בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:55 am
דורך שמעון וואלף
גראף האט געשריבן:למעשה טאמער איז איינער נעבעך אין א מצב וואס ער האט טאקע נישט און אפשר מוטשעט ער זיך מיט פרנסה אדער איז נישט געזינט ח''ו וכו' און נישט ווייל די קאנטרי מיט ל''ג בעומר טיקעט און כא אדר איז וויכטיגער דעמאלסט האט ער א טענה אדערווייז גיי אריבער און מאך א דיעל. דו פארלאנגסט נישט פון רז''ל ער זאל אויסצאלען דיין גראסערי ביל.
#מעןקעןנישטאזויפירןדימוסדות

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וואספארא טענה האט ער? נישטא קיין תירוץ אויף זיך נישט אראפזעצן און פארהאנדלן מיט די מוסד. איינער וואס קען באמת נישט באצאלן, בין איך זיכער אז די מוסד לאזט נאך פון די שכ"ל, אבער מ'מוז זיך וויסענדיג מאכן.

Re: גארדס ביי מוסדות ויואל משה סאטמאר אין קר"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:06 am
דורך גראף
שמעון וואלף האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:למעשה טאמער איז איינער נעבעך אין א מצב וואס ער האט טאקע נישט און אפשר מוטשעט ער זיך מיט פרנסה אדער איז נישט געזינט ח''ו וכו' און נישט ווייל די קאנטרי מיט ל''ג בעומר טיקעט און כא אדר איז וויכטיגער דעמאלסט האט ער א טענה אדערווייז גיי אריבער און מאך א דיעל. דו פארלאנגסט נישט פון רז''ל ער זאל אויסצאלען דיין גראסערי ביל.
#מעןקעןנישטאזויפירןדימוסדות

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וואספארא טענה האט ער? נישטא קיין תירוץ אויף זיך נישט אראפזעצן און פארהאנדלן מיט די מוסד. איינער וואס קען באמת נישט באצאלן, בין איך זיכער אז די מוסד לאזט נאך פון די שכ"ל, אבער מ'מוז זיך וויסענדיג מאכן.
א טענה מיינעך מיט האבן טענות אויף רז''ל פארוואס מען האט נישט רחמנות אויף עם - אויב מען האט טאקע נישט רחמנות. למעשה שטעל איך מיר פאר אז זיי זענען רחמנים בני רחמנים. און אויב האט ער נישט ממש אפילו א דאלער פאר די גראסערי , ווייל ער האט טאקע נישט איז דאך נישט שייך א דיעל.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:10 pm
דורך calculator
שושן פורים האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:וואס איך האלט אין דעם ענין איז אזוי, עס איז דייקא יא נוגע וויייל עס איז א סאטמארא מוסד, די סאטמוירים פארקויפן אלץ אז סאטמאר רב וואס ער האט געטוען און מייסד געווען איז געווען בלויז מיט איין ציל אויפצוטוען פאר אידישקייט מיט מסירות נפש (פארשטייט זיך לויט זיין מהלך אין אידשקייט), נישט קיין חילוק וויפיל חובות עס וועט אים ברענגען, אבי מען קען מפרסם זיין אידישקייט, נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן אז מען דארף נישט צאלן שכר לימוד, נאר זיין מטרה איז געווען ביי אים וויכטיגער פון געלט, ער האט עס נישט מייסד געווען ווי א גראסערי, וואס די מוכר ברענגט עסן און די לוקח באצאלט, און אויב די לוקח באצאלט נישט פארקויפט ער אים נישט, ווייל ווי קען ער סארווייווען אן געלט, און אפילו נישט ווי א גראסערי וואס זיכט נישט צו מאכן קיין געלט אבער דערלייגן וויל עס זיכער נישט, סאטמאר רב איז נישט געקומען צו שטעלן א סערוויס פארן עולם פון מוסדות, נאר בלויז להגדיל תורה, כידוע פאר אלע סאטמוירים מעשות נאך מעשות (האלב אמת האלב ליגענט) עכ"פ שטעלן גארדס ביי די טיר און נישט אריין לאזען קינדער וואזט אז די מוסדות איז נישט דא היינט פאר די כוונה.

עס זענען געווען אידן וואס האבן געבראכן אייז פאר א טבילת עזרא.

עס זענען געווען אידן, כאטשיג איינער פון וועמען מען ווייסט, וואס זענען געליגן אויפן דאך צו הערן א שיעור פון שמעיה ואבטליון.

עס זענען געווען אידן וואס האבן געהונגערט אבי נישט צו עסן קיין נישט כשר'ס, אפילו ע"פ דין וואלטן זיי געמעגט.

און עס זענען געווען אידן וואס האבן געעפנט מוסדות און אנגענומען יעדעם אפילו אומבאצאלט.

באדעם ליין, עס איז אייביג געווען אידן וואס זענען געווען בעלי מסירות נפש, לכאורה היינט איז אויך דא אזוינע, אז איינער האט א נטיה צו ארבעטן אזוי און ער עפנט מוסדות פאר אומזינסט, אשרי לו ואשרי חלקו ושכרו הרבה מאוד.

מען קען אבער נישט האבן קיין טענות אויב איינער טוט נישט אזוי אפילו זיין רבי, זיידע, פעטער, האט יא אזוי געטאן.

אמת, דאס איז זייער גוט אין אנדערע פלעצער, וואס די רבי אליינס איז עפעס, אבער ביי זלמן לייב'ס פארטיי, איז די יסוד וואס זיין עולם דארף אים, איז נאר ווייל ער האלט אן די וועגן פון רבי זי"ע, און רבי זי"ע, און נאך אמאל רבי זי"ע אפילו אסאך זאכן מאכען נישט קיין סענס, כדמרגלא בפימיהם נישט משנה זיין א זיז כל שהוא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:19 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מענין לבנין באותו קנין: כ'האב פונקט געטראכט אז אין סאטמאר היינט צו טאגס געפינען זיך פיל הייסע חסידים וואס זענען אפשטאמיגע פון גאר אנדערע און פרעמדע חסידות'ן, און אפילו פון די חסידות וואס אינדערהיים זענען געווען מתנגדים צו סיגוט -סאטמאר, ווייל פשוט זיי האבן נישט געקענט שיקען בימים ההם אין זייערע מוסדות פון זייערע חסידות צוליב מאנגל אין געלט, אין זענען ארויסגעשיקט געווארן פון די מוסדות [!!!!] - אבער סאטמאר האט יעדעם אנגענומען !!!
איך קען פערזענליך 5 אזעלכע משפחות...

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 4:23 pm
דורך שושן פורים
אינטערעסאנט צו איינער דא איז באקאנט מיט די שכ"ל סיסטעם אין די נישט חסידישע מוסדות, דארט בעהט מען טבין ותקילין פאר שכר לימוד, און יא, אין אסאך מוסדות איז פארהאן א פאנד ארויסצוהעלפן בני עניים מיט די קאסטן.

אבער כדי צו קענען בענעפיטן פון דעם פאנד, מוז מען באמת אויפווייזן אז איר זענט א נצרך, וויינען און שפילן עמאציעס ביים אדמיניסטראטאר העלפט נישט. מען מוז ברענגען די טעקס ריטוירנס, באנק סטעיטמענטס, וועלכע קאר מען דרייווט, ווי און ווען מען פארט אויף וואקאציע, וכדומה. אויב כאפט מען איינעם ביי א ליגנט איז ער שולדיג די גאנצע געלט למפרע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 4:32 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
שושן פורים האט געשריבן:אינטערעסאנט צו איינער דא איז באקאנט מיט די שכ"ל סיסטעם אין די נישט חסידישע מוסדות, דארט בעהט מען טבין ותקילין פאר שכר לימוד, און יא, אין אסאך מוסדות איז פארהאן א פאנד ארויסצוהעלפן בני עניים מיט די קאסטן.

אבער כדי צו קענען בענעפיטן פון דעם פאנד, מוז מען באמת אויפווייזן אז איר זענט א נצרך, וויינען און שפילן עמאציעס ביים אדמיניסטראטאר העלפט נישט. מען מוז ברענגען די טעקס ריטוירנס, באנק סטעיטמענטס, וועלכע קאר מען דרייווט, ווי און ווען מען פארט אויף וואקאציע, וכדומה. אויב כאפט מען איינעם ביי א ליגנט איז ער שולדיג די גאנצע געלט למפרע.

די פראבלעם ביי אונזערע מוסדות איז אז די וואס לעיבן א שפענדערישע לייף-סטייל - זיי וויינען ביים אדמיניסטרעיטער, און צאלן צאלט דער איד וואס וואטשט אויף יעדע דאלער און ער צאלט שכ"ל ערליך ווי א טאטעלע

נשלח: מוצ"ש יולי 06, 2019 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:

האסט אראפגעלייגט א כלל אנע דעקונג, קען טאקע זיין אז עס זענען פארהאן עטליכע אנזעצערס וואס האלטן נישט ביים צאלן און פארן צו ר' שמעונ'ען, אבער ס'רוב מענטשן וואס צאלן נישט זענען די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן און שפירן שלעכט אויף די איבערגעטריבענע שכר לימוד פרייזן.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2019 7:06 pm
דורך גדליה
דער אמת איז אז אונזערע שכ"ל פרייזן זענען בכלל נישט איבערגעטריבען נאר ס'איז זייער ווינציג.
אין יעדע פריוואטע סקול וואלסטו געצאלט צען מאל אזויפיל. זע דא למשל:
https://www.privateschoolreview.com/tui ... s/new-york

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 8:15 am
דורך [NAMELESS]
אין יעדע פריוואטע סקול לערנט מען אויס פיל מער זאכן פאר די קינדער.

און... ווער שיקט אין פריוואטע סקולס? די עשירים, סאו וואס זאגסטו דא?