בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 8:26 pm
דורך שלום על ישראל
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב חשק זיך אריבערכאפן מיט'ן א"ח קיין וואשינגטאן הבירה נאכקוקן אויף מיינע איינגעשטעלטע אין קעפיטאל היל. ב"ה די אינטערנעט איז פול מיט אינפארמאציע איבער אלע אטרעקשענס וכו' אבער ס'פעלט מיר ידיעות איבער בית המדרש. צופרי דארף איך א מקוה און א מנין שחרית און פארנאכטס א מנחה מעריב
טאמער קענט איר ארויסהעלפן וועט עס אייך גערעכנט ווערן למצוה.
כשר'ע קאווע:
דא
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 7:46 am
דורך געוואלדיג
נישט ווייט פון די קאפיטאל איז דא א חב"ד האוז איך האב נישט די נאמבער אבער זיי וועלן דיר פארזארגן מיט אלעם גוטן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 8:10 am
דורך שמעון וואלף
א מקוה האבן זיי?
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 8:16 am
דורך געוואלדיג
ווייס איך נישט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 9:32 am
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:נישט ווייט פון די קאפיטאל איז דא א חב"ד האוז איך האב נישט די נאמבער אבער זיי וועלן דיר פארזארגן מיט אלעם גוטן.
image.jpeg
וואו קען מען זיך אריבערכאפן אויף וויקענד?
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 5:13 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך זוך א געשמאקער פלאץ וואו צו פארן אויף א וויקענד, אינאיינעם מיט ס'ווייב זז"ג, זיך אויסריען פון די טעגליכע הו-הא און קומען צו די כוחות. וואו איז א גוטע פלאץ וואו מען קען פארן?
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 6:52 pm
דורך שמעון וואלף
ראלי
טאבאק (וואדרידזש)
סיגעיט
מיאמי
לעיקוואד
וכו' וכו'
טאמער זיכסטי עפעס ספעציפיש, לאז דיך הערן און מ'עמיר פראבירן צו העלפן.
נ. ב. כ'האב שוין געהערט פון אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין האטעל אין אן אנדערע געגענט ווי זיי וואינען (א בארא פארקער קיין וומ"ס און ווייסע ווירסע) און מ'האט עס זייער ענזשויט
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:15 pm
דורך לכבוד שבת קודש
א מאנראער וועט אינדזשויען א האטעל אין בארא פארק?
וואו קען מען גיין אין סיגעיט? - איז דא ערגעץ א לייטישע פלאץ?
וואקאציע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:03 pm
דורך יוסף בער
איך זוך איידיעס פאר א געשמאקע וואקאציע אין יונייטעד סטעיטס, מאן און ווייב אן קינדער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 12:59 am
דורך גנדי
יוסף בער האט געשריבן:איך זוך איידיעס פאר א געשמאקע וואקאציע אין יונייטעד סטעיטס, מאן און ווייב אן קינדער.
וואס רופסטו ״געשמאק״? וואסער? אקטיוועטיעס? כשרס?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:09 am
דורך שמעון וואלף
יוסף בער האט געשריבן:איך זוך איידיעס פאר א געשמאקע וואקאציע אין יונייטעד סטעיטס, מאן און ווייב אן קינדער.
און וואספארא אידישע עמענעטיס דארפסטי? שול? מקוה? כשרס? פריוואטע פול?
איך בין א גרויסע חסיד פון פלארידע ווי ס'דא א גרויס אויסוואל פון אידישע געברויכן און מערערע געגענטער