בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:48 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=12281


איך ווייס נישט פארוואס מ'זאגט אז תשרי און ניסן זענען העווי חדשים אלס יום טוב.

קען זיין אמאל איז אזוי געווען, אבער בימינו אלה איז אסאך שווערער די חודש אייר. ג' אייר דארף מען אפקאכען מער ווי א גאנץ ניסן. ה' אייר איז געהעריג א סיריעס יום טוב ס'איז אפי' אנגענומען צו בארבעקיוען, נישט קיין גרינג ארבעט בכלל. פסח שני, נו ווייסט מען דאך שוין אז אין רוב קהילות פירט מען טיש אדער גאר א גאנצע סדר. ואחרון חביב ל"ג בעומר, וואס קומט שוין היינט מיט א ד' חלקי שו"ע בכל פרטיה, פארשטייט זיך אז אויפשטעלען א דריי שטאקיגע הדלקה איז פיל שווערער ווי צען סוכות.

יעצט גיי פארשטיי וואס גאט האט געוואלט ווען ער האט צוגעזאגט פאר די תורה אז שבת און יום טוב וועלען יודען האבן צייט צו לערנען, נאך דערצו אין ימי ספירה, ס'דאך פאר קבלת התורה. אז נישט איז נישט...

וואלווי: דו האסט פארגעסן איין וויכטיגע סעודה. וואס אנ"ש די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני פיהרן זיך צו פראווען. ברוב פאר והדר. דאס אויספאסטן מוצאי דעם יום המר והנמהר, ה' אייר, רח"ל מהאי דעתא...! מילא ווען דער זקן ממרא. דער מסית ומדיח. (האלאו. בהמות. שוטים שבעולם. עפרא לפומייכון) איז געפיי--- האטמען נאר געגעבן תיקון. א ביסל לקח און בראנפן. אוןן מ'האט געמאכט א רקידה'לע. אפילו אלטע אידן מיט ווייסע בערד. סיי אין לאנדאן. און סיי אין בני ברק. און אפשר אין קר"י און וויליאמסבורג אויכעט. אבער דער תענית פון ה' אייר איז זייער אן ערנסטער תענית. אונז ערליכע אידן מדקדקים בכלה כבחמורה האבן נאר אויסגעפאסט ביים ר"ת זמן. ממילא קומט זיך א גרויסע סעודה צום אויפאסטן...!

ס'וועט נאך קומען א צייט ווען מ'וועט אנטון בגדי שבת. און מאכן א גאנצן יום טוב...!


האבעך א שאלה פאר אייך. טאמער האב איך געפראוועט די ישראלישע אינדיפענדענס דעי ה' אייר באטאג, איז עס א תרתי דסתרי אויב איך פאסט אויס מיט'ן ציבור אויפדערנאכט אין גרויס ס'מעדרעש?

את"ל אז ס'איז א סתורה, טאמער אבער ס'האט מיר אנגעכאפט א הירהור תשובה אזוי בין השמשות איז דעמאלטס יא אויסגעהאלטן צו חינגא'נען נאכ'ן ר"ת מיט די סאקמורים?

איכא דאמרי אז סתמא כנ"ל איז נישט א תרתי דסתרי, אבער לאמיר זאגען אז נאך מנחה האט מיר אנגעכאפט א שטארקע תשוקה להיות עם חפשי בארצנו, וועט מען אין אזא פטל לכו"ע שוין נישט מעגען משתתף זיין מיט'ן אויספאסט?

למעשה, זאגען פיל פוסקים, אז בכל אופן איז נישט קיין תרתי דסתרי אין מ'קען יוצא זיין ידי שניהם. ווער ס'געדענקט גוט ווייסט אז די רבי ז"ל פלעג תמיד זאגען אז פאר מ'גייט קנאית'ן אויף א צוויטען דארף מען קודם זיין גרייט עם צו געבן צו עסען. אויב אזוי, קען מען לכאורה פראווענען ה'אייר, אין דערנאך באקומען צו עסען אין ראדני בכל אופן. ודין אהני להו כוחו של אותו זקן.

קמ"ל, ניבא וידע מה ניבא, קמ"ל

Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 1:27 pm
דורך קלוגע יודל
.בילד

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

got it on whatsapp

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 4:23 pm
דורך היסטאריקער
ווי נענטער עס ווערט צום יארצייט פון זקני הרה"ק ר׳ ישעי קערעסטירער זי"ע ווערן די הכנות גרעסער, טויזענטער יודן גרייטן זיך צו פארן צום ציון הק׳, איבעראל קאכן זיך די סעודות בשר ודגים וכל מטעמים לעשות רצוו צדיק לשובע ולא לרזון, מי כעמך ישראל.


אצינד וועל מיר טון נאך עפעס מהנהגותיו של אותו צדיק, שטייט אויף זיין מצבה "לא כעס על אדם מעולם" לאמיר פרובירן כאטש אין טאג פון יארצייט דאס נאכטון (לכאורה אסאך גרינגער און ביליגער ווי פארן צום ציון הק׳ אדער צושטעלן סעודות) וועט ער אוודאי מליץ יושר זיין פאר אינז אלע, זי"ע

Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 4:23 pm
דורך קלוגע יודל
א מין מעשה דאס, געפארן פון די אנדערע עק בארא פארק קיין Rio געז סטאנציע, זאגט מיר די כוח אז פון 1 אזייגער איז עס שוין מער נישט פרי.
אין די עדווערטייזמענט איז געשטאנען until supplies last, אבער איך האב געזעהן דענישעס, און די קאפי איז נישט געוועהן out of order ווי עס וואלט געדארפט זיין אויב די סאפלייעס וואלט אויס געלאפען

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 5:53 pm
דורך קאצקע ציקער
נו ער האט אריינגעברענגט א פרישע שיפמענטש צו פארקויפן!

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 5:59 pm
דורך מודה בטפל
א מין חוצפה
rps20190508_175750.jpg

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 12:41 am
דורך אישתישבי
היסטאריקער האט געשריבן:ווי נענטער עס ווערט צום יארצייט פון זקני הרה"ק ר׳ ישעי קערעסטירער זי"ע ווערן די הכנות גרעסער, טויזענטער יודן גרייטן זיך צו פארן צום ציון הק׳, איבעראל קאכן זיך די סעודות בשר ודגים וכל מטעמים לעשות רצוו צדיק לשובע ולא לרזון, מי כעמך ישראל.


אצינד וועל מיר טון נאך עפעס מהנהגותיו של אותו צדיק, שטייט אויף זיין מצבה "לא כעס על אדם מעולם" לאמיר פרובירן כאטש אין טאג פון יארצייט דאס נאכטון (לכאורה אסאך גרינגער און ביליגער ווי פארן צום ציון הק׳ אדער צושטעלן סעודות) וועט ער אוודאי מליץ יושר זיין פאר אינז אלע, זי"ע

טאמער איך קען זאגן אבער בייגן אדער לייגן פאר יעדער וואס מאכט מיר טראבעל, זאג איך אויך צו איך רעג מיר נישט לעולם.

Re: פרעסן טאג מיטוואך קדושים - לאקאלן, דעטאלן און זמנים

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 2:59 am
דורך לולקע באנוצער
יעצט געהערט פון איינער וואס אנשטאט קערעסטיר איז ער געפארן קיין מיאמי, מיטן טענה אז דארט קען מען זען די גויים זיך לייגן און בייגן, ואלו ואלו דברי וכו', דער עיקר אז אידן זאלן הנאה האבן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:29 am
דורך וואלווי
היסטאריקער האט געשריבן:ווי נענטער עס ווערט צום יארצייט פון זקני הרה"ק ר׳ ישעי קערעסטירער זי"ע ווערן די הכנות גרעסער, טויזענטער יודן גרייטן זיך צו פארן צום ציון הק׳, איבעראל קאכן זיך די סעודות בשר ודגים וכל מטעמים לעשות רצוו צדיק לשובע ולא לרזון, מי כעמך ישראל.


אצינד וועל מיר טון נאך עפעס מהנהגותיו של אותו צדיק, שטייט אויף זיין מצבה "לא כעס על אדם מעולם" לאמיר פרובירן כאטש אין טאג פון יארצייט דאס נאכטון (לכאורה אסאך גרינגער און ביליגער ווי פארן צום ציון הק׳ אדער צושטעלן סעודות) וועט ער אוודאי מליץ יושר זיין פאר אינז אלע, זי"ע


ביליגער דאס יא, אבער גרינגער? דאס איז נישט אזוי פשוט..

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:26 am
דורך זאפטיג
ת''ר כל האוכל בג' אייר כאילו התענה בד' וה' אייר

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:58 am
דורך אישתישבי
אישתישבי האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:ווי נענטער עס ווערט צום יארצייט פון זקני הרה"ק ר׳ ישעי קערעסטירער זי"ע ווערן די הכנות גרעסער, טויזענטער יודן גרייטן זיך צו פארן צום ציון הק׳, איבעראל קאכן זיך די סעודות בשר ודגים וכל מטעמים לעשות רצוו צדיק לשובע ולא לרזון, מי כעמך ישראל.


אצינד וועל מיר טון נאך עפעס מהנהגותיו של אותו צדיק, שטייט אויף זיין מצבה "לא כעס על אדם מעולם" לאמיר פרובירן כאטש אין טאג פון יארצייט דאס נאכטון (לכאורה אסאך גרינגער און ביליגער ווי פארן צום ציון הק׳ אדער צושטעלן סעודות) וועט ער אוודאי מליץ יושר זיין פאר אינז אלע, זי"ע

טאמער איך קען זאגן אבער בייגן אדער לייגן פאר יעדער וואס מאכט מיר טראבעל, זאג איך אויך צו איך רעג מיר נישט לעולם.


ער הערט נישט אויף פלאגאזירען

Check out @hasidic1’s Tweet: https://twitter.com/hasidic1/status/112 ... 75904?s=09

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 11:22 am
דורך אישתישבי
א נייע משוגעת

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 4:17 pm
דורך calculator
הרה"ק מקערעסטיר האט א גרויסע כח אין הימל, אז די אייגענטומער'ס פון די רעסטעראנטען וואס מאכן ליצנות פון אים, באקומען די שטראף אויפן פלאץ, אז זיי פארלירן טאקע געלט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:00 pm
דורך זאפטיג
ליצנות??

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב געזעהן ערגעץ אין א ספר אז מכח ספיקא דיומא זאלל מען האלטן ג' און ד' אייר. וכן אנו נוהגים. כ'האב היינט ביינאכט געמאכט א לחיים. אויסער פארשטייצעך נעכטן. משום ספיקא דיומא. און כ'האב שוין אינזין געהאט בחדא מחתא וועגן יום העצמאות פון ה' אייר אויכעט. נאך א מזל אז דער שארמאשער רב (דער ערשטער) איז נפטר געווארן אום ו' אייר...זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל...!

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 8:58 am
דורך זאפטיג