בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:58 pm
דורך קורקלענד
ר' משה עלעפאנט האט מיר געזאגט אז בנוגע די שאלה פון שטעכן איז חלב ישראל מעגלעך א ערנסטע שאלה, און חלב עכו''ם איז נישט אפעקטירט פון די חשש. איך האב עס נישט אדורך געטוהן, דעריבער האב איך נישט קיין צד. אבער אזויפיל יא, ס'איז דא אטליעסט איין ת''ח וואס האלט אז חלב עכו''ם איז (מעגלעך) א הידור איבער חלב סתם.
איך געדענק נישט מיט א קלארקייט, אבער באופן כללי האט ער עס מגדיר געווען. אז שטעכן די קיען ארויסצונעמען זייער גאז פון די געדערים איז א זאך וואס מ'דארף נישט טוהן אויף רוב קיען. נאר אויף קיין וואס עסן פראסעסט עסן, און עפ''ר זענען קיען וואס ווערן געהאדעוועט נעבן גרויסע שטעט אסאך מער אפעקטירט. קומט אויס אז די חלב ישראל דעמאגראפיקס זענען די רוב יא אפעקטירט מיט א לאך און די געדערים, וויבאלד רוב חלב ישראל קומען פון אזעלכע קיען. איך בין נישט זיכער אז איך האב איהם קלאר פארשטאנען, און אויך האט ער געזאגט אז מ'קען אסאך רעדן דערוועגן און ס'איז א ברייטע נושא.
צומאל אינעם יו''ט סעזאן קום איך איהם אקעגן, אפשר היי יאר וועל איך איהם מער אויספרעגן....
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:01 pm
דורך קורקלענד
קאלטגעבראטן האט געשריבן:לגבי חלב סתם, האט מיר א OU רב געזאגט אמאל אז לגבי מילכיג איז נישט במציאות צו פארלאנגען פון די גויאשע קאמפעניס מחמיר צו זיין, ממילא מוז מען זיך פארלאזן אויף חלב סתם, (אויב געדענק איך גיט האט ער מיר געזאגט אז כמעט קיין איין OU רב ניצט נישט פאר זיך קיין חלב סתם)
עס זענען אויך דא חילוקי דעות אויף כשר'ן
Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
ס'איז א פאזיציע וואס איז זייער זייער זייער שווער פאר זיי צו טוישן. אבער אויב וואלט עס געווען זייער פאזיציע לכתחילה וואלט מן הסתם היינט געווען פיל מער חלב ישראל צו באקומען.
ר' משה האט געוואלט מלמד זכות זיין אויף אידן וואס האבן נישט געהאט די אחריות פון חלב ישראל, למעשה ליידן מיר אלע היינט פון זיין היתר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:02 pm
דורך ברוך שפינוזה
;
Re: הכשר oh
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:04 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@קורקלענד דו שרייבסט
"די חלב עכו''ם פאזיציע פון אוי''יו איז לכאורה די עיקר חורבן פארוואס זיי זענען אראפגעקוקט ביי חסידים. ווען נישט דעם וואלט מען זיי אנגעקוקט אינגאנצן אנדערש"
כ'ווייס נישט פינקטלעך פון וועלעכע חסידים דו רעדסט, ווייל רוב פון די חסידים וואס איך קען קוקן בכלל נישט אראפ אויף אוי יו, פארקערט זיי זענען גאר שטארק מחשיב די הכשר, אדרבה פאר ארום אין מאנהעטן צו סיי וואו אין די ברייטע אמעריקע, וועסטו זעהן אז דער חסידישער עולם פארלאזט זיך שוין איינמאל אויף אוי יו, די רעסטוראנטן זענען פיהל מיט היימישע חרדישע חסידישע אידן. אין די פליישיגע אידאך אפגערעדט נאר אפילו אין די מיליכיגע אויך. ווייטער פראדוקטן וואס פארמאגן נאר אן אוי יו עסט מען אין גרויסן, צו ס'איז געטראנקן צו ס'איז געפאקטע עסן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:07 pm
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:די זאגסט התאחדות האט קולות, וואס מיינסטו צו זאגן? קולות וואלט געמיינט, אז א זאך איז לכאורה אסור, ווייל אזוי קומט אויס פין שו"ע, מאכט מען א חשבון אז מען קען מקיל זיין קעגן שו"ע. אדער א זאך וואס שטייט נישט אין שולחן ערוך, נאר פריעדיגע פוסקים נעמען אהן גדרים וואס קומט אויס לאיסור, און מען איז מקיל מיט חשבונות. איז דא אזעלכע קולות פין התאחדות?
איך זיך נישט אריינצוגיין אין די התאחדות געשעפט באופן פרטי, פרעגט זיך גוט אויס ביי די יודע ספר וואס מאכן מיט זיי געשעפטן. זיי זענען זייער מחמיר (אפיציעל) אויף פובליק חומרות א שטייגער ווי די טעמפראטור פון כשרן וכו', אבער ווען ס'קומט צו שטילע פראבלעמען איז א אנדערע וועלט. איך רעד איידער זיי קוקן אויף די נומערן, ווי א גרויסע אקאונט ס'איז און ווי גרויס די טשעק איז.....
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:10 pm
דורך קורקלענד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@קורקלענד דו שרייבסט
"די חלב עכו''ם פאזיציע פון אוי''יו איז לכאורה די עיקר חורבן פארוואס זיי זענען אראפגעקוקט ביי חסידים. ווען נישט דעם וואלט מען זיי אנגעקוקט אינגאנצן אנדערש"
כ'ווייס נישט פינקטלעך פון וועלעכע חסידים דו רעדסט, ווייל רוב פון די חסידים וואס איך קען קוקן בכלל נישט אראפ אויף אוי יו, פארקערט זיי זענען גאר שטארק מחשיב די הכשר, אדרבה פאר ארום אין מאנהעטן צו סיי וואו אין די ברייטע אמעריקע, וועסטו זעהן אז דער חסידישער עולם פארלאזט זיך שוין איינמאל אויף אוי יו, די רעסטוראנטן זענען פיהל מיט היימישע חרדישע חסידישע אידן. אין די פליישיגע אידאך אפגערעדט נאר אפילו אין די מיליכיגע אויך. ווייטער פראדוקטן וואס פארמאגן נאר אן אוי יו עסט מען אין גרויסן, צו ס'איז געטראנקן צו ס'איז געפאקטע עסן.
נעקסטע מאל גייסט אין יענער רעסטאראן פרעגט נאר די יושבי קרנות דארט צו זיי עסן אוי''יו וועלן זיי זאגן אז זיי האבן פערזענליך געפרעגט די קעכער און ס'איז אלעס נאר 'מיעל מאַרט' פלייש, אויף וואס די רבי זכיתו יגן עלינו האט בשעתן געגעבן זיין בלעססינג, אפגעזען צו ס'איז כשר אדער טריפה.....
אין אמת'ן האב איך זיך נישט באצויגן צו יענע קליענטעל, א גרויס חלק פון זיי עסן אויך אוי''יו די 'אויפן וועג' אבער דארט וועט איר זיי ניטאמאל זעהן...
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:26 pm
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:דער דברי חיים האלט נישט עס איז פסול, קלז"ב רב טענה'ט אז לויט דער ד"ח איז עס קטפרס. און אפילו לויט סאטמאר ניצט מען עס נאר לחומרא, נישט פאר דער עיקר בור.
איך האב געלערנט דער תשובה אין ד''ח דרייצן יאר צוריק, איך געדענק אז ער האט עס גע'אסר'ט 'פוינט בּלענק'. אויב איינער קען עס ארויפברענגען אדרבה, איך האב נישט קיין צוטריט צו א שו''ת ד''ח היינט צוטאגס.
Re: הכשר oh
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קענסט טרעפן א ד"ח אויף היברובוקס
דא און
דאאיך האב נישט קיין איין חבר וואס עסט חלב סתם, עס איז ווייניג אנגענומען ביי די ישיבישע עולם. און דאס האט גארנישט מיט די קרעדיביליטי פון דער או.יו.. יעדער זאך וואס שטייט oud עסט מען נישט. איך זעי נישט אז די מילך איז די נושא.
טאמער אבער קומט מען מיט א ׳מסורה׳ אז כשרות איז מען מחמיר און שבת איז מען מקיל, און די ליטווישעש מסורה איז פארקערט, איז נישט דא וואס צו מאכען. טאמער מ׳איז דא גענוג אויפגעקלערט, קען מען דן זיין הצדק עם מי.
רעסטאראנטען איז לכאורה אן אנדערען ענין. דער או. יו. איז זייער שטארק מחמיר דארט, מיט משגיחים תמידיים אסאך מער ווי אנדערע. דעריבער איז דא א סבה צו עסן אין א רעסטאראנט פון או.יו. בעסער ווי ר׳ עמרם ראטה למשל. נאר די ווערים איז א פראבלעם, ווייל זיי קויפען דאך זייער פראדוקטן. אבער אי משום ווערים, איז התאחדות אויך א פראבלעם, ווייל זייער הכשר שטייט אויף ׳פרדס׳ פראדוקטן, וואס איז דער איינציגסטע וואס ברענגט פון טשיינע, נאך דעם וואס אלע קאמפאניס האבען זיך געלערנט נישט צו ברענגן אזעלכע זאכען פון טשיינע. און פרדס האט זיך שוין אפגעבריט, ולית דחש ליה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk