בלאט 2 פון 10

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:14 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:מקור?

lmgtfy.com/?q=samsung+sue+apple+lte

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:24 pm
דורך העי נאו
שמעקעדיג האט געשריבן:מקור?

http://www.koreatimes.co.kr/www/news/te ... 18544.html

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:05 pm
דורך העי נאו
איך קען קוים ווארטן אז די עפל פענס זאלן פילען וואס איך האב געפילט ווען עפל האט אפגעהאלטן פאר צוויי חדשים מיין HTC EVO 4G LTE :twisted:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:06 pm
דורך געפילטע פיש
בילד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:00 pm
דורך פיקציע
פיטעקס אויף פעיסבוק האט פארגאנגענעם פרייטאג פובליצירט דאס בילד, מיטן בילדאינטערשריפט:
Don't you wonder where Blackberry is?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:39 am
דורך טעלעפאן
יאנקל האט געשריבן:דער נייער אייפאון ווערט ערווארטעט היינט אויפגעדעקט צו ווערן. אנאליסטן זאגן פאר אז עפל דארף ברענגען ערנסטע חידושים כדי זיך צו קענען ווייטער האלטן ווי דער פירער אין דעם מארקעט. דער אמת איז אז זינט טים קוק האט איבערגענומען די פירערשאפט פון סטיוו דזשאבס זענען נישט געווען קיין גרויסע חידושים ביי עפל, חוץ אויב אייפעד׳ס רעטינא דיספלעי איז פאר אייך א געוואלדיגער חידוש.


לכאורה קומט נישט קיין געוואלדיגע חידושים. לאמיר עס צולייגן אזוי; וואס זיי גייען אננאונסן איז נאר פרישע הארדווער. ווי גוט עס זאל נישט זיין ברענגט עס נישט צו פרישע חלקים וויצב״ש דאס אז סעמסאנג גאלאקסי עס3 קען מען צוריקטעקסטן בשעת מען וואטשט א ווידיאו וכדו׳ וואס דאס האט מיט די os און דאס האט שוין עפל אננאונסד עטליכע חדשים צוריק אלץ ios6. וואס קענען זיי מחדש זיין היינט?

איך בין זייער נייגעריג וויאזוי עפל׳ס סטאק גייט אויסקוקן נאך די קאנפרענץ.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:55 am
דורך געפילטע פיש
אוודאי גייען זיי זאגן געוואלדיגע חידושים, למשל די היסטארישע דורכברוך פון פארקלענערן די דאק קאננעקטער פון 30 פין צו 9 פין! איר כאפט וואס איר הערט? עפל שניידט 70% פונעם ברייטקייט פונעם ווייער! די עולם איז אזוי עקסייטעד פאר דעם אז ס'שפירט זיך אין די לופט.
ווי אויך גייט עס מעגליך אויך האבן 4G LTE!!! קיינער האט דאס נאך נישט... איין מנוט, סארי, יעדער האט עס שוין, חוץ עפל.
די אויער-פאונס וואס גייט קומען מיט די פאון גייט זיין קאמפליטלי רידיזיינד! שפעקולאציעס זאגן אז ס'מעגליך ס'וועט האבן אן אנדערע שעיד פון ווייס!
איך קען קוים ווארטן צו הערן וואס נאך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:43 am
דורך שמעקעדיג
אה, געפילטע איז אן אנטי-עפל'ניק....

איך גלייב ס'קומט א גרעסערע סקרין, און נאך סודות וואס זיי וועלן מגלה זיין.
אונז קליינע מענטשעלעך, ווער זענען מיר צו פארשטיין עפל'ס וועגן? (ממש ווי אן עבודה זרה..)
האבן מיר דען געוואוסט לעצטע מאל אז מרת סירי וועט ערשיינען מיטן גאנצן פראכט?
זיי ווייסן אז מען עספעקט פון זיי אסאך, ממילא וועלן זיי זיכער עפעס צושטעלן (און פון די אנדערע זייט פייטן מער מיט סעמסאנג און אנדרויד....)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:06 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מרת סירי וועט ערשיינען מיטן גאנצן פראכט?

וועלכע פראכט? ביג דיל.
ביסייד וואס ס'ארבעט בכלל נישט אזוי גוט ווי זיי מאכן עס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:14 am
דורך No_name
איך וועל דיר זאגן פארוואס מיר - די עפל דזשוס - פרייען זיך אזוי מיט די קליינע זאכן, וואס די פארגעשריטענע ענדרויד פאלק האט שוין פאר הונדערטער יארן.

עפל קען ווען אויפקומען מיט הונדערטער נייערע און בעסערע טעכנאלאגיע פאר פאונס אבער זיי טוען דאס נישט אויב גייט דאס אויפן חשבון פון די פראפארמענס פונעם פאון, (די סיבה פארוואס ס'נישטא קיין פלעש ביינונז) נו וואס איז די גרויסע אויפטו פון האבן הונדערטער געדזשעטס און אלערליי קילע אויפטוען, ווען דער פאון ארבייט נישט ווי ס'ברויך צו זיין? די פאקט איז אז די אלע א.ג. מעלות פון אלע פארגעשריטענע נייע פאונס קלאפט אויס אויפן פאון אליין, און דעריבער ווען ס'קומט ארויס יעדע קלייניגקייט אויף עפל איז עס א ביג דיעל, ווייל מיר ווייסן אז ס'גייט זיין סיי א גוטער פאון, און סיי די נייע טעכנאלאגיע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
עפעל איווענט האט זיך אנגעהויבן בשעה טובה
טים קאק איז אויפן סטעיזש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:26 pm
דורך געפילטע פיש
No_name האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן פארוואס מיר - די עפל דזשוס - פרייען זיך אזוי מיט די קליינע זאכן, וואס די פארגעשריטענע ענדרויד פאלק האט שוין פאר הונדערטער יארן.

עפל קען ווען אויפקומען מיט הונדערטער נייערע און בעסערע טעכנאלאגיע פאר פאונס אבער זיי טוען דאס נישט אויב גייט דאס אויפן חשבון פון די פראפארמענס פונעם פאון, (די סיבה פארוואס ס'נישטא קיין פלעש ביינונז) נו וואס איז די גרויסע אויפטו פון האבן הונדערטער געדזשעטס און אלערליי קילע אויפטוען, ווען דער פאון ארבייט נישט ווי ס'ברויך צו זיין? די פאקט איז אז די אלע א.ג. מעלות פון אלע פארגעשריטענע נייע פאונס קלאפט אויס אויפן פאון אליין, און דעריבער ווען ס'קומט ארויס יעדע קלייניגקייט אויף עפל איז עס א ביג דיעל, ווייל מיר ווייסן אז ס'גייט זיין סיי א גוטער פאון, און סיי די נייע טעכנאלאגיע.

יא, די אייפאון פריזט קיינמאל נישט, און יעדער האט שוין פארגעסן פונעם grip of death. אבער ווען זיי געבן עפעס ארויס מאכן זיי "זיכער" אז ס'ארבעט... פארדעם האבן זיי אויך נישט געלייגט LTE ווייל ס'וועט נוצן מער בעטערי, בעיסיקלי איז זייער מאטא, אונז ווייסן וואס איז די בעסטע פאר דיר, דו ביזט צו דום אליינס צו וויסן אויב דו ווילסט פלעש\LTE\SD Card\וכו' וכו'.

:Live update
!Another row of apps! Woo

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
דערווייל נישט קיין גרויסע חידושים (חוץ די גרויסע סקרין)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
ווי גרויס? שוין דא פרטים?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
פיר אינטשעס סקרין. צוואנציג פראצענט גרינגער ווי די פריערדיגע אייפאון. אכצן פראצענט דינער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
די חוזק איז אז אלעס וואס איז ניי יעצט אין די נייע פאון האט מען שוין געוויסט פריער פון געליקטע פיקטשער'ס און ווידיאו'ס. אזא געליקעריי איז קיינמאל נישט געוועהן אין סטיוו דזשאב'ס צייטען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
ווילאנג מיינסטו גייט עפעל זיין ברום המעלה? יעדע קאמפאני איז א "יעלה ויבא" (אויך אסאך רבנים...) זיי גייען ארויף דעם שפיץ לייטער, און צוביסלעך הייבט מען אן אראפצוקריכן דערפון.

צא ולמד, מייקראסאפט, GM, IBM, און צענדליגער אנדערע קאמפאניס בזמנינו.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
בילד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:47 pm
דורך פארשטאנד
No_name האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן פארוואס מיר - די עפל דזשוס - פרייען זיך אזוי מיט די קליינע זאכן, וואס די פארגעשריטענע ענדרויד פאלק האט שוין פאר הונדערטער יארן.

עפל קען ווען אויפקומען מיט הונדערטער נייערע און בעסערע טעכנאלאגיע פאר פאונס אבער זיי טוען דאס נישט אויב גייט דאס אויפן חשבון פון די פראפארמענס פונעם פאון, (די סיבה פארוואס ס'נישטא קיין פלעש ביינונז) נו וואס איז די גרויסע אויפטו פון האבן הונדערטער געדזשעטס און אלערליי קילע אויפטוען, ווען דער פאון ארבייט נישט ווי ס'ברויך צו זיין? די פאקט איז אז די אלע א.ג. מעלות פון אלע פארגעשריטענע נייע פאונס קלאפט אויס אויפן פאון אליין, און דעריבער ווען ס'קומט ארויס יעדע קלייניגקייט אויף עפל איז עס א ביג דיעל, ווייל מיר ווייסן אז ס'גייט זיין סיי א גוטער פאון, און סיי די נייע טעכנאלאגיע.


מיין פאון איז שוין עטליכע חדשים אלט און ס'האט נאך קיינמאל נישט געפריזט אדער אפי' געווארן לעגגי, ס'גליטשט זיך א מחי', סמוד ווי אויל, פלעש? א מחי'! וואספארא פראבלעמען מאכט עס??? נישט וואס איך זעה/ווייס, אה! ס'גייט רינען זשעלי ביען'ס, די ווייסט אז גוגל וואוס סירטש פאקט איין סירי? די ווייסט די פאנקשנס פון גוגל נאו (now)?

(חוץ פון אנדערע זאכן ווי, וויפעיל צאהלסטו פאר עני דאק ווייער? וויפיל צאהלסטו פאר נאך 8 גיגאבייט? ועוד ועוד).

איך האב היינט געזעהן א קעפל "עפפל אינאוועיטעד די פירסט LTE פאון!!" סארא ליצנות...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:56 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
די פרייזן וועלען זיין די זעלבע ווי 4S

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
4S קען מען יעצט האבן פאר 99$!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:12 pm
דורך No_name
די ערשטע סמארט פאון וואס איך האב געהאט איז געווען אנענדרויד, איך האב געהאט עטליכע דרויד'ס ביז איך בין געגאנגען צום אייפאון, און יא איך ווייס פון די אלע גוטע זאכן און איך ווייס וויסאך גוטע אפציעס איך האב געהאט, וכו זה אנינו שוה לי אויב ווען איך האב געוואלט ארויסנעמען דעם קעמרע און כאפן א פיקשער ביי די צייט וואס דער קעמרע האט זיך אנגעצינדן און די פיטשער האט זיך געסנעפט, איז שוין די חכמה געווען אווער, און איך האב שוין נישט געהאט וואס צו כאפן, און נאך אזלכע זאכן, ווייל ס'האט געהאט אזויפיל אפציעס איז ערשטע יסודות פונעם פאון געוועארן פארנאכלעסיגט, און אן דעם האב איך גארנישט פון די אלע גוטע זאכן...

און אלס דאק ווייער קויף איך אויף עמעזאן פאר 30 צענט א שטיקל