berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אין אמתן אריין די פשוטע סיבה פון אנטיסמיטיזם בכלליות איז ווייל אידן זענען בדרך כלל די רייכע און סוקסעספולע און זיי האלטן זיך אלע צוזאמען. און פאר א אינדרוסענדיגער, ספעציעל אויב איז ער א אומגעלערנטער מענטש קוקט עס אויס ווי די אידן קאנטראלירן אלעס און געוועלטיגן איבער אלעס און לאזן נישט אריין איינער וואס איז נישט קיין איד און געבן זיי נישט קיין שאנס רייך צו ווערן.
וואס מ׳דארף טוהן אז ס׳זאל נישט אזוי אויסקוקן פאר זיי ווייס איך נישט פונקטליך. צריך עיון.
די אידן האבן שוין פראבירט דעם מיטל פון אסימילירן זיך און אויסזעהן פונקט ווי דער גוי. נישט נאר אויסזעהן. נאר זייער אויפפיהרונג איז געווען נאך גוי'אישער ווי דער גוי. און ס'האט געהאלפן א מכה...!
אין די אלטמאדישע בייבל. די אלד טעסטאמענט, וועלכע איז לשיטתכם שיינע פאעטרי. אבער איז נישט געגעבן געווארן מסיני. שטייט אבער ארויס דער טעם און די סיבה פארוואס אין אמעריקע האט מען פיינט דעם איד אלס קאמוניסט. און אין (קאמוניסטישן) רוסלאנד רודפ'ט מען דעם איד אלס קאפיטאליסט און ספעקולאנט. און אין דייטשלאנד, וואו דער איד האט אויסגעקוקט פונקטליך ווי דער גוי, האבן זיי אויכעט פיינט געהאט דעם איד. און אין פוילן, וואו ס'איז נישט דא קיין מנין אידן, האבן זיי נאכאלץ פיינט דעם איד. דארט אין די אלד טעסטאמענט. שטייט זייער קלאר ארויסגעשריבן..."הן עם לבדד ישכון ובגויים לא יתחשב"...! ס'עט ענק גארנישט העלפן אידעלעך. עטץ מעגטס זיין קאמוניסטן אדער סאציאליסטן. עטץ זענטץ, און וועטץ פארבלייבן אידן לעולם ועד... קעיס קלאוזד...!
הרב שבת אחים. מיין שאלה צו דיר איז. ווען דו גייסט דיך אויפוועקן פון דיינע זיסע סאציאליסטישע חלומות...?! ווען דו וועסט שוין שטיין אין די ליין צוזאמען מיט די אנדערע אידעלעך...! און דיינע סאציאליסטישע פריינט וועללן זיך אפקערן פון דיר. און דיר אריינשמייכלען אין פנים אריין...!
די אידן האבן שוין פראבירט דעם מיטל פון אסימילירן זיך און אויסזעהן פונקט ווי דער גוי. נישט נאר אויסזעהן. נאר זייער אויפפיהרונג איז געווען נאך גוי'אישער ווי דער גוי. און ס'האט געהאלפן א מכה...!
איך האב געזאגט אז מ׳זאל זיך אסימילירן??? דו ליינסט בכלל וואס איך שרייב? דו הערסט בכלל וואס מ׳רעדט?
אין די אלטמאדישע בייבל. די אלד טעסטאמענט, וועלכע איז לשיטתכם שיינע פאעטרי
און וואו פונקטליך האב איך דאס געשריבן???
מ׳רעדט פון איין זאך און ער רעדט פון א צווייטע זאך? איך האב גערעדט דא פון אונזער אימעדזש ביי די גוי און וויאזוי מקען עס פארבעסערן.
ווי פאר א שווארץ יאהר קומט די בייבל דא אריין?אבער ווייסט וואס? אז מ׳רעדט שוין יא, וואס לאכסטו??? פארוואס זאל א פרייע איד נישט האלטן אזוי??? ערנסט גערעדט? איך מיט דו וואס האלטן אז די תורה איז מן השמים זענען נאר א קליינע מיעוט פון בערך צעהן פראצענט אידן וואס האלטן אז סאיז נישט פאעטרי. (און ווען די פרייע האבן ווען אזויפיל קינדער ווי די פרומע וואלטן די פרומע געוועהן אפשר 1 ביז 2 פראצענט פון די אידענטום).
דו ביסט א אמיש וואס לאכט פון יענעם אז ער פארט מעהר נישט מיטן פערד און וואגן...
פארוואס זאל א פרייע איד וואס האט נישט די ספעציעלע קאנעקשאן צו די תורה פון אלץ קליין קינד גלייבן אז יונה האט געלעבט אין א פיש פאר דריי טעג און א שלאנג האט גערעדט? ווען דו וואקסט אויף פריי און הערסט קיינמאל גארנישט פון די תורה ביז די דרייצן. וואלסטו מסתם אויך געזאגט אז ס׳איז פאעטרי.
ס׳איז דאך ממש שווער פארוואס א פרייע איד קען נישט גלייבן אין די פשוטע תורה?
הערשט פאריגע וואך האט זיך דאך דער ים געשפאלטן אין כינע און א עמוד ענן אין אלאסקא! וואס איז אזוי שווער צוגלייבן? סאיז דאך א נארמאלע ערשיינונג אז ס׳פאלט מן פון הימל. און יעדער וואס עסט עס פילט די טעם פון עסען וואס ער האט פונקט יעצט ליב!
בקיצור אלעס שטייט שוין אין תורה. וואו פונקטליך שטייט וועגן אנטיביוטיקס? נא די רמב״ם איז געוועהן אסאך קלוגער ווי די גרעסטע חכמים היינט. און איינשטיין האט דאך אויך געגעלייבט. והא ראי׳ ער פלעגט יעדן טאג לייגן תפילין און ער פלעגט האלטן שבת... ער רעדט מיט זיינע געפילן גארנישט מיט קיין פאקטן! גארנישט מיט די מציאות! גארנישט מיטן אמת! א בארג פון געפילן אנגעפילט מיט אלטמאדישע שקרים...
פארוואס לאכסט נישט פון די מענטשען וואס גלייבן נישט אז די פיש האבן גערעדט אינמיטן שאלישידעס אין סקווירא???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius