נשלח: מיטוואך יולי 24, 2019 6:54 pm
זייער אן אינטערסאנטע און אקטועלע טעמע.
צומאל איז עס ניטאמאל די שטוב מענטשן, נאר עפעס אן עסקנ'דל וואס לויפט ארום "אויפטוהן פאר אידישקייט"...
דערציילט מיר א איד וועלכער איז געווען א מקורב ביי עטליכע חשובע רבנים, אז צו זאמלען אונטערשריפטן פאר א קול קורא איז גאר א לייכטע זאך אויב מען קען זיך אביסל אויס אין דעם סיסטעם. אפגעזען פון די טעמע פון די קול קורא, ווי נאר דו האסט 1-2 חתימות, פארט עס שוין אויטאמאטיש.
פארהאן בלויז געציילטע רבנים וואס שרייבן נישט אונטער נאר אויב זיי זענען גרונטליך באהאוונט אין די נושא און האלטן אז די קול קורא אדרעסירט עס ריכטיג.
איך האב פערזענליך געקענט אן אלטער רב וואס פלעגט בשיטה נישט אונטערשרייבן. ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם נאכפאלגער, אבער ער איז געווען א רב נאך פון דערהיים. דער בלויזער פאקט אז זיין חתימה האט זעלטן פיגורירט, האט עס געמאכט א יקר המציאות. פלעגן זיך טאקע יאווען גאנץ אפט פארשידענע עסקנים וואס האבן געבעטן זיין אונטערשריפט, אבער ער פלעגט זיי אלע שיקן ווייטער.
איינמאל האט ער יא אונטערגעשריבן אבער געפאדערט צוצולייגן א קליינע זאץ. פארשטייט זיך אז מ'האט געדרוקט זיין חתימה אן די זאץ.
נו נו, האט ער טאקע מער קיינמאל נישט אונטערגעשריבן!