מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

כ'ווייס נישט, איך האב נישט גערעדט מיט די פראפעסיאנאלען,(אין די אויך נישט) אין ס'זייער שווער צי זאגען פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער מ'וועט זאגען אז ס'געווען א שפיל דאן ווייסען דערפין נאר א ענגע צאל מענטשען אין טאמער זיי שפילען עס גוט קענען זיי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער ס'איז א שפיל דאן איז עס א פראפעיאנאלע שפיל געווען פארגעגרייט צי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דרך אגב, איז די אטאקע אויף סעפט. 11 אויך דורכגעפירט געווארן דורך א גרופע אמעריקאנע פראפעסיאנאלע שפילער.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

הער פראפעסאר, קענסטו אפשר אהערלינקן וואו מען קען לייענען מער איבער אייערע (האלב אמת׳ע) קאנספיראציעס?

וויאזוי איך קוק עס אן דארף מען יעדן שאט שוקל זיין צו עס איז ווערד און צו מען קען עס באקומען אויף אן אנדערן אופן. דאס אז די וואקסינען פאבריצירער - צוזאמען מיט אלע אנדערע קאמפאניס פון מעדעצינען וכדו׳ (און ווער נישט...?) - ווילן מאכן געלט איז נישט קיין נייעס. איך גלייב אבער נישט אז עס גייט טיפער פון דעם.

מיין מאמע פארציילט מיר אלץ וואס זי האט מיטגעהאלטן אסאך שווערע קרענק - טשיקן פאקס פאר א משל - וואס זענען אוועקגעגאנגען מיט וואקסינען. יעצט, איך ווייס נישט צו דער טשארט וואס הרב פראפעסאר האט אראפגעברענגט איז אמת צו נישט אבער עכ״פ איז עס געשעהן בערך די זעלבע צייט ״פערצופאל״. איך קען פרעגן מיין מאמע איבער נאך אנדערע קרענק.

אגב, דר. ווערצבערגער פון ק״י וואס איז שטארק נישט בייעסד און נעמט אן ריכטיגע קריטיק איבער דאקטארישן סיסטעם טענה׳ט חי וקיים אז שאטס איז די וויכטיגסטע זאך וואס מען קען געבן פאר די קינדער. (ס׳איז יא דא געוויסע וואס ער ערלויבט נישט צו נעמען בפרט ביים חרדישן ציבור.)
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:כ'ווייס נישט, איך האב נישט גערעדט מיט די פראפעסיאנאלען,(אין די אויך נישט) אין ס'זייער שווער צי זאגען פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער מ'וועט זאגען אז ס'געווען א שפיל דאן ווייסען דערפין נאר א ענגע צאל מענטשען אין טאמער זיי שפילען עס גוט קענען זיי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער ס'איז א שפיל דאן איז עס א פראפעיאנאלע שפיל געווען פארגעגרייט צי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען,

וויאזוי קען זיין אז ״קיינער״ קומט נישט ארויף מיטן שאקירענדן אויפדעקונג אז ער איז געווען א חלק פון דעם ״לבנה שאו״ שפיל? נאכמער, די נאסא מענטשן וואס האבן דאן געארבעט דארט, זאל איינער קומען זאגן אז מ׳האט קיינמאל נישט געשאסן קיין אפאלא, לא דובים ולא יער

איך האב גערעדט צו איין אזא קאנספיראציע ליבהאבער וואס גלייבן אז א געהיימע גרופע פירט אן די וועלט. האט ער גע׳טענה׳ט אז ראן פאול גייט נישט אנקומען אין ערגעץ ווייל ער וויל זיי פייטן און ער האלט קעגן די גרופע׳ס שיטה. נו, ויהי היום און ראן פאול איז געווען זייער הויעך אין די אנקעטעס (ווי יעדער רעפובליקאנער קאנדידאט) איז דאס אויך געווען חלק פון די קאנספיראציע?

נאכאמאל, ווי אויבנדערמאנט אין מיין פריערדיגן תגובה, כ׳גיי מיר נישט אריינשטעקן מיין קאפ אין זאמד און זאגן אז אלעס פארט כשורה. זיכער איז דא קארופציע. צו אין די FDA, אא״וו, אבער אז בדרך כלל שטעלט זיך ארויס אז וואס זיי רעקאמענדירן איז ריכטיג פאר די באפעלקערונג נעמט מען עס אן.

כ׳מיין, מיט די אלע קאנספיראציעס אז די רעגירונג (אדער די געהיימע גרופע אונטער די רעגירונג) וויל באשרינקן די אלוועלטליכע באפעלקערונג, העכערט זיך דער דורכשניטליכער לעבנס-צייט יעדעס יאר... אדאנק די נייע מעדעצינען. וועסטו יעצט טענה׳ן אז אן די שעדליכע וואקסינען וכדו׳ וואלטן מיר געלעבט נאך לענגער...? נו קוקט אויס אז דער רבוש״ע וויל דאס נישט...

די אלע וואס איך קען וואס היטן זיך אזוי נישט צו עסן קיין אומגעזונטע עסן אויף אן עקסטרעמן אופן ענדיגן פונקט ווי אנדערע... אפשר נאך ערגער

וואס איז פשט? עולם כמנהגו נוהג, פארלאז דיך אויפן אויבערשטן ער שטעלט אונז אלע אין פלאץ
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יידל האט געשריבן:פראפעסער שפירא, איך וואלט שוין געווארן משוכנע, אבער עס איז פערצופאל וואס כ'בין געוואויר געווארן אז דו האלטסט אויך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך א סיקרעט סאסייעטי און אז מ'האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה. זעענדיג אז דו האסט א שטריך און דיר צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס, ווייס איך שוין נישט צו איך קען זיך פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט דא און איך וועל אליינס מוזן מברר זיין. דערווייל, ביז איך בין מברר, פארלאז איך מיך אויף די קאנצענזוס.

פראפעסאר שפירא איז טאקע א קאנספיראציע גלייבער, אבער איך נישט.
און אעפ"כ האב איך אביסעלע אדורכגעטון די נושא פון וואקסינען, און כ'קען מעיד זיין באופן ברור אז ס'איז דא אסאך טענות אנטקעגן די 'עסטעבלישמענט' פון חסידי הוואקסינאציע. פון צוויי שטאנדפונקטן:
1. וויפיל אמת ליגט אין דעם אז די וואקסינען באהיטן די קרענק וואס עס קומט פארמיידן.
2. וויפיל סכנות ליגט אין די וואקסינען זעלבסט.

טויזענטער ביכער פון געערטע פראפעסארן זענען ארויסגעקומען מסביר זיין די צוויי זייטן פון די מטבע, און כ'זאג קלאר אז כ'גיי זיך נישט אוועקשטעלן ווי א מוכיח בשער אויפווייזן די אמת לכאן או לכאן. און אודאי נישט ווען מענטשן זענען נישט אינטרעסירט אנצונעמען זאכן וואס זעען אויס ווילד פרעמד, און זענען נישט עקסעפטעד געווארן דורך דעם אדער יענעם דאקטאר.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך בקוצר אמרים ארויסברענגען צוויי דריי נקודות.

א - ס'זענען דא ערנסטע ספיקות אין דעם נידון אז דאס האט פארמינערט די סארט קראנקהייטן ווי פאליא וכו'. מאנכע טענה'ן [ווי דער פראפעסאר האט אראפגעברענגט פריער], אז די קראנקהייטן זענען סייווי געווען אויפן וועג אראפ. איינער פון די שטארקע נקודות איז, אז היות מען האט געלעבט אן קיין ריינקייט און באקוועמליכקייט וכו', האט מען שנעלער געקענט כאפן טויטליכע אדער שעדליכע קרענק. והיינו טעמא דאפריקע בזמנינו, וואס לעבן אזויווי אונז האבן געלעבט הונדערט יאר צוריק. אבער איינמאל ס'איז דא נארמאלע היגיענע או ריינקייט, פאלט ממילא די מעגליכקייט צו ווערן קראנק מיט די טויטליכע קרענק.

ב - ס'איז אויך דא א שטארקע טענה אויף וואקסינען, אז די וואקסין האט נאר א געוויסע קאוד וויאזוי דאס איז צאמגעשטעלט געווארן, כדי צו פייטן א ספעציפישע קרענק מיט דעם ספעציפישן קאוד, אבער אויב די קראנקייט באקומט א נייע די. ען. עי., אפילו נאר למחצה שליש ורביע, וועט די קראנקהייט אריבערקומען צו אים אפילו ער האט גענומען די שאטס אנטקעגן דעם.
למשל עובדא ידענא, אז ארום 6 יאר צוריק איז געווען א 'מאמפס' אויסברוך אין די היימישע געגענטער. האב איך געהאט א קרוב וואס נעמט נישט קיין שאטס און האט באקומען די מאמפס. פארשטייט זיך אז יעדער האט געלאכט פון אים אז וויבאלד ער האט נישט גענומען די MMR שאטס, האט ער באקומען די מאמפס. דערציילט מיר יענער, אז מה עשה הקב"ה, זיין שוועגערין האט באקומען די מאמפס, זיין חתונה געהאטע שוואגער האט באקומען די מאמפס, ולא נחה דעתו ביז זיין שווער האט אויך באקומען די מאמפס, כאטש זיי אלע דריי זענען געווען וואקסינירט...
פארוואס? ווייל דאס האט אויסגעבראכן אין א ברעקעלע-אנדערע ווערזשען פון די קאוד פונעם וואקסין.
זאת ועוד, אז דערפאר יאווען זיך אזויפיל נייע קרענק, ווי שוויין פלו וכו'. ווייל בסך הכל קומט עס אין א טראפעלע אנדערע קאוד ווי דער וואקסין. און יעצט קען מען שוין געבן א נייע וואקסין, וחוזר וחלילה.

ג - און דאס איז נאך בעפאר'ן רעדן איבער אן אנדערע חשש, אז די וואקסינען זעלבסט זענען א גורם צו פארשידענע קרענק און שוואכקייטן, פון אוטיסטן ביז מענטעלי שוואכע מענטשן. וכמו כן שוואכע קערפער, וואס דארפן לויפן צום דאקטער דריי מאל אין ווינטער. וואס - עכ"פ די העלטבאגס וואס פארפירן אנטקעגן וואקסינען טענה'ן אז - די וואקסינען זענען א דירעקטע גורם צו דעם, און די וואס וואקסינירן זיך נישט זענען שטערקער בגופם ובנפשם, פיזיש און גייסטיש. ועוד, אז די סארט שוואכקייטן ווי אוטיזם איז ממש נישט געווען מצוי זיבעציג יאר צוריק.

ד - צום לעצט וויל איך רעדן איבער א סכנה ודאית וואס איז דא מיטן נעמען וואקסינען. אז אסאך מענטשן האבן ליידער געליטן דערפון גלייך נאכדעם. מער איבער דעם, אינעם קומענדיגן תגובה.

און צו אלע וואס זאגן אז דאס איז דומה צו אלע אנדערע קאנספיראציעס אן קיין באזיס, וויל איך ארויסברענגען קלאר:
1. בשונה פון סתם קאנספיראציעס וואס זענען פארקניפט און פארבינדן מיט דעם וואס ס'זענען דא 'קאנספיראציע ליבהאבער', און זיי זענען די וואס גלייבן אדער קומען אויף מיט די קאנספיראציע טעאריעס, שאני הכא אז רוב עולם וואס האלט נישט פון וואקסינען זענען מענטשן וואס לייקענען בד"כ אין קאנספיראציעס. הוה אומר, אז מ'רעדט פון נארמאלע דורכגעטראכטע מענטשן.
2. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, זענען דא טויזענטער פראפעסארן און דאקטוירים וואס שרייען חי וקיים אנטקעגן וואקסינאציעס, און טויזענטער ביכער זענען ארויסגעקומען ארויסברענגען די טענות, וואס ווערן נישט פארשטילט. און כאטשיג זיי זענען טאקע א מיעוט, זענען זיי אבער נישט קיין פשוטע נערוון צורידערטע קאנספיראציע טעאריקער. [און אגב, די סיבה פארוואס רוב דאקטוירים גלייבן יא אין וואקסינען, איז פאר די פשוטע סיבה אז זיי אליין האבן אויך נישט געליינט די צוויי זייטן פונעם מטבע. און אפילו ווען יא, פאלאוען זיי דעם פראטאקאל פון וואס זיי האבן געלערנט אין יונווירסיטי, וואס זענען חלק פונעם עסטעבלישמענט].
3. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, וואס דו קענסט נישט אויפווייזן לכאן או לכאן, איז אבער דא הכל מודים אז נעמען וואקסינען האט א שטיקל ריזיקע. די שאלה איז נאר ווי שטארק.
4. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, וואס איז דיר א קנאפע נפקא מינא צו מאיז יא אדער נישט אנגעקומען צום לבנה, און ווער ס'האט גע'הרג'עט קענעדי, איז אבער דא חייך וחיי בניך תלוים בזה. דערפאר איז נוגע לכל אחד ואחד צו וויסן די מציאות און נישט זאגן סתם 'קאנספיראציע'.
5. ואחרון אחרון חביב. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, וואס וואסא יאר ס'גייט אדורך ווערן אלס ווייניגער און ווייניגער מאמינים אין די קאנספיראציע. איז אבער דא מיט די 'קאנספיראציע' איבער וואקסינען פונקט פארקערט. אויב אין אנהייב האט יעדער געגלייבט חוב קדוש אין די נויטיגקייט פון וואקסינען, ווערט די חשש און די כח ה'קאנספיראטארן' גרעסער פון יאר צו יאר. און דערפאר פירן די דאקטוירים למיניהם אזא מערכה איבער דעם, וויבאלד מער און מער מענטשן הערן די צווייטע זייט מטבע, און זענען מחליט אז 'שב ואל תעשה עדיף'. און טאקע דערפאר, איז דאס נישט קיין קאנספיראציע בעלמא.

טרם אפנה לדרכי, וויל איך נאר מודיע זיין. אז מיינע ווערטער האבן זיך טאקע פארצויגן פי עשר פון וואס כ'האב גע'חלומ'ט צו שרייבן, אבער כ'האלט נישט ביים פירן קיין ויכוחים - וויבאלד מענטשן האבן דאך נישט געליינט די צווייטע זייט פונעם נושא. אשר על כן, זאל א יעדער רעכטדענקענדן מענטש אליינס צוקומען צום הכרה נאכן דורכטון די נושא בטוב טעם ודעת. און כ'בין דא נאר געקומען בהערה והארה בעלמא צו זען אז די זאך איז נישט אזוי פשוט ווי דיין לאקאלע דאקטער פארקויפט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קלאר האט געשריבן:די גרינגעסטע וועג צו צייגן
איז ווען מען לערנט זיך ח''ו אויף די אייגענע הויט
באטראכט אייערע קינדער בעפאר זיי ווערן צושטאכען אין נאכדעם
אויב קומט ער אפ אן גארנישט (אדער אויב 'די' זעהסט נישט גארנישט) דאנק דעם אויבערשטן
אויב האט ער נאר איבלען אדער אנדערע שוואכקייטן אפאר טאג אין נאכדעם גייט ער/זי גענוי צום אלטען ביזטו גרינג אפגעקומען
אויב ח''ו עס שאד ערגערע סייד עפעקטס (וואס יעדע דר' זאגט אז עס קען געשעהן) זאלסטו - פארשטייט זיך - זאגען אז עס האט גארינשט מיט שאטס, ווייל עס איז א קאנספיראציע

איינער פון די טענות אנטקעגן וואקסינען. אז וויבאלד ס'איז א סכנה מוחשית פון עפעס וואס קען געשען, איז 'שב ואל תעשה עדיף'. [אגב, כן דעת הגאון ר' שמואל קאמינעצקי. זיין רעביצין האט גוט אדורכגעטון די נושא, און איז צוגעקומען צום מסקנא אז נעמען וואקסינען איז סאך מער שעדליך].

מיין ווייב האט א פעטער וואס האט געגעבן געוויסע וואקסינען פאר זיין צוויי יעריג קינד. דאס קינד האט זיך גלייך אנגעהויבן פילן נישט גוט, און א טאג שפעטער האט ער אנגעהויבן זיך אויפפירן ווי א בעיבי פון אפאר חדשים אלט. אויפהערנדיג צו רעדן וכו'. היינט צוטאגס - ארום 10 יאר שפעטער - איז דאס קינד ליידער נאך אלס אביסל צוריקגעשטאנען, אבער ב"ה מאכט פארשריט.
דאס איז שוין גאלד, ווייל איך האב א סעקאנד קוזין וואס האט געגעבן פאר זיין טאכטער די שאטס, און דאס קינד איז ליידער געווארן א וועדזשטעבל אויפן פלאץ, עד היום הזה. איבער אכצן יאר שפעטער!

און אז מרעדט שוין... כאטש יעדער ווייסט אז אן 'עפידורל' פאר אן עומדת ללדת איז מער מסוכן ווי וואקסינען, ווייסן מענטשן נישט ווי ווייט. כ'האב א [צוגעקומענע] מומע, וואס האט שוין געהאט 12 קינדערלעך בליעה"ר, און נאך קיינמאל נישט גענומען קיין עפידורל כאטשיג ס'איז אפאר מאל נישט אנגעקומען גרינג. פארוואס? ווייל איר שוועסטער האט גענומען אן עפידורל און איז ליידער אוועק פון דעם. ה"י.
אבער די דאקטוירים וועלן דאס רעקאמענדירן 'נאו פראבלעם'!

הכלל, די וואקסינען זענען דרכן להזיק. די שאלה איז נאר צו דאס איז מונע א גרעסערע היזק אדער נישט. והרבה קולמוסים נשברו על זה. אבער ס'כדאי צו וויסן אז 'יא נעמען' איז אויך נישט אזוי גלאטיג.

וכנ"ל, כ'האלט נישט ביים פירן קיין וויכוחים, נאר כ'וויל אז די צוויי צדדים זאלן זיין באלאנסירט. נישט גלייבן ווי נאראנים כל מוצא פיו הקדוש של הדאקטאר ירום הודו.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך יידל »

זאל איך שרייבן עפעס אין רעאקציע?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיכער!!!
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

פאר ווער עס האט ספיקות איבער די לעבענס וויכטיגקייט פין וואקסינעס און וויל אביסל דורך טוהן די נושא דורך הערען ביידע זייטן לייג איך אהער אפאר לינק'ס פון PBS

https://www.youtube.com/watch?v=wqbH40Y9XJw

https://www.youtube.com/watch?v=VPOrnU3ImxI

http://www.pbs.org/specials/depth-vaccines/
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזויווי אייביג, געבט מען אפאר לינקס צו יוטיוב, און דורכדעם פאטשט מען זיך זעלבסט אין בייכל לומר 'קוק וואס זיי זאגן'!

רבי'ניו, ס'גייט נישט מיט יוטיוב קליפס. ס'גייט דורך ליינען ביכער פון וועלט בארימטע פראפעסארן פון ביידע זייטן פון די מטבע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די גרינגעסטע וועג צו צייגן
איז ווען מען לערנט זיך ח''ו אויף די אייגענע הויט
באטראכט אייערע קינדער בעפאר זיי ווערן צושטאכען אין נאכדעם
אויב קומט ער אפ אן גארנישט (אדער אויב 'די' זעהסט נישט גארנישט) דאנק דעם אויבערשטן
אויב האט ער נאר איבלען אדער אנדערע שוואכקייטן אפאר טאג אין נאכדעם גייט ער/זי גענוי צום אלטען ביזטו גרינג אפגעקומען
אויב ח''ו עס שאד ערגערע סייד עפעקטס (וואס יעדע דר' זאגט אז עס קען געשעהן) זאלסטו - פארשטייט זיך - זאגען אז עס האט גארינשט מיט שאטס, ווייל עס איז א קאנספיראציע

איינער פון די טענות אנטקעגן וואקסינען. אז וויבאלד ס'איז א סכנה מוחשית פון עפעס וואס קען געשען, איז 'שב ואל תעשה עדיף'. [אגב, כן דעת הגאון ר' שמואל קאמינעצקי. זיין רעביצין האט גוט אדורכגעטון די נושא, און איז צוגעקומען צום מסקנא אז נעמען וואקסינען איז סאך מער שעדליך].

מיין ווייב האט א פעטער וואס האט געגעבן געוויסע וואקסינען פאר זיין צוויי יעריג קינד. דאס קינד האט זיך גלייך אנגעהויבן פילן נישט גוט, און א טאג שפעטער האט ער אנגעהויבן זיך אויפפירן ווי א בעיבי פון אפאר חדשים אלט. אויפהערנדיג צו רעדן וכו'. היינט צוטאגס - ארום 10 יאר שפעטער - איז דאס קינד ליידער נאך אלס אביסל צוריקגעשטאנען, אבער ב"ה מאכט פארשריט.
דאס איז שוין גאלד, ווייל איך האב א סעקאנד קוזין וואס האט געגעבן פאר זיין טאכטער די שאטס, און דאס קינד איז ליידער געווארן א וועדזשטעבל אויפן פלאץ, עד היום הזה. איבער אכצן יאר שפעטער!

און אז מרעדט שוין... כאטש יעדער ווייסט אז אן 'עפידורל' פאר אן עומדת ללדת איז מער מסוכן ווי וואקסינען, ווייסן מענטשן נישט ווי ווייט. כ'האב א [צוגעקומענע] מומע, וואס האט שוין געהאט 12 קינדערלעך בליעה"ר, און נאך קיינמאל נישט גענומען קיין עפידורל כאטשיג ס'איז אפאר מאל נישט אנגעקומען גרינג. פארוואס? ווייל איר שוועסטער האט גענומען אן עפידורל און איז ליידער אוועק פון דעם. ה"י.
אבער די דאקטוירים וועלן דאס רעקאמענדירן 'נאו פראבלעם'!

הכלל, די וואקסינען זענען דרכן להזיק. די שאלה איז נאר צו דאס איז מונע א גרעסערע היזק אדער נישט. והרבה קולמוסים נשברו על זה. אבער ס'כדאי צו וויסן אז 'יא נעמען' איז אויך נישט אזוי גלאטיג.

וכנ"ל, כ'האלט נישט ביים פירן קיין וויכוחים, נאר כ'וויל אז די צוויי צדדים זאלן זיין באלאנסירט. נישט גלייבן ווי נאראנים כל מוצא פיו הקדוש של הדאקטאר ירום הודו.

[left]Anecdotal evidence? Without even any mention of case reference?? Vs 55 years of scientific based evidence all showing the opposite[/left]

כ'מיין דו האלסט אונז פאר אזאנע משוגעים? ממש אזוי??

אז דו האלסט נישט ביים פירן קיין וויכוחים stay out the kitchen in first place

פלעסענט איווענינג טענק יוא פאר ליסענינג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעמער, ליין די ערשטע לאנגע תגובה. viewtopic.php?p=264400#p264400.

משום מה האסטו מחליט געווען, אז די 'עווידענס' איז איינזייטיג. סארי, נישט דאס איז דער קעיס [די סיבה פארן ברענגען די אויבנדערמאנטע מעשיות, איז וויבאלד דאס האב איך מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג אין מיין נאנטע קרייז משפחה. ווען דו וועסט ליינען די צד האנטי וואקסינאציעס, וועסטו אנטרעפן טויזענטער דאקומענטירטע מעשיות כנ"ל]. הכלל, ליין גוט אדורך מיינע ווערטער וועסטו זען אז דיין אטאקע איז פארגארנישט. און טאקע צוליב אזעלכע אויסברוכן איז נישט כדאי זיך מתווכח צו זיין איבער דעם. מענטשן ווערן בלינד ווען סקומט צו דעם נושא!

די סיבה פארן נישט פירן וויכוחים נתבאר לעיל:
אדנירם האט געשריבן:טרם אפנה לדרכי, וויל איך נאר מודיע זיין. אז מיינע ווערטער האבן זיך טאקע פארצויגן פי עשר פון וואס כ'האב גע'חלומ'ט צו שרייבן, אבער כ'האלט נישט ביים פירן קיין ויכוחים - וויבאלד מענטשן האבן דאך נישט געליינט די צווייטע זייט פונעם נושא. אשר על כן, זאל א יעדער רעכטדענקענדן מענטש אליינס צוקומען צום הכרה נאכן דורכטון די נושא בטוב טעם ודעת. און כ'בין דא נאר געקומען בהערה והארה בעלמא צו זען אז די זאך איז נישט אזוי פשוט ווי דיין לאקאלע דאקטער פארקויפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

אדנירם האט געשריבן:איינער פון די טענות אנטקעגן וואקסינען. אז וויבאלד ס'איז א סכנה מוחשית פון עפעס וואס קען געשען, איז 'שב ואל תעשה עדיף'. [אגב, כן דעת הגאון ר' שמואל קאמינעצקי. זיין רעביצין האט גוט אדורכגעטון די נושא, און איז צוגעקומען צום מסקנא אז נעמען וואקסינען איז סאך מער שעדליך].

רבי שמואל וזוגתו תחי' זענען שטייטצעך בארעכטיגט צו זייער מיינונג אבער דאס איז א זאך וואס איז קלאר נישט זייער פעלד ,
פרובירן זאלסטי נאר צו זאגן פאר ר' שמואל אז די הארכסט דעת תורה/השקפה/פסק הלכה פון א חשוב'ער עסקן/רעדנער/פרוי/רעבעצין/מנהל/ת וואס שרייבט א קאלום אין איינס פון די אידישע אויסגאבעס, וד''ל
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מור וקציעה האט געשריבן:

אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען דיינע ווערטער, זאגסטו מיך דא אז זי האט נישט געקענט האבן אדורכגעטון די נושא פון אלע זייטן - נאכן דורכליינען ביידע זייטנ'ס טענות ומענות - און געמאכט איר מסקנא. נאר דו קענסט מאכן דיין מסקנא ווייל אזוי האט דיך דיין דאקטער פארקויפט.

כ'געב אויף. דו ביסט אוודאי גערעכט.

נאך א ביישפיל פון גיבובי דברים, וואס צוליב דעם איז נישט שייך צו פירן קיין וויכוח איבער דעם!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן: [די סיבה פארן ברענגען די אויבנדערמאנטע מעשיות, איז וויבאלד דאס האב איך מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג אין מיין נאנטע קרייז משפחה. ווען דו וועסט ליינען די צד האנטי וואקסינאציעס, וועסטו אנטרעפן טויזענטער דאקומענטירטע מעשיות כנ"ל]

[left]With multiplying a kilo of rubbish by thousand the only you get is a thousand kilos of rubbish[/left]
מענטשן ווערן בלינד ווען סקומט צו דעם נושא!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן: [די סיבה פארן ברענגען די אויבנדערמאנטע מעשיות, איז וויבאלד דאס האב איך מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג אין מיין נאנטע קרייז משפחה. ווען דו וועסט ליינען די צד האנטי וואקסינאציעס, וועסטו אנטרעפן טויזענטער דאקומענטירטע מעשיות כנ"ל]
[left]with multiplying a kilo of rubbish by thousand the only you get is a thousand kilos of rubbish[/left]
מענטשן ווערן בלינד ווען סקומט צו דעם נושא!

כדברינו הנ"ל:
כ'געב אויף. דו ביסט אוודאי גערעכט.
נאך א ביישפיל פון גיבובי דברים, וואס צוליב דעם איז נישט שייך צו פירן קיין וויכוח איבער דעם!

אויב דו קענסט נאר גיין פערזענליך, לגופו של ניק אנשטאטס לגופו של ענין, דאן ניצחתני כעלעמער כאכעם!!!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

אדנירם, ווען איינער וויל נישט הערען קענסטע רעדען צם דופן, ווי האט יענער געזאגט,
I MADE UP MY MIND DONT CONFUSE ME WITH FACTS !
רוב פרו וואקסינען האבען בכלל נישט אנגעהויבען צי אדורך טאהן די נושא, זיי גלייבען נעבעך באמונה שלימה און א פאר גוים וואס זענען דאקימענטירטע ליגנער,
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

אדנירם האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:איינער פון די טענות אנטקעגן וואקסינען. אז וויבאלד ס'איז א סכנה מוחשית פון עפעס וואס קען געשען, איז 'שב ואל תעשה עדיף'. [אגב, כן דעת הגאון ר' שמואל קאמינעצקי. זיין רעביצין האט גוט אדורכגעטון די נושא, און איז צוגעקומען צום מסקנא אז נעמען וואקסינען איז סאך מער שעדליך].

רבי שמואל וזוגתו תחי' זענען שטייטצעך בארעכטיגט צו זייער מיינונג אבער דאס איז א זאך וואס איז קלאר נישט זייער פעלד ,
פרובירן זאלסטי נאר צו זאגן פאר ר' שמואל אז די הארכסט דעת תורה/השקפה/פסק הלכה פון א חשוב'ער עסקן/רעדנער/פרוי/רעבעצין/מנהל/ת וואס שרייבט א קאלום אין איינס פון די אידישע אויסגאבעס, וד''ל

אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען דיינע ווערטער, זאגסטו מיך דא אז זי האט נישט געקענט האבן אדורכגעטון די נושא פון אלע זייטן - נאכן דורכליינען ביידע זייטנ'ס טענות ומענות - און געמאכט איר מסקנא. נאר דו קענסט מאכן דיין מסקנא ווייל אזוי האט דיך דיין דאקטער פארקויפט.

כ'געב אויף. דו ביסט אוודאי גערעכט.

נאך א ביישפיל פון גיבובי דברים, וואס צוליב דעם איז נישט שייך צו פירן קיין וויכוח איבער דעם!

וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז ווען די פרובירסט דורך צי טוהן די נושא עד שידך יד כהה מגעת זאלסטו נישט לייגן קיין שום געוויכט וואס דער אדמו''ר אדער יענער ראש ישיבה האלט ווייל עס איז נישט מעלה ומוריד כלל
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט כאפ איך אז דו האסט בכלל נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן.

1. רבי שמואל קאמינעצקי'ס ווייב האט עס אדורכגעטון פון א חוקר'ישע שטאנדפונקט, דורכליינענדיג ביכער פון אלע זייטן, און איז צוגעקומען צום מסקנא אז וואקסינאציעס טויגן נישט.
2. נאכן מסביר זיין די נקודות פאר ר' שמואל, האט ער אנגענומען א קו פון 'שב ואל תעשה עדיף', אז אפילו פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט איז נישטא קיין חיוב צו נעמען שאטס [אזויווי מאנכע ווילן פארקויפן]. ומעולם לא עלתה על דעתי, אז אונז זענען משועבד פון א 'מציאות'דיגן' שטאנפונקט צו א רב.

דאכצעך מיר אז ווען דו וועסט איבערליינען מיינע ערשטע ווערטער, וועסטו קלאר זען אז דאס האב איך געשריבן. 'הבנת הנכתב' איז נישט קיין שלעכטע בייפאל פאר געאיילטע מענטשן.
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

אדנירם האט געשריבן:יעצט כאפ איך אז דו האסט בכלל נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן.

1. רבי שמואל קאמינעצקי'ס ווייב האט עס אדורכגעטון פון א חוקר'ישע שטאנדפונקט, דורכליינענדיג ביכער פון אלע זייטן, און איז צוגעקומען צום מסקנא אז וואקסינאציעס טויגן נישט.
2. נאכן מסביר זיין די נקודות פאר ר' שמואל, האט ער אנגענומען א קו פון 'שב ואל תעשה עדיף', אז אפילו פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט איז נישטא קיין חיוב צו נעמען שאטס [אזויווי מאנכע ווילן פארקויפן]. ומעולם לא עלתה על דעתי, אז אונז זענען משועבד פון א 'מציאות'דיגן' שטאנפונקט צו א רב.

דאכצעך מיר אז ווען דו וועסט איבערליינען מיינע ערשטע ווערטער, וועסטו קלאר זען אז דאס האב איך געשריבן. 'הבנת הנכתב' איז נישט קיין שלעכטע בייפאל פאר געאיילטע מענטשן.

אויב איז ריכטיג וואס דער שמריה ממזר זאגט [?] , דאן זאגט רב קמינצקי אסאך אסאך מער פון שב ואל תעשה עדיף

When reached by phone, both Kamenetzkys confirmed their belief that vaccinations, not the diseases they prevent, are harmful.

“There is a doctor in Chicago who doesn’t vaccinate any of his patients and they have no problem at all,” said the rabbi. “I see vaccinations as the problem. It’s a hoax. Even the Salk vaccine [against polio] is a hoax. It is just big business.”

http://failedmessiah.typepad.com/failed ... e-789.html
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מור וקציעה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב גראדע די נושא אדורכטוען נאך אזוי גוט ווי די פוסקת הדור מרת קאמאנעצקי תחי', איך דארף נישט איר קענטשאפטן אפצומאכן מיין מיינונג. וואס זאל איך אבער טון אז "אדנירם" "האלט נישט ביים פירן קיין וויכוח", און אין בעסטן פאל שרייבן "גיבובי דברים" ניין און ניינציג מאל. און "פראפעסאר שפירא" וועט צוהעלפן צו די זייט מיט פעסטשטעלן אז איך "האב "נישט" דורכגעטון די נושא און בלויז גלייב נעבעך באמונה שלמה אפאר גויים דאקומענטירטע ליגענער" (ווי כאילו די אנטי סייענס מטורפים זענען עפעס חסידים ואנשי מעשה פון בית מדרש ארויס).

אויב א וויכוח זאל עס זיין מיטן זיצער אויפן טיש, געהעריג, מיט די מראה מקומות וירא הקהל וישפוט. נישט מיטן אטאקירן פערזענליך און דערנאך נאך שרייבן אז יענער אטאקירט ניקים. הבנת?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב דו קענסט נאר גיין פערזענליך, לגופו של ניק אנשטאטס לגופו של ענין, דאן ניצחתני כעלעמער כאכעם!!!

איינער וואס פונעם ערשטן רגע האט זיך ארויפגעווארפן אויף יענעם, איז נישט ווערט קיין תגובה מנומקת [דיין פערזענליכקייט שיינט ארויס פון די מאס 'לייקס' וואס דו האסט שוין פארגינען פאר א צווייטן אין דיין היסטאריע עלי אדמות קאווע שטיבל].
פון מיין זייט איז די דיסקוסיע געענדיגט. כ'האב שוין געשריבן מיינס, כ'האב שוין צוגעשריבן אז מיינע ווערטער זענען סך הכל א טיפה מן הים פון חומר וואס איז אפגעשריבן איבער דעם נושא. פון דא און ווייטער, פארלאז איך מיך אויפן עולם אז מ'וועט אליינס גריבלען און זיך דערגרינטעווען לגוף הדברים.

דו - כעלעמער כאכעם, האסט מיר פארעקלט פון שרייבן ווייטער איבער דעם נושא.
שטעכעדיגע שפראך איז גוט אין מקוה, אדער צו דיין ווייב וואס ליבט דיך שטארק מיט דיין לשון מדברת גדולות.
נישט דא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

דוגמא של תגובה לגופו של ענין ולא לגופו של ניק...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:אויב דו [מיט דיין פריינט מור וקציעה] קענסט נאר גיין פערזענליך, לגופו של ניק אנשטאטס לגופו של ענין, דאן ניצחתני כעלעמער כאכעם!!!

פארשפארט