Re: בארא פארק פלאקערט!!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 6:52 pm
ביטערע נייעס קומט אן פון ארץ ישראל אז צוויי בחורים אין די צוואנציגער יארן האבן זיך ליידער גענומען דאס לעבן אין א דירה אין ירושלים.
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פאריגע וואך ווען די צוויי בחורים האבן ארויסגעדינגען א דירה אין ירושלים אויף ביז מוצאי שבת, נעכטן נאכט האט דער בעל הבית פרובירט צו קאנטאקטן די בחורים אן ערפאלג, נאך עטליכע אומדערפאלגרייכע טעלעפאן רופן איז דער בעל הבית פערזענליך אריבערגעגאנגען צום דירה טרעפנדיג די צוויי בחורים ליידער שוין נישט בין החיים.
די פאליציי אנקומענדיג צום דירה האבן פעסטגעשטעלט אז עס קוקט נישט אויס ווי קיין רויבעריי, נאר זיי האבן זיך ווארשיינליך גענומען דאס לעבן ליידער.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.