בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 2:45 am
דורך [NAMELESS]
איך האב אויך פארלאזט טרערן אויף זיין פארלוסט, טראצדעם וואס איך ווייס אז עס איז נאר די טעמע וואס איז הארצרייסנד.
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 12:39 am
דורך תנא קמא
די וואך זיך גוט צעווילדעוועט אין מאמענט מיט א זיסע "גלות אמעריקא" אין בארא פארק.
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:18 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב מזל טוב הרב אליהו יואל פארן געקרוינט ווערן אלס רעדאקטאר און מנהל פון וועכענטליכע מאגאזין "מאמענט"
עס איז באקאנט אז ר' איציקל האט אמאל געזאגט אז ער ווייסט אז זיין איינעם ר' יענקעלע האט קיינמאל געזינדיגט ווייל אויב יא וואלט ער עס ווען פארציילט פאר יעדעם...
האב געטראכט לעצטענס אז אליהו יואל איז די בחינה... די פענסטער אין זיין היים איז די פארהאנג לכאורה ברייט אפען און ער מאכט זיכער צו קלינען כסדר די גלאז נישט צו שטערן די אריינבליק... ( פארשטייט איר שוין פארוואס זיין קאלום רופט זיך פענסטערלעך... )
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:00 pm
דורך טיכטיגער
אז מ'רעדט שוין פון אים, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ער ווערט אויפגענומען אלס רעדאקטער און מנהל המערכת פון מאמענט מאגאזין.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
אין די זעלבע צייט ווען כלל ישראל איז איבעראשט געווארן מיט די בשורה המבשרת אז די מיוחד'דיגע שרייבער הרב אליהו יואל איז געקרוינט געווארן אלס מנהל און רעדאקטאר פון די פאפולערע וועכענטליכע מעגאזין "מאמענט" וואס דאס פארזיכערט א נייע "מאמענטום" אינערהאלב די תוכן פון די מעגאזין און עס איז זיכער ער וואט דאס ארויפברענגן אויף א העכערע דרגא.
די זעלבע צייט ממש ווערט באריכטעט אין די לבלר א סאב אויסגאבע פון די "מאמענט" אין פארעם פון א אינטערוויא מיט הרב גליק ווי ער פארציילט אז ער איז פשוט נתפעל געווארן פון א וועכענטליך גליון מיט די נאמען "משמיע ישועה" מאמרים פון הגאון הצדיק ברכת מנחם שליט"א און ער גייט דאס פארטייטשען אין אידיש אין א פארעם פון א ביי וועכענטליך גליון, און לכבוד דעם האט ער געהאט די זכיה נאנט צו ווערן צום רב שליט"א וכ'ו וכ'ו
אזוי ווי איך וויל נישט ח"ו חושד בכשרים זיין נאכדערצו נאכדעם וואס איך רעספעקטיר הרב גליק אויף א גאר גרויסע פארנעם מיין ווייב ווייסט אז ווען איך ווייז איר עפעס איז עס פון הרב גליק לאוו דווקא די וואס ער שרייבט אונטער זיין נאמען איך פראביר עם צו נעמען אלס א ראול מאדעל הלוואי איך קען זיך דוקטורן ביי עם.
אבער אזוי ווי איך בין באקאנט מיט די פעזענליכקייט פון די ברכת מנחם רב וואס פאר נישט לאנג צוריק האט מען עם גערופען יושע נתן פייפער יא גאנץ א לייטישע יונגערמאן א יודע ספר שטיקל תלמיד חכם און בעיקר גאר א קלוגער א בעל כשרון,
אמת ער איז א פיינע רב פאר די יונגעלייט בפרט בזמנינו.
איך ווייס נישט ווי אזוי ווייטער צו גיין איך קען עס נישט איבערווייזן אבער עפעס א חשד האב איך אז די הרב גליק איז א באצאלטע עסק נאך א געלונגענע שטיקל פון הרב פייפער פאר פי אר... און עפעס האב איך א געפיל אז אליהו יואל האט זיך נישט יעצט באקאנט געמאכט מיט די רב.
אייגענטלעך וואס דארף מיר עס באדערן? אונז באקומען נאך סחורה פון אליהו יואל און בחנם אויך, און וואס שטערט דיר אז הרב פייפער האט אויך הנאה? ער נעמט עפעס צו פון דיר? די אמת איז עס באדערט מיר טאקע נישט, להיפוך ווי געזאגט איך האב דייקא הנאה צו לעזן נאך ווערק פון הרב גליק, דוקא די אינטערוויא שטערט מיר צו וואס מיר נעמען פאר א רייד???
הרב אליהו יואל איז נישט קיין בעגינער ווי ער זיכט זיך אריינצודרייען ביים עולם אין פארעם פון א ביי וועכענטליך גליון אין די בתי מדרשים ער איז גענוג פארנומען איבערן טאג.
אויב בין איך טאקט יא א חושד בכשרים און אלי' יואל איז סאמהאו יא פארקויפט געווארן אין הגה"צ ברכת מנחם גליון און ער זיכט דאס פשוט צו פארשפרייטן אין כלל ישראל, און ער איז יא די ערשטע מאל ער באקענט זיך מיט הרב פייפער צו איך צוריק נאך דא תוך כדי דיבור און אלעס איז בטול ומבוטל כאילו לא כתבתי כלום.
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 12:10 am
דורך [NAMELESS]
אן הארציגע מזל טוב לידידי בלתי מכירו החכם הרב אליהו יואל לרגל הולדת בנו למזל טוב ובשעה טוב ומוצלחת.
פאר די וועכענטליך ליינער פון די 'פענסטערלעך' פארשטייען אביסל די טיפע באדייט פון די שמחה - מער ווי סתם געבוירן נאך א קינד - דאס איז א טרייסט קינד 'נולד בן זכר נתרפה כל המשפחה' כאטש אונז קענען דאס בהחלט נישט זאגן פון זיך, א לעכעלע בלייב ערגעץ וואו, אבער חז"ל זענען דאס מעיד ברענגן אונז די רייד.
בפרט א בן זכר פארגאנגענע מאל איז דאס אויך געווען א בן זכר ווי די מקונן האט געקלאגט צווישען אנדערע אז ער האט אזוי ארויסגעקוקט א נאמען גיבן נאך זיין באליבטע רבי, עס איז צום האפן אז דאס געפיל וועט זיך אויך משלים זיין.
איך קען קוים ווארטן אויף די פענסטערלעך די וואך...
נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 9:56 pm
דורך קאצקע ציקער
ווידעראמאל האט אליהו יואל איבעראשט מיט זיין גאר געלונגענע ארטיקל אינעם מאמענט וועגן לב טהור
נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 10:25 pm
דורך בן ישי
כל הכבוד פאר דעם ארטיקל!
ער שרייבט זייער קלאר אפאר מאל אז ער איז נישט געגאנגען אויף א פארש ארטיקל נאר אז ער האט געהאט א געלעגענהייט זיי צו זעהן פון דער נאנט און איבערשלאפן א נאכט דארט האט ער עס אויסגענוצט און ער פארציילט וואס ער האט געזעהן און מיטגעהאלטן ביי זיין באזוך.
זייער אינטערסאנטע פרטים דארטן און גיט באשריבן נוסח ר' אליהו יואל.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 10:30 pm
דורך בן ישי
איינס פון די אינטערסאנטע זאכן וואס ער פארציילט איז אז ער האט געבעטן צו מ'קען עם נעמען צום ציון פון די אלטע מנהיג און די יונגערמאן וואס האט עם ארומגעוויזן האט זיך ארויסגעדרייט דערפון, שפעטער האט עם גאלדמאן מסביר געווען אז זיי האבן נישט קיין געלט פאר א געהעריגע מציבה וכו' און זיי שעמען זיך עס צו ווייזן פאר אנדערע...
נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 10:37 pm
דורך בן ישי
ווי אויך איז אינטערסאנט געווען צו ליינען פון הרב גליק אז א אנדערע מאמענט שרייבער איז געווען באזוכן ביי דעם היינטיגן מנהיג פון לב טהור צוזאמען מיט די אנדערע (5 אדער 6) יודן וואס זיצן שוין אין תפיסה פאר 2 יאר אין אמעריקע, און משום סיבות איז עס נישט געדריקט געווארן.
אגב וואס איז טאקע די מצב מיט זיי? זענען זיי שוין פאראורטיילט געווארן?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:29 am
דורך פאליטיקאנט
איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל דערווייל, אבער ווי פארשטענדליך האט ער זיכער נישט אראפגעלייגט דעם כת נעגאטיוו... און לדעתי איז דאס א פגם אין די סענסיטיווע געפילן פון די ארויסגעראטעוועטע קרבנות, "כאילו אנדערש ווי זיי זאגן איז אויך דא שיינע זיטן צום קולט" אפי' ער שרייבט קלאר "דאס איז נאר וואס איך האב מיטגעהאלטן".
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:49 am
דורך בן ישי
ליין דעם ארטיקל און איך מיין אז עס וועט דיר נישט אזוי באדערן נאכדעם.
ער שרייבט נישט צו זיי זענען גיט צו נישט, ער באשרייבט זיין נסיעה צו דעם פלאץ און וואס ער האט געזעהן.
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 9:27 am
דורך תרמב
איך האב געמיינט אז איך וועל לייענען מער אינפארמאטיווע פאקטן, למעשה באשטייט רוב ארטיקל פון געקומען, געגאנגען, געגעסן, געשלאפן, וכדומה, וואס דאס קען מען שרייבן ווען מ’באזוכט א פלעינע קאנטרי אין די זומער אויך.
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 3:40 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
כדרכם בקודש פונעם מאמענט צו באשרייבן דעם טעם פון די עסן ביים כינוס השליחים אדער דעם הייסן בור פון אוהל רחל לכבוד רזל"ס מסע המלכות....
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 5:17 pm
דורך בן ישי
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כדרכם בקודש פונעם מאמענט צו באשרייבן דעם טעם פון די עסן ביים כינוס השליחים אדער דעם הייסן בור פון אוהל רחל לכבוד רזל"ס מסע המלכות....
אנטשילדיגט אבער עס זעהט נישט אויס ווי איר האט געליינט דעם ארטיקל פארן קריטיקירן. די אנדערע ארטיקלעך וואס איר דערמאנט איז נישט געווען געשריבן דורך הרב גליק.
יא ער באשרייבט זיין נסיעה און עס איז א חלק פון די ארטיקל (און מענטשן גלייכן די פרטים ווען עס ווערט געשריבן נוסח הרב גליק) אבער עס איז אויך דא אסאך אינטערסאנטע אינפערמאציע פון וואס ער האט אלץ מיטגעהאלטן ביים נסיעה.
(אגב, די כינוס ארטיקל איז געווען זייער שיין און די מסע המלכות ארטיקל האב איך בכלל נישט געגליכן)
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 5:20 pm
דורך בן ישי
אגב דערמאנט ער אינעם ארטיקל אז ער האט אביסל געשמועסט מיט גאלדמאן און אנדערע בנוגע זייער סדר החיים און וועגן די טענות וואס מ'האט אויף זיי און ער וועט דאס באשרייבן אין א קומענדיגע ארטיקל.
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 6:21 pm
דורך סמבטיון
אלטס א אייביגער ליינער און שטארקע שטיצער פון אליהו יואל, בין איך זייער דיסעפוינטעד אין אים, ווער עס ליינט זיינע ארטיקלעך ווייסט אז אין אים באבעלט א הארץ מיט מיליאנע הרגשים , איך ווער מעשיגע פאר זיין שפראך, און נאר וועגן אים קויף איך די מאמענט, וויאזוי ער האט זיך אראפ געלאזט צו אזא נידריגקייט איז ביאנד קאמפריהענטשן, פאר אבעסערע העדליין זיך צו פארקויפן די נשמה פאר די פאשאלטענע גרופע איז א זינד וואס קען נישט פארגעבן ווערן, איך גלייב אז מיט די ארטיקעל (וואס איך האב געליינט בד"א) האט ער אויפגערעגט גאר אסאך מענטשן , מענטשן וואס זייערע משפחות זענען ציפליקט געווארן א דאנק לב טהור, און קומטס מער נישט פארקויפן דע לאקשן אז ער שרייבט נאר וואס ער זעהט און געבט נישט זיינע מיינונגען, גיוו מי א ברעיק, זיי צו געבן בכלל א פלאטפארמע און א היימישע אויבגאבע דארף פארדאמט ווערן דורך יעדע רעכטדענקיגע פערזאן. א כאפטע רשעים וואס פייניגן קינדער פון יעדן עלטער, איהר שעמט זיך נישדט צו ריפן דעם סאדיסט וויינגארטן מיין חבר? אויב קומט אן צו דיר אליהו יואל מיינע ווערטער, וויל איך דיר זאגן האסט פארלוירן א ליינער און א שטארקע שטיצער,איך זיך נישט צו סראשענען , דו האסט מסתמא געניג ליינער, איך ברענג נאר ארויס א פוינט. בלי נדר נעם איך נישט קיין מאמענט אין מיין האנט אריין עני טיים סאאן.
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 7:22 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:09 pm
דורך קאצקע ציקער
ריכטיג האט געשריבן:https://tlgur.com/d/Goz5N1B8
נאכדעם האט ער ארויסגעגעיבן נאך א ווידיאוי ווי ער אנטשילדיגט זיך און זאגט אז ס'איז גאר א גיטע ארטיקל
[tag]סמבטיון[/tag] די חידוש פון הרב גליק איז אז ער האט געוויסט ווי צו גיין צווישן די טראפענעס ער איז א דזיניוס
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
@סמבטיון עס זעהט אויס איר זענט אויך פון דיע וואס האבן אן אלרגיה צו די נאמען 'לב טהור' אויב וואלסטו געליינט די ארטיקל וואלט איר אנדערש גערעדט, ער רופט עם נישט מיין חבר נאר מיין 'ישיבה חבר' ער האט געלערנט מיט עם אין ישיבה אלס בחור און געשלאפן אין איין צימער.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:21 am
דורך תנא קמא
דער בחור האט ארויסגעטשעקט פאר גוד?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:24 am
דורך שמעקעדיג
אזוי שמועסט מען אין געוויסע פארומס
![אומגלויבליך :אומגלויבליך:](./images/smilies/smilies2/13.gif)
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 8:14 am
דורך טאמבל סאס
קען איינער אריינקומען קלארער? רעזיגנירט פון מאמענט? פארוואס, פארווען?