וואס איז דער פראבלעם פון זאגן די ווארט: ניגער.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
אינטערעסאנט ווייל איך האב שין געהערט אין מיין שול אין דער קאווע שטיבל (דער אמת'ער דארט וואו מ'טרונקט קאווע) ווי מ'רופט יעקעס נאציס און איינער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף א יעקע אז ווען מ'האט מיט זיי צו טון קען מען אביסל פארשטיין היטלער. אויף אן אנדערע פאל ווען מ'האט אמאל בארעדט א געמיינער קארגער חזיר האט זיך איינער אויסגעדרוקט "א ריל דז'ו". און וויפיל מאל האב איך שוין געהערט שמות גנאי אויף ארץ ישראל'דיגע. איז לויט דיר זאל דער וועלט אזוי רעדן ווייל מ'קען עס אויך הערן ביי אידן?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'איז זייער א נארמאלע זאך אז א מענטש זאל ענדשויען צו טרייבן לצנות פון זיך אבער ווערן באליידיגט ווען א פרעמדער זאגט די זעלבע זאך, פארוואס דאס איז אזוי וועל איך לאזן פאר פרויד, אבער אזוי איז עס, און דאס אז זיי רופן זיך אליינס ניגער איז נישט קיין תירוץ. טראכט אריין, דו אליינס האסט נאכקיינמאל נישט געמאכט א גוטע דשאוק אויף א אידישע סטיריאוטיפ? מיינט דאס אז דו וואלסט נישט געווארן באליידיגט ווען א גוי זאגט עס דיר? בכלל נישט!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: וואס איז דער פראבלעם פון זאגן די ווארט: ניגער.
אויב פארשטייט מען פארוואס מ׳דארף נישט צו זאגן די פ׳ ווארט [וואס האט א שייכות מיט׳ן מיטעלסטען פינגער] (אפילו בינו לעצמו), איז א כ״ש וק״ו בן בנו של ק״ו אז מ׳דארף נישט און מ׳טאר נישט זאגן די נ׳ ווארט וואס רירט שוין אן אין כבוד האדם, וכדברי וואלווי.
(ואל תשיבני פון די גמרא אין שבת לג. אז דער עיקר פראבלעם איז מכח דאס ווייל די פ׳ ווארט מיינט זנות, ווייל די אלגעמיינע אפטייטש פון די קאנטעקסט וואו מ׳ניצט עס מיינט מען נישט דאס, ועיין באקספארד ענגליש דיקשינערי וואס גיבט ״צוויי״ אפטייטשן צו דאס ווארט. איך פארשטיי אז די עטימילאגיע פון אפילו דאס צווייטע אפטייטש שטאמט מכח דעם אז ס׳מיינט זנות, אבער ס׳האט זיך פארט עוואלווט און מיינט נישט דאס אינ׳ם אלגעמיינע קאנטעקסט ווען מ׳ניצט עס אין כעס, וממילא גלייב איך נישט אז דאס איז נכלל אין וואס די גמרא מיינט.)
(ואל תשיבני פון די גמרא אין שבת לג. אז דער עיקר פראבלעם איז מכח דאס ווייל די פ׳ ווארט מיינט זנות, ווייל די אלגעמיינע אפטייטש פון די קאנטעקסט וואו מ׳ניצט עס מיינט מען נישט דאס, ועיין באקספארד ענגליש דיקשינערי וואס גיבט ״צוויי״ אפטייטשן צו דאס ווארט. איך פארשטיי אז די עטימילאגיע פון אפילו דאס צווייטע אפטייטש שטאמט מכח דעם אז ס׳מיינט זנות, אבער ס׳האט זיך פארט עוואלווט און מיינט נישט דאס אינ׳ם אלגעמיינע קאנטעקסט ווען מ׳ניצט עס אין כעס, וממילא גלייב איך נישט אז דאס איז נכלל אין וואס די גמרא מיינט.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:ואל תשיבני פון די גמרא אין שבת לג. אז דער עיקר פראבלעם איז מכח דאס ווייל די פ׳ ווארט מיינט זנות, ווייל די אלגעמיינע אפטייטש פון די קאנטעקסט וואו מ׳ניצט עס מיינט מען נישט דאס, ועיין באקספארד ענגליש דיקשינערי וואס גיבט ״צוויי״ אפטייטשן צו דאס ווארט. איך פארשטיי אז די עטימילאגיע פון אפילו דאס צווייטע אפטייטש שטאמט מכח דעם אז ס׳מיינט זנות, אבער ס׳האט זיך פארט עוואלווט און מיינט נישט דאס אינ׳ם אלגעמיינע קאנטעקסט ווען מ׳ניצט עס אין כעס, וממילא גלייב איך נישט אז דאס איז נכלל אין וואס די גמרא מיינט.
וז"ל של הטו"ז ביו"ד סימן קכד ס"ק א:
והוא ע"פ שמצינו לשון כזה בפ"ק דכתובות כל המנבל את פיו ומוציא דבר נבלה מפיו אפי' אם נגזר עליו כו'. נראה פירושו דבא למעט שלפעמים מדבר ניבול פה בלא כיוון להרע ע"כ הזכיר בכפל לשון שמוציא דבר נבלה מפיו בכוונה וברצון.