ישראל האט ער געזאגט גער איז יעצט כצאן בלי רועה, האט דער לב שמחה געענפערט בעסער צאן בלי רועה, ווי רועה בלי צאן..



Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2019 11:00 am
דורך קלוגסטער פון אייראפע

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 2:55 am
דורך שבת אחים
Alone among the grand rabbis of the Hasidic world, Rabbi Menachem Mendel Taub had no ample beard, just a few short wisps of facial hair framed by long sidelocks. He could not produce children, and his voice had a higher pitch than that of his rabbinical counterparts.

Those traits testified to his torturous ordeal as an inmate in Auschwitz, where the notorious Dr. Josef Mengele subjected him and hundreds of other Jews and Gypsies to macabre experiments designed to tinker with their genetic heredity and thus prove the supremacy of the Aryan race.



The family was deported to Auschwitz in 1944, and all six siblings were killed. Rabbi Taub was subjected to chemical experiments by Mengele that left him sterile. He spent time in other concentration camps, including Bergen-Belsen, and after liberation was reunited with his wife, Hana Sara, in Sweden. They emigrated to the United States and settled in Cleveland.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 7:09 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
[quote="חוקר ודורש"]https://www.makorrishon.co.il/news/136279/

געטס א קוק אויף די שיינע ארטיקל וועגן דעם קאליב׳ע רבין זצ״ל, ווי אזוי ער האט מוסר געזאגט פאר שמעון פרס וועגן אוועקגעבן שטחים, און געזונגן פאר אים א ווארימע לידל.., אויך וועגן זיין בר בי רב דחד יומא וואס ער האט איינגעפירט אין יום העצמאות.. ועוד, געשריבן דורך אלי ביתאן דער שרייבער וועגן חרדים אין ״מקור ראשון״

מענין לבנין: דער אמרי חיים האט אמאל געפרעגט א תמימותדיגער איד וועלכע יום טוב ער האט ליב דאס מערסטע ? דער איד האט פראבירט זיך ארויסצודרייען - אבער צום סוף האט ער איהם געעפערט "מיין בעסטע יו"ט איז יום העצמאות ווייל מען גייט נישט ארבעטן און עס איז אויך נישט נישט דא קיין טיש ....