יידל האט געשריבן:פראפעסער שפירא, איך וואלט שוין געווארן משוכנע, אבער עס איז פערצופאל וואס כ'בין געוואויר געווארן אז דו האלטסט אויך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך א סיקרעט סאסייעטי און אז מ'האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה. זעענדיג אז דו האסט א שטריך און דיר צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס, ווייס איך שוין נישט צו איך קען זיך פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט דא און איך וועל אליינס מוזן מברר זיין. דערווייל, ביז איך בין מברר, פארלאז איך מיך אויף די קאנצענזוס.
פראפעסאר שפירא איז טאקע א קאנספיראציע גלייבער, אבער איך נישט.
און אעפ"כ האב איך אביסעלע אדורכגעטון די נושא פון וואקסינען, און כ'קען מעיד זיין באופן ברור אז ס'איז דא אסאך טענות אנטקעגן די 'עסטעבלישמענט' פון חסידי הוואקסינאציע. פון צוויי שטאנדפונקטן:
1. וויפיל אמת ליגט אין דעם אז די וואקסינען באהיטן די קרענק וואס עס קומט פארמיידן.
2. וויפיל סכנות ליגט אין די וואקסינען זעלבסט.
טויזענטער ביכער פון געערטע פראפעסארן זענען ארויסגעקומען מסביר זיין די צוויי זייטן פון די מטבע, און כ'זאג קלאר אז כ'גיי זיך נישט אוועקשטעלן ווי א מוכיח בשער אויפווייזן די אמת לכאן או לכאן. און אודאי נישט ווען מענטשן זענען נישט אינטרעסירט אנצונעמען זאכן וואס זעען אויס ווילד פרעמד, און זענען נישט עקסעפטעד געווארן דורך דעם אדער יענעם דאקטאר.
אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך בקוצר אמרים ארויסברענגען צוויי דריי נקודות.
א - ס'זענען דא ערנסטע ספיקות אין דעם נידון אז דאס האט פארמינערט די סארט קראנקהייטן ווי פאליא וכו'. מאנכע טענה'ן [ווי דער פראפעסאר האט אראפגעברענגט פריער], אז די קראנקהייטן זענען סייווי געווען אויפן וועג אראפ. איינער פון די שטארקע נקודות איז, אז היות מען האט געלעבט אן קיין ריינקייט און באקוועמליכקייט וכו', האט מען שנעלער געקענט כאפן טויטליכע אדער שעדליכע קרענק. והיינו טעמא דאפריקע בזמנינו, וואס לעבן אזויווי אונז האבן געלעבט הונדערט יאר צוריק. אבער איינמאל ס'איז דא נארמאלע היגיענע או ריינקייט, פאלט ממילא די מעגליכקייט צו ווערן קראנק מיט די טויטליכע קרענק.
ב - ס'איז אויך דא א שטארקע טענה אויף וואקסינען, אז די וואקסין האט נאר א געוויסע קאוד וויאזוי דאס איז צאמגעשטעלט געווארן, כדי צו פייטן א ספעציפישע קרענק מיט דעם ספעציפישן קאוד, אבער אויב די קראנקייט באקומט א נייע די. ען. עי., אפילו נאר למחצה שליש ורביע, וועט די קראנקהייט אריבערקומען צו אים אפילו ער האט גענומען די שאטס אנטקעגן דעם.
למשל עובדא ידענא, אז ארום 6 יאר צוריק איז געווען א 'מאמפס' אויסברוך אין די היימישע געגענטער. האב איך געהאט א קרוב וואס נעמט נישט קיין שאטס און האט באקומען די מאמפס. פארשטייט זיך אז יעדער האט געלאכט פון אים אז וויבאלד ער האט נישט גענומען די MMR שאטס, האט ער באקומען די מאמפס. דערציילט מיר יענער, אז מה עשה הקב"ה, זיין שוועגערין האט באקומען די מאמפס, זיין חתונה געהאטע שוואגער האט באקומען די מאמפס, ולא נחה דעתו ביז זיין שווער האט אויך באקומען די מאמפס, כאטש זיי אלע דריי זענען געווען וואקסינירט...
פארוואס? ווייל דאס האט אויסגעבראכן אין א ברעקעלע-אנדערע ווערזשען פון די קאוד פונעם וואקסין.
זאת ועוד, אז דערפאר יאווען זיך אזויפיל נייע קרענק, ווי שוויין פלו וכו'. ווייל בסך הכל קומט עס אין א טראפעלע אנדערע קאוד ווי דער וואקסין. און יעצט קען מען שוין געבן א נייע וואקסין, וחוזר וחלילה.
ג - און דאס איז נאך בעפאר'ן רעדן איבער אן אנדערע חשש, אז די וואקסינען זעלבסט זענען א גורם צו פארשידענע קרענק און שוואכקייטן, פון אוטיסטן ביז מענטעלי שוואכע מענטשן. וכמו כן שוואכע קערפער, וואס דארפן לויפן צום דאקטער דריי מאל אין ווינטער. וואס - עכ"פ די העלטבאגס וואס פארפירן אנטקעגן וואקסינען טענה'ן אז - די וואקסינען זענען א דירעקטע גורם צו דעם, און די וואס וואקסינירן זיך נישט זענען שטערקער בגופם ובנפשם, פיזיש און גייסטיש. ועוד, אז די סארט שוואכקייטן ווי אוטיזם איז ממש נישט געווען מצוי זיבעציג יאר צוריק.
ד - צום לעצט וויל איך רעדן איבער א סכנה ודאית וואס איז דא מיטן נעמען וואקסינען. אז אסאך מענטשן האבן ליידער געליטן דערפון גלייך נאכדעם.
מער איבער דעם, אינעם קומענדיגן תגובה.און צו אלע וואס זאגן אז דאס איז דומה צו אלע אנדערע קאנספיראציעס אן קיין באזיס, וויל איך ארויסברענגען קלאר:
1. בשונה פון סתם קאנספיראציעס וואס זענען פארקניפט און פארבינדן מיט דעם וואס ס'זענען דא 'קאנספיראציע ליבהאבער', און זיי זענען די וואס גלייבן אדער קומען אויף מיט די קאנספיראציע טעאריעס, שאני הכא אז רוב עולם וואס האלט נישט פון וואקסינען זענען מענטשן וואס לייקענען בד"כ אין קאנספיראציעס. הוה אומר, אז מ'רעדט פון נארמאלע דורכגעטראכטע מענטשן.
2. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, זענען דא טויזענטער פראפעסארן און דאקטוירים וואס שרייען חי וקיים אנטקעגן וואקסינאציעס, און טויזענטער ביכער זענען ארויסגעקומען ארויסברענגען די טענות, וואס ווערן נישט פארשטילט. און כאטשיג זיי זענען טאקע א מיעוט, זענען זיי אבער נישט קיין פשוטע נערוון צורידערטע קאנספיראציע טעאריקער. [און אגב, די סיבה פארוואס רוב דאקטוירים גלייבן יא אין וואקסינען, איז פאר די פשוטע סיבה אז זיי אליין האבן אויך נישט געליינט די צוויי זייטן פונעם מטבע. און אפילו ווען יא, פאלאוען זיי דעם פראטאקאל פון וואס זיי האבן געלערנט אין יונווירסיטי, וואס זענען חלק פונעם עסטעבלישמענט].
3. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, וואס דו קענסט נישט אויפווייזן לכאן או לכאן, איז אבער דא הכל מודים אז נעמען וואקסינען האט א שטיקל ריזיקע. די שאלה איז נאר ווי שטארק.
4. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, וואס איז דיר א קנאפע נפקא מינא צו מאיז יא אדער נישט אנגעקומען צום לבנה, און ווער ס'האט גע'הרג'עט קענעדי, איז אבער דא חייך וחיי בניך תלוים בזה. דערפאר איז נוגע לכל אחד ואחד צו וויסן די מציאות און נישט זאגן סתם 'קאנספיראציע'.
5. ואחרון אחרון חביב. בשונה פון סתם קאנספיראציעס, וואס וואסא יאר ס'גייט אדורך ווערן אלס ווייניגער און ווייניגער מאמינים אין די קאנספיראציע. איז אבער דא מיט די 'קאנספיראציע' איבער וואקסינען פונקט פארקערט. אויב אין אנהייב האט יעדער געגלייבט חוב קדוש אין די נויטיגקייט פון וואקסינען, ווערט די חשש און די כח ה'קאנספיראטארן' גרעסער פון יאר צו יאר. און דערפאר פירן די דאקטוירים למיניהם אזא מערכה איבער דעם, וויבאלד מער און מער מענטשן הערן די צווייטע זייט מטבע, און זענען מחליט אז 'שב ואל תעשה עדיף'. און טאקע דערפאר, איז דאס נישט קיין קאנספיראציע בעלמא.
טרם אפנה לדרכי, וויל איך נאר מודיע זיין. אז מיינע ווערטער האבן זיך טאקע פארצויגן פי עשר פון וואס כ'האב גע'חלומ'ט צו שרייבן, אבער
כ'האלט נישט ביים פירן קיין ויכוחים - וויבאלד מענטשן האבן דאך נישט געליינט די צווייטע זייט פונעם נושא. אשר על כן, זאל א יעדער רעכטדענקענדן מענטש
אליינס צוקומען צום הכרה נאכן דורכטון די נושא בטוב טעם ודעת. און כ'בין דא נאר געקומען בהערה והארה בעלמא צו זען אז די זאך איז נישט אזוי פשוט ווי דיין לאקאלע דאקטער פארקויפט.