בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב רעדסטו פון פראפאגאנדע שפראך ביזטו גערעכט, איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט דא פון נארמאלע שפראך.

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:55 pm
דורך הנוי והנצח
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב רעדסטו פון פראפאגאנדע שפראך ביזטו גערעכט, איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט דא פון נארמאלע שפראך.
וואס מיינט נארמאלע שפראך? לשון בני אדם איז צו רופן זעלטענע געשעענישן "היסטאריש". דאס הייסט נישט פראפאגאנדע, ס'איז א פשוטע מציאות....
Don't know what you are talking about [emoji848]

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט פון וועלכע בני אדם דו רעדסט, אויסער אויף קול מבשר און די שרייעדיגע צעטלעך האב איך קיינמאל געהערט א נארמאלע מענטש זאל נוצן דעם ווארט אויף סיי וועלכע חסידישע געשעעניש.

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:12 pm
דורך הנוי והנצח
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע בני אדם דו רעדסט, אויסער אויף קול מבשר און די שרייעדיגע צעטלעך האב איך קיינמאל געהערט א נארמאלע מענטש זאל נוצן דעם ווארט אויף סיי וועלכע חסידישע געשעעניש.
און אויף אנדערע געשעענישן האסטו יא געהערט פון זיי דעם אויסדרוק היסטאריש? איך וואלט פארשטאנען אז נישט....


Sent from my SM-G930P using Tapatalk

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:08 pm
דורך הנוי והנצח
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ניין, ווייל קיינער רעדט נישט דערפון און ס'אינטערסירט נישט קיינעם. א נסיעה און א ליקוי חמה מאכט א רושם אויף פילע מענטשן, און מען איז פארנומען דערמיט, זייענדיג א וויכטיגע און זעלטענע ערשיינונג. ווי געשריבן, היסטאריש מיינט א זעלטענע געשעעניש וואס אפעקטירט פילע מענטשן, און לאזט איבער א רושם וואס מען געדענקט שפעטער. קלאר?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואס הייסט? יואלי לעפקאוויטש און זיין ווייב רעדן נאך עד היום הזה מיט נאסטאלגיע פון יענעם נאכט..

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:53 pm
דורך הנוי והנצח
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס הייסט? יואלי לעפקאוויטש און זיין ווייב רעדן נאך עד היום הזה מיט נאסטאלגיע פון יענעם נאכט..
איך זעה דו האסט ניטאמאל געליינט מיינע ווערטער: היסטאריש מיינט א זעלטענע געשעעניש "וואס אפעקטירט פילע מענטשן", און לאזט איבער א רושם וואס מען געדענקט שפעטער. קיינער רעדט נישט און קיינער אינטערסירט נישט יואלי'ס נאכטמאל, און ס'האט נישט קיין שום רושם אויף די היסטאריע. דו זעהסט נישט די חילוק? טו אהן די אויגן גלעזער און ליין אדורך מיינע תגובות, וועט דיך אלעס פארענטפערט ווערן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב פרובירט אנטון מיין טאטעס אויגנגלעזער, ס'האט נאר ערגער געמאכט..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:47 pm
דורך גדליה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קארטאפעל מיט סמייטע פאר וועטשערע... אפשר אין לעיקוואד.
יואלי לעפקאוויטש עסט יעדע נאכט ריב סטעיק.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:32 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קארטאפעל מיט סמייטע פאר וועטשערע... אפשר אין לעיקוואד.
יואלי לעפקאוויטש עסט יעדע נאכט ריב סטעיק.


טאקע פארדעם איז עס היסטאריש...

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:29 pm
דורך אונטער חכם
וואלווי האט געשריבן:
הנוי והנצח האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נקוט האי כללא בידך, יעדער זאך וואס שוין פאראויס ווערט עס פאררופען אלס ׳היסטאריש׳ איז אן אבק פורח, גארנישט מיט א קיום.

יעדער חתונה, ברית, מסע קודש, סעיל, דיננער אדער מעמד, איז פונקט אזוי היסטאריש ווי דער פאר איהם און דער נאך איהם.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk


במחילת כבודך הרמה, די נסיעות פון האדמורי"ם מבאבוב, סקווירא, סאטמאר שליט"א זענען געווען גאר היסטאריש, צוליב דעם וואס זיי זענען שוין נישט געווען דארט צענדליגער יארן, און איז געווען א זעלטענהייט וואס מאכט זיך נישט אפט. ס'איז בכלל נישט דומה צו אנדערע מעמדים אדער דינערס וועלכע האבן נישט איבערגעלאזט א ספעציעלן רושם.

איך בין געווען אין ארץ ישראל ביי אלע 3 נסיעות, און איך קען דיר זאגן אז ארץ ישראל האט גערודערט מיט דעם, און איז געווען די געשפרעך פון טאג ביים אלעמען. ס'איז געבליבן איינגעקריצט אין זכרון ביי אלע בני א"י די געהויבענע מעמדים ביז היינט, און איז פאראייביגט געווארן בקורות דברי הימים פונעם יישוב אין א"י.

איך פארשטיי ס'שמעקט דיר נישט אז די נסיעות האבן דאמינירט ביים היימישן ציבור, דיין שנאה און אפשיי צו די מנהיגי ישראל וועלן אבער נישט טוישן די מציאות. יא, ס'איז געווען היסטאריש אין יעדן הינזיכט, פיל מער ווי אלע דיינע פארפוילטע תגובות וואס גיסן פעך און שוועבל אויף אלע צדיקי דורנו.





Sent from my SM-G930P using Tapatalk


דער זעהט מיר אויס צו זיין א ימים ידברו - איש את רעהו clone.

Makes sense anybody?
איש איז א מומר להכעיס, ער ווייסט אז ער איז אין קאווע שטיבל און טאקע וועגן דעם טוט ער עס דא.

ימים איז א מומר לתיאבון , ער ווייסט אז ער איז אין קאווע שטיבל אבער ער האלט אז איינער הערט אים אויס דא.

הנוי איז אן אומר מותר, ער מיינט פשוט אז ער איז אין אייוועלט.

כנלענ"ד.

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:21 pm
דורך פאליטיקאנט
אישתישבי האט געשריבן:וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?
תש"פ: סאדיגורא טיילונג?

Re: וואס וועט דעפיינען די תש"ע יארן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:34 am
דורך א חסיד פון ווילנא
אזא שאלה וואס דעפיינט די תש"ע יארן, פארשטיי איך מיינט עפעס וואס האט געטוישט די וועלט אין די יארן,
די אלע אויבענדערמאנטע זענן נישט אין די כלל
(אוודאי נישט רבישע נסיעות וכדומה וואס מ׳ האט גערעדט דא, דאס איז גוט פאר אפאר טעג)
טעכנעלאגיע, איבערהויפט סמארט פאונס קען זיכער גערופן ווערן דעפיינד, ווייל עס האט געטוישט די וועלט מן הקצה אל הקצה
די זעלבע אויף אינטערנעט (שנעלע) אין די תש"ס יארן
כנלענ"ד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:12 pm
דורך וואלווי
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?
תש"פ: סאדיגורא טיילונג?


דאס איז געווען נעכטן. היינט איז שמחת בית סאטמאר...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:21 am
דורך שמעקעדיג
עפן אן אשכול פאר תש"פ... דא רעדט מען דאך פון תש"ע יארן!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 2:50 pm
דורך אברך משי
היות איך האב נישט געוויסט ווי דאס צו לייגן, וועל איך עס דא אהערשטעלן
א קורצע איבערבליק וויאזוי די יעצטיגע תקופה זעט אויס אין מיינע אויגן:

די גאנצע וועלט איין שטיק סמאטוכע
מגיפת קאראנע צרות יגון ואנחה
מ'קען נישט פארן מהתם להכא
אומאן ראש השנה - א גאנצע זאווערוכע
מ'פיילט אנעמפלוימענט לרווחה
די מוסדות טיילן עסן ממש א ברכה
די שחורים פירן א גרויסע מערכה
קאמילע העריס א שטארקע הוכחה
סאדיגורע רבי זכרונו לברכה
לאזט נישט איבער קיין קלארע המשכה
זיין ינוקא זעט נאך אויס ווי א בחור
אבער טיילט שוין איין דברי הדרכה
סאטמערער רבי שרייט א קול צווחה
באזידלט זיין פלומעניק זיין בן משפחה
קאפעט עם ארויס פון זיין גאנצע ממלכה
אבער האט נישט קיין גרויס הצלחה
דער ראש המרידה פייפט אריין כהלכה


ווער סהאט וואס מוסיף צו זיין איז מכובד צוצולייגן!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
לייג אין פאעזיע