חם לבי בקרבי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

גראדע דאס וואס מען ברענגט דא פין אים אז עס מאכט נישט קיין סענס וואס שטייט אין די תורה לגבי משכב זכר, זאגט דער רמב"ן באופן כללי לגבי אלע עריות.

איך זעה נישט ווי אזוי ער ווערט אן אפיקורס דורך זאגן אז מען פארשטייט נישט עפעס פין די תורה. ער זאגט אויך אז מען דארף מקבל זיין וואס שטייט, צו מען פארשטייט יא אדער נישט.

ימים, די פארשטייסט דען יא יעדער זאך וואס שטייט אין די תורה? טאר מען נישט פרעגן און זאגן אז מען פארשטייט נישט?

לדעתי גראדע ווייס איך נישט וואס איז אזוי אום פארשטענדליך מיט אלע עריות, און מיט משכב זכר בפרט.
משכב זכר ברענגט נישט קיין קינדער קיינמאל, איז אויף וואס ארויף זאל מען דאס טוהן?
און לגבי די טענה וואס זיי זאגן אז זיי זענען אנדערש געוויירט, און זיי קענען נישט אנדערש, זעה איך נישט ווי דאס איז קעגן די תורה. דער אויבערשטער האט באשאפן יעדער מיט תאווה צו טוהן זאכן וואס די תורה האט גע'אסר'ט, איז פארוואס קען נישט זיין אז דער אויבערשטער האט באשאפען מענטשען מיט א תאווה פין דער עבירה?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווייל ביי אנדערע איסורים איז דא א וועג עס צוטוהן בהיתר אבער געיס זאגן מיר האבן נישט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

אין פסוק שטייט אויך תועבת ה' כל גבה לב, איז קומט זיך א שר"י פאר יעדער בעל גאווה?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך האלט נישט ביים זיך מווכח זיין איבער די נאטיר פון משכב זכר! איך האלט נישט ביים ענטפרין די אלע נערישע ארגימענטען! איין זאך א אזויגעריפענע ארטאדאקס וואס ווייטיגוט אויף א פסוק אין די תורה הקדושה און זאגט זיך קלאפען סלח לנו און איבערבעטען די מנוולים וואס זייערע עקזיסטענץ איז א קעגין די תורה איז נישט א ארטאדאקס ודינו כרעפארמער, ורעפראמער עיין באגרות משה לגבי קדישין וגיטין און דאס זאג איך זייטס מיר אלע געזינט און שטארק
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

צפור בודד האט געשריבן:אין פסוק שטייט אויך תועבת ה' כל גבה לב, איז קומט זיך א שר"י פאר יעדער בעל גאווה?



איז עס א פארגלייך? איז דא א חיוב מיתה אויף גאוה? איז עס ביהרג ואל יעבור?
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טאמבל סאס האט געשריבן:ווייל ביי אנדערע איסורים איז דא א וועג עס צוטוהן בהיתר אבער געיס זאגן מיר האבן נישט.

זאל זיין אזוי, זיי האבן נישט קיין וועג בהיתר, איז וואס?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חם לבי בקרבי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו האט געשריבן: די מנוולים וואס זייערע עקזיסטענץ איז א קעגין די תורה


הייסט׳ס אז דער וואס האט זיי באשאפען טוט אנטקעגן די תורה? הייסט׳ס דו האלטסט פונקט ווי כ"ץ, אז דער אויבישטער שטימט נישט מיט זיין תורה.

איך ווייס נישט דרכי הבורא, און אוודאי טאר דער מענטש נישט טון וואס זיין הארץ באגערט, און עס איז א געוואלדיגע נעבעך אויף איהם אז ער מוז לעבן אן די ליעבשאפט פון א ווייב. טאמער א נארמאלע מענטש איז מחליט צו מאכען עקספערימענטס מיט פארשידענע עניינים, איז ער א מנוול. אבער דער וואס איז נעבעך אזוי געבוירען איז נישט קיין מנוול, נאר א תועה, ווי די תורה רופט איהם אן ׳תועה אתה בה׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

תועבה, איז טייטש אומווערדיגט די בורא כל עלמוים און זיין הייליגע תורה, וואס איז כל יכול זעהט אלעס עד סוף הדורות ווייסט אויכעט וואס מיינט געפיל און רחמנית עטליסט אזוי גיט ווי דער אומווערדיגער רעפארמער קאטץ ! און זאגט אז א איד טאר נישט האבען געפילען צו א מאן וואס איז אומווערדיגט! מדארף דאס עקלען אזוי ווי פון צואה! ברעכאטס! און ווען מען זעהט איינעם עסן חזיר א איד, דארף א נארמאלער איד, עקלען זיך פון אזא פערשוין וואס ווייסט די רצון ה' און ער איז בוגד, אזוי דארף מען פילען און האלטען פון אזא איינעם וואס פאריפט זיך א משכב זכר'ניק! פונקט אזוי ווי א איד, זעהט א צווייטען איד מחלל שבת זיין, דארף מען זיך עקלען און איבלען פון אזא איינעם, וואס איז בוגד אויף חוקי תורה ס'נישטא דא רחמנות, ס'דא די בורא כל עולמים מיט זיינע חוקים ומשפטים, צו איך פארשטיי יא צו נישט! אוודאי 'רעד דא פון איינער וואס ווייסט די חוקי ד', איינער וואס איז א תינוק שנשבעו איז נעבאך א מחלל שבת, הלואי זאל מיר קענען אויפקלערען און איבעראנדערשען די תינקות שנשבעו, אבער ביי משכב זכר וואס יעדער ווייסט אז ס'נישט מאראליש, און נישט אויסגעהאלטען לויט די חוקי התורה, א ארטאדאקסישע איד וואס ווייזט פאר זיי רחמנית איז א בוגד און די חוקי תורה און איז א אפיקורס!
גיין צו די פאראדע פון די משחתים און זיך האלזען מיט אזענע פארשוינען מאכט ער א פראטעסט אקייגין די שכינה הק' מיט זיין הייליגע תורה! איינער וואס פארמעסט זיך צו טוען אזאנס איז א אפיקורס! וכל שכן מחזק זיין אדער פראקטיצערען אזעלכעס! און ווען מען דערוויסט זיך פון א משכב זכר'ניק דארף מען זיך עקעלען פון אזא איינעם און נישט איבערבעטען חס ושלום! ער איז דאך א בוגד און די דבר ד'! הישמע כזאת?
ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג ווען אזא פארשוין רופט זיך א רב? ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג ווען די קהלה חובבי תורה לאזט אריין אזעלעכע פארשוינען און זייערע אזויגעריפנע שילען? ווי זענען די עיני העדה? פארוואס הערט זיך נישט א קול מלחמה במחנה? ווער וועט זיך דא אננעמען פאר די כבוד השכינה הק'?
די תורה לערינט אונז אז ס'דא אפרצה פון עריות איז כביכול ושב מאחריך רחמנה ליצלן אז די השגחה פרטית לאזט זיך אף איין רגע! די פינסטערע בעלי משכב זכר ברענגען צרות אויף די וועלט ברענגען מחלות און אלע עונשים, ווי האט איר נישט רחמנית אויף אייערע נאנטע? איר ברענגט אן א צינאמי פון קרענק פאר אייערע פינסטערע מעשים!
רחמנית? אויף וועם אויף מענגלע וואס ברענגט טויט צו די בריאה? זענט איר משיגע? קאטץ פאדערט רחמנית אויף די פינסטערע פארשוינען וואס חזל לערנין אונז עריות בעולם אנרלמיסיא בא לעולם וואס דאס מיינט וויסען מיר נישט אבער דאס איז א מלאכי חבלה וואס שעדיגט יעדען מענטש!
לאמיר שרייען מנהמת הלב שייגעץ ארויס! לאמיר זיך טיילען פון אזענען רשעים אכזרים וואס זענען בוגד בד' און ברענגען צרות לעולם!
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: חם לבי בקרבי

שליחה דורך חוקר ודורש »

און לאמיר נאר צולייגען צו די ווערטער פון ימים ידברו, אז אין הכי נמי אויפן בעל גאווה וואס די פסוק זאגט אויף אים ״תועבת השם כל גבה לב״ דארף מען אויך האבן אן עקל, (עיין שם במלבי״ם אז מען רעדט נישט סתם פון איינער וואס האלט זיך כרטיס מיט זיך) אבער פארשטייט זיך אז א בעל גווה קומט ווייט נישט צו צום משכב זכר וואס איז עונש מיתה
שוב יום אחד לפני מיתתך
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

הרב ימים,אויב איך מעג פרעגן... לויט די תורה ה'ק מעג א מעג א מענטש זיין קראנק? און אויב ער איז נעבאך קראנק איז מען אים פארפליכטעט צו באוואשן ווי א סוטה?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

קאך לעפיל משכב זכר איז חטא און נישט קיין קרענק דריי מיר נישט און קאף דער דאקטער וואס זאגט משכב זכר איז א קרענק איז קראנק!
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: חם לבי בקרבי

שליחה דורך חוקר ודורש »

גלייבטס מיר אז איך האב ביטער רחמנות אויף די וואס ליידען אויף נטיות הפוכות, אבער אז די תורה לויט נישט איז נישט, און מיר דארפען שטיין שטארק על המשמר אויף דעם ווייל דאס מתיר זיין איז א פתח צו מתיר זיין אסאך זאכן מיט די זעלבע תורה אז ״דא איז אנדערש וכו׳״ אזוי ווי די קאנסארבאטיבע זאגן לגבי משכב זכר, און נאכדעם האסטו די ניו- קאנסארבאטיבע רבנים כדוגמת שלמה ריסקין און יששכר כ״ץ וואס זאגן נאכנישט מותר, אבער ריסקין זאגט אז אונס רחמנא פטריה, און כ״ץ זאגט Basically די זעלבע, דאס איז א שפיל מיט פייער, וואס מען דארף טוהן איז גיין צו א Professional therapist וכו׳ And to make the best out of it, Life isn’t perfect


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיין ידיד נפש, ס'איז ליידער א כראנאלאגישע קראנקהייט. די פראבלעם איז בלויז אז ווען עמיצער האט מיט די נערוון מאכט מען דערפון א שווייגעניש. אבער ווען עמיצער האט ליידער געפילן פארן זעלבן מין, מאכט מען דערפון ליידער א לאנגס און א ברייטס, און מ'זוכט אריינצושלעפן דאס גאנצע לאנד אינעם שמוץ געמויזכס.
בלויז אין מיליטער איז נאך פארהאן דאס געדאנק 'פרעג נישט און זאג נישט'.
אין אנדערע ווערטער א מענטש איז נעבאך קראנק אויף די דאזיגע קראנקהייט, זאל זיך באהאלטן אין א מויז לאך פאר בושה, גענוי ווי אזוי ער וואלט ווען געטאן ווען ער האט ווען א באבא אין קאפ.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אן אריינצוגיין אין הרב כץ'ס ספר הפנים, ביי מיר איז ברור כשמש אז יבוא היום און ערליכע ארטאדאקסישע רבנים וועלן מתיר זיין געי מעריעדזש צו א געוויסע עקסטענט.

געי איז נישט קיין נייע זאך, עס האט אייביג עקזיסטירט, מען האט עס פשוט באהאלטן אין די שאפע ולא נודע, לעצטנס קומען מער און מער מענטשן ארויס פון דארט, היינט איז עס פאר א חרדישע געי א געצווינגענע קאמבינאציע מיט אפפארן און דאס פארגרינגערט פאר ארטאדאקסישע רבנים זיך נישט צו דארפן ספראווען דערמיט.

איינמאל עס וועט דערגרייכן א געוויסע פראצענט וועלן זיי זיין געצווינגען צו שרייבן תשובות דערויף עס וועט זיין אוסרים און מתירים, ביז עט סאם פוינט וועלן בלויז צימערמאן שפיטיווקא ענד קא. שרייען.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חם לבי בקרבי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער פון די עצות פאר א מענטש וואס ליידט פון די פראבלעם, אז עס גלוסט זיך אים די זעלבע מין, איז צו שרייבען פוי! און שרייען קעגן דעם. עס איז בדוק ומנוסה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: חם לבי בקרבי

שליחה דורך מי אני »

דאס וואס ענק ״עקלען״ זיך האט, זעהט מיר אויס, נישט אזוי ווייט צו טוהן מיט די איסור תורה, ווי פשוט מיט ענקער/אונזער קאנסערוואטיווע אויפציאונג/געזעלשאפט. הגם ימים דערמאנט מחללי שבת, גלייב איך נישט אז ״ס׳עקלט״ ענק אזוי ווייט ווי די עבירה. זאת ועוד, ווי ערווענט, זענען זיי ל״ע געבוירן געווארן אזוי און, to some extent, קענען אפשר גערעכענט ווערן ווי א שטיקל אונס (נישט אז איך זאג ס׳איז דא א היתר ח״ו, בלויז די עצם געדאנק), אנדערש ווי ביי חילול שבת (כשאינם תינוקות שנשבו וכנ״ל). אין אנדערע ווערטער, זיין/זייער עצם כבוד האדם דארף [אפשר גאר ״טאר״] נישט פארמינערט ווערן וועגן דעם, וכדברי הרב כץ.

ועוד, ביי גאר אסאך פון זיי זענען זיי מערסטענס עובר אויף אביזרייהו (איך פארשטיי אז דאס איז אויך גאר הארב) און נישט אויף דעם עצם איסור דאורייתא (זעה אין בוך Closet within a Closet p. 90 אויף די נושא) וד״ל. און אויב נעמט מען אן ווי דעם רמב״ן איז דאס אויף וואס זיי זענען עובר, קריבה לעריות, א הרחקה דרבנן און נישט א דאורייתא (וואס לויט אים קומט אויך אויס אז דאס איז נישט נכלל אינ׳ם עשה ול״ת דאורייתא פון ועשית וגו׳ לא תסור ואכמ״ל) כהרמב״ם. וואס דעמאלטס דארף מען נישט לכאורה וועגן דעם אזוי שטארק ״מקיל זיין״ אז די וואכעדיגע סדרה׳ס לאו פון שנאת אחים און מצוה פון ואהבת לרעך גייען נישט אן וועגן דעם.


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:זענען זיי מערסטענס עובר אויף אביזרייהו (איך פארשטיי אז דאס איז אויך גאר הארב) און נישט אויף דעם עצם איסור דאורייתא (זעה אין בוך Closet within a Closet p. 90 אויף די נושא) וד״ל. און אויב נעמט מען אן ווי דעם רמב״ן איז דאס אויף וואס זיי זענען עובר, קריבה לעריות, א הרחקה דרבנן און נישט א דאורייתא (וואס לויט אים קומט אויך אויס אז דאס איז נישט נכלל אינ׳ם עשה ול״ת דאורייתא פון ועשית וגו׳ לא תסור ואכמ״ל) כהרמב״ם.

פון וועלכע אביזרייהו קריבה לעריות רעדט איר?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

און מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ימים ידברו האט געשריבן:און מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !

הייסט עס אז מ'טאר נישט אנרירן א מאן אלץ קריבה לעריות?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חם לבי בקרבי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו האט געשריבן:און מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !
עס איז דא וואס זענען מקפיד נישט איבערגעבן צו א מאן אין די הענט פאר די סבה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

בעצם מיטן שכל אנושי איז בכלל כל עניני אישות אן עקל און תועבה, נאר די נאטור און די געפילן פון א יאמען ביאינג מאכט אים די רייץ און די תאווה, און איינמאל עס האט מיט די נאטור איז פארהאן א נאטור וואס זאגט אים מה לי אשה מה לי איש, און בדרך הטבע פאר רוב מענטשען איז די נאטור גובר אויפן שכל אין די ענינים, אבער די באשעפער וואס קומט נישט בטרוניא עם בריותיו, האט מצוה געווען פאר א מאן צו חתונה האבן מיט א פרוי, און ער האט אריין געלייגט אין די טבע אז אויב די מאן איז זוכה צו באקומען פולע ליבשאפט פון זיין פרוי, ווערט די רעשט אין די ענינים אן עקל פארן מאן הן לגבי נשים אחרות וכ"ש לגבי אנשים, אויב אבער איז לא זכה, בלייבט ער מיטן נאטור פונעם בשר ודם, אויב אזוי מה לי אשה מה לי איש.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שושן פורים האט געשריבן: ערליכע ארטאדאקסישע רבנים וועלן מתיר זיין געי מעריעדזש צו א געוויסע עקסטענט.
...
איינמאל עס וועט דערגרייכן א געוויסע פראצענט וועלן זיי זיין געצווינגען צו שרייבן תשובות דערויף עס וועט זיין אוסרים און מתירים, ביז עט סאם פוינט וועלן בלויז צימערמאן שפיטיווקא ענד קא. שרייען.

ויאמר, און ער האט געזאגט!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט