בלאט 2 פון 2

Re: הארצרייסנד: "דאס איז א טראגעדיע פון טיטאניק פראפארציע"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין איך ווער פארקראכען מיט יעדער תגובה מיינער.

אוודאי דארף מען קענען א בעיסיק ענגליש, בעיסיק רעכענען און בעיסיק לעבן אין דער וועלט. בעיסיק מיינט נישט אז מ׳האט נישט קיין אקצענט (גראדע, האב איך אויך אן אקצענט, אבער איך פארקריך). עס מיינט אז מווערט נישט נערוועז ווען דער וועכטער ביים גרעניץ פרעגט ׳אינגעל צו מיידעל׳ און מ׳דארף קלינגען די מאמע.

אבער ענגליש גלויב איך נישט מ׳קען לערנען אין סקול, ווי תורה ונדע האלט אינאיין שרייבען. דאס דארף קומען פון שטוב.

דער פתיחת האשכול איז אז מ׳קען נישט שרייבען קיין essay. דאס קען מען נישט אין ארחות חיים אין לעיקוואד, נאר מיט אן ערנסטע לימודי חול. און קטלא קניא׳ס פלאן פון א חדר וואס אלס אין די העכסטע אופן שייך גייט נישט ווערן. פינטעל.

ענקערע פלענער פון פשוט׳ע ליינען און רעכענען איז נישט זייער פלענער, און מ׳דארף קלאר פונאנדערטיילען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:41 pm
דורך גדליה
גראדע שרייבען א עסיי איז א סקיל וואס מ׳קען אויסלערנען אין עני שפראך
מ׳קען לערנען מיט קינדער ווי אזוי צו שרייבען א מעשה פין א צדיק
מ׳קען הייסען בחורים אפשרייבען א סיכום פין גמרא, און אויסלערנען א אנהויב אין א ענדע

Re: הארצרייסנד: "דאס איז א טראגעדיע פון טיטאניק פראפארציע"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גדליה האט געשריבן:גראדע שרייבען א עסיי איז א סקיל וואס מ׳קען אויסלערנען אין עני שפראך
מ׳קען לערנען מיט קינדער ווי אזוי צו שרייבען א מעשה פין א צדיק
מ׳קען הייסען בחורים אפשרייבען א סיכום פין גמרא, און אויסלערנען א אנהויב אין א ענדע
הלוואי ווען מ׳טוט עס אויף גמרא אדער א אידישע ענין. עס וואלט נישט געווען קיין ׳פרצה׳ און עס וואלט צוגעגעבען. א ראש ישיבה איידער ער האט גע׳עפענט א ישיבה קטנה האט מיר געזאגט ערפלאנט דאס איינצופיהרען. איך גלויב נישט ער האט מצליח געווען, איך מוז איהם פרעגן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:35 pm
דורך calculator
די זאך איז, אז די אלע לימודי חול וואס איך האלט אז מען דארף לערנען (ענגליש אריטמעטיק, קאמפיוטערס), האט נישט צוטוען צו די רעגירונג פארלאנגט עס אדער נישט, מען דארף עס לערנען ווייל מען דארף עס לערנען.

למעשה, איז די רעגירונג די וואס אינפארסירן עס, ווען נישט זיי וואלטן אינזערער מוסדות קיינמאל עס נישט צו געשטעלט(ווייל.........................). דערפאר איז א גרויסע פראבלעם, וויבאלד די רעגורונג איז דאך א ליבעראלע רעגירונג, איז ווער ווייסט מה יולד יום, וואס זיי קענען נאך פארלאנגן, און אויב עס איז טאקע אמת וואס די סאקריקים שרייען איבער דעם קאממען קאור, איז דאך טאקע א פראבלעם.

איז נישט לערנען איז א פראבלעם, און יא לערנען וויאזוי די רעגירונג הייסט, איז דאך ווייטער נישט גוט.

איז עס א בחינה ווי "אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי".

Re: הארצרייסנד: "דאס איז א טראגעדיע פון טיטאניק פראפארציע"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:03 am
דורך אונטער חכם
צוריק צום בריוו פון פותח האשכול. אין וועלכע געגנט איז נישטא קיין איין חסידישע תלמוד תורה וואס שטעלט צו ענגליש גענוג אז א קינד זאל קענען נארמאל ליינען ענגליש, חוץ אויב ער וואוינט אין קרית יואל.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:14 am
דורך קטלא קניא
Flohr.JPG

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:19 pm
דורך הדסים
אונטער חכם האט געשריבן:צוריק צום בריוו פון פותח האשכול. אין וועלכע געגנט איז נישטא קיין איין חסידישע תלמוד תורה וואס שטעלט צו ענגליש גענוג אז א קינד זאל קענען נארמאל ליינען ענגליש, חוץ אויב ער וואוינט אין קרית יואל.


אין וועלכע געגנט איז דא א חסידישע תלמוד תורה וואס שטעלט צו א הויכע קוואליטעט אידיש...?

למעשה'דיג גערעדט, איך האב גארנישט פון דעם אז ס'איז דא עפעס א חדר. אויב שיק איך צו יענע חדר וועל איך האבן א פראבלעם מיט געוואוסע קהילה פירער, א פראבלעם ביי שידוכים, און נאך.

איך דארף א גוטע חינוך אין מיין חדר.