ענדליך! אומפושטמענט:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

real fake news האט געשריבן:בנוגע דיין פוינט הרב קאך לעפל אז די אוקריינע האבן נישט געוויסט אז מהאט געפרוירן געלטער איז נישט אזוי איינפאך,
סי ען ען, וואשינגטאן פאוסט וכו' שרייען חי וקיים אז מהאט יא געוויסט, און דאס אז מהאט יא געשיקט די געלט איז נאך וואס טראמפ האט אנגעהויבן ציטערן אז די עולם האלט מיט זיינע געשפרעכן וכו' וכו'


די פראגע איז איינפאך "וואס אוקריינע זאגט", האבן זיי געוויסט אז די געלט ווערט אפגעהאלטן? אדער זיי האבן נישט געוויסט?

פון די מידיע איז "שווער" צו וויסן...
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

בד"וו איינער ווייסט וואס סטוטזעך ביים בארדער?? איך האב שוין לאנג נישט געהערט רעדן דערפון, וואס איז פלוצלונג אזוי שטיל געווארן??? מצוטיילט שוין נישט קיין משפחות? מהייסט שוין נאמאר טרינקן פון טוילעטס? מהאט שוין אנגעהויבן טיילן ציין בערשטלעך? זיי שטארבן שוין נישט אויס פון קרענק? וואס גייט דא פאר???!?!?

ווי זענען די וואוילע דעמאקראטן וואס זארגן זיך אזוי פאר זייער אימיגראנטישע ברידער??

עממממ... אפשר איז אוקריינע וויכטיגער....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די מיטגלידער פונעם אינפישטמענט-פארבאנד אין וואשינגטאן זענען שטארק דמאראלזירט, זאכן גייען נישט פאר זיי ווי געראכטן. דער פראוו צו פארקויפן פאר די אמעריקאנע באפעלקערונג אז דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגען עפעס א מאנסטערישע פארברעך, אזש דער געברויך פאר אימפישטמענט איז אומפארמיידבאר – קלינגט עפעס נישט אזוי אפ ביים פאלק. די לינקע מידיא האלטן זיך אין איין באקלאגן פארוואס ס'הערשט ביים פאלק אזא אינאינטרעסע נאצופאלגן די אימפישטמענט פארהערן אין קאנגרעס, זיי קלאגן נאכאנאנד פארוואס די געשיכטע וואס די דעמאקראטן האלטן נאך אינמיטן אויסזייגן פון די פינגער קלעבט זיך עפעס נישט אן, עס הערט זיך עפעס ווי א לאנגווייליגע אומגעוועבטע געשיכטע וואס פארמאגט נישט קיין האפט און עס איז נאקעט פון אינהאלט. מאנכע גלויבן - אז שקלאפטע פעלאוסי האט שוין טויזענט מאל חרטה פאר זיך לאזן אריינארן פון די ראדיקאלע סאציאליסטן, וועלכע זוכן איבערצודרייען דאס ווילן פונעם פאלק אין ארויפצווינגן א סאציאליסטישע ארדענונג אין לאנד.

דער הויפט-אינקוויזאטאר, ליגנער שיף, מיט זיין קליקע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע אפצוזוכן אלט-געזעצנע ביורקראטישער דיפלאמאטן וועלכע זיצן שוין יארן וואשינגטאן, דיפלאמאטן וועלכע האבן מיינונגס-פארשידנהייטן מיטן פרעזידענט איבער אויסערן פאלטיק אנגעלעגנהייטן, ביורקראטישער דיפלאמאטן וואס האלטן אז זיי פארשטייען בעסער אויסערן פאליטיק ווי יעדעם אויף די וועלט, אריינגערעכנט דעם פרעזידענט, און ברויזן שרעקליך פארוואס דער פרעזידענט רעכענט זיך נישט מיט זייערע אנגעבליכע פארפעסיאנאלע מיינונגען. אינקוויזאטאר שיף רופט זיי אראפ צו זיין געהיימער בונקער אינעם קאפיטאל געביידע, וואו ער מאכט ער זיכער אז די דיפלאמאטן גייען אין שפאן מיט זיין גאנג. אויב אינקוויזאטאר שיף איז ביי די מיינונג אז דער דיפלאמאט האלט נישט ביים מיטשפילן מיט זיין אגענדע, שיקט ער אים זאפארט לופטערן. מיר זענען נישט דא צו הערן קיין פאזיטיווע צייגעניש אויף פרעזידענט, האסט עפעס נעגעטיוו אויפן פרעזידענט? אהער מיט די ווארע! ס'מוז גאר נישט זיין וואר. אז נישט, קענסטו גיין פייפן אויפן רויטן ים...

נאכדעם וואס אינקוויזאטאר שיף איז שוין פולקאם זיכער אז די דיפלאמאטן זענען פולשטענדיג איינשטימיג מיט זיין אגענדע, ערלויבט ער זיי אפצוגעבן צייגעניש אין די עפענטליכקייט. און אפילו אין די עפענטליכע פארהערן מאנעווירט דער אינקוויזאטאר אז פראגעס וועלכע טארן נישט געפרעגט ווערן אויס זארג אז עס קען חלילה ווארפן עטוואס פאזיטיווע שיין אויף די געשיכטע, ווערן חלילה נישט געפרעגט. ער זעצט מיטן האמערל ווען אימער ער דערשמעקט אז עמיצער גייט פרעגן א פראגע וועלכע וועט אריינווארפן א פלאקאן אין זיין געשיכטע. אפילו אינעם קאמוניסטישן רוסלאנד וואלט אזא שיף-באנעמונג ווען נישט געווען ערלויבט... אבער ווען עס קומט אונטערצוברענגן טראמפ איז אלעס ערלויבט...

דער פארגאנגענעם מיטוואך האבן אויפגעטרעטן די צוויי דיפלאמאטן וויליאם טיילער און דזשארזש קענט. ביידע האבן צייגעניש געזאגט אז לויט ווי זיי האבן געהערט פון מענטשען וואס האבן געהערט פון אנדערע מענטשן וועלכע האבן עס פערזענליך געהערט פון סאַנטע קלאַוס וועלכער האט עס זעלבסט געהערט פונעם מויל פונעם פרייהייט סטאטוע, האבן זיי פארשטאנען אז דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן פאנדן פאר אוקריינע ביז ווי לאנג זיי פארפליכטן זיך נישט אויסצופארשן די קאראפטירטע טעטיקייטן פון די דעמאקראטן אין אוקריינא, און ווי אויך די צוויי פארפוילטע ביידענס. און ווען רבי זשים ירדן פון אהאיא האט זיי פארגעהאלטן: איך הער! עטץ האטס אזוי פארשטאנען... ווארשיינליך האט איר נישט גוט פארשטאנען, נעמליך, די פאנדען זענען ווירקליך געגעבן געווארן אן קיין שום פארפליכטונג פון די אוקריינישע אוטריטעטן אויסצופארשן די קאראפטירטע דעמקראטן... די צוויי דיפלאמאטן זענען געבליבן מיטן צינג אינדרויסן....

פרייטאג האט אויפגעטרעטן באבי מאַריא יאָוואַנאָוויטש, זיי האט אפגעגעבן צייגעניש אז דער פרעזידענט האט איר געשיקט לופטערן, צילוב דעם וואס זשליאני האט גערעדט לשון הרע אויף איר... די ריפובליקאנער געזעץ געבער ווי ראטקליף און ירדן און נאך, האבן זיך איבערגעבליקט מיט וואונדער... זינט ווען האט דער פרעזידענט נישט קיין רעכט פטור צו ווערן פון דיפלאמאטן וואס ארבייטען קעגן אים אונטער זיין רוקן? פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...

שקאלפטע פעלאוסי איז אנגעזעצט ביז גאר... די אימפישטמענט אנטוויקלונגען מאכן איר צו שאנד און צו שפאט. זי דעקלערט נאכאנאנד אז זי טיט נישט וואס זי טיט מיט קיין לייכטע הארץ... און זי דאווענט נאכאנאנד פארן פרעזידענט... זי פראקאלאמירט אז זי טיט בלויז אירע קאסטעטוציאלע פליכט... ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די דאזיגע קאמידיאנטקע... זי פראבירט איינצורעדן פארן פאלק – אז דער קאנסטאטוציע פארלאנגט גאר אז ווי נאר א פרעזידענט ווערט ערוועלט אין אמט און די אנדערע פארטיי קאנטראלירט דעם לעגיסלאטור פליגל – זענען זיי אוטומאטיש פארפליכטעט אנצוהייבן מיט אימפישטמענט פראצעדורן, אפגעזען צו דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגען א מיסברויך אדער נישט... אויב איז ער איז נישט באגאנגן שום מיסברויך, מאכט מען אויף א מיסברויך.... און דאס אלעס שטייט גאר דייטליך אין די קאנסטעטוציע... אויף איר זאגט דער נביא הושע: והסר זנוניה מפניה ונאפופיה מבין שדיה...

וועלן מיר זען ווי אזוי די וואך שפילט זיך אויס אינעם ראטן הויז...[/justify]
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...[/justify]

רעיסיסט!!!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך החוקר »

@קאך_לעפל דו רעדסט דאך הוידעל בוידעל, שטותים מיט הבלים. אבער עס איז דאך ציקער זיס צו לעזן די שפראך וואס טוט אזוי פליסיג רינען פון דיין פעדער.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

החוקר האט געשריבן:@קאך_לעפל דו רעדסט דאך הוידעל בוידעל, שטותים מיט הבלים. אבער עס איז דאך ציקער זיס צו לעזן די שפראך וואס טוט אזוי פליסיג רינען פון דיין פעדער.


פילייכט קען איר מיר אנווייזן אויף איין הוידעל בוידעל? עס קימערט מיר נישט אז דו האלסט אנדערש, אבער אז מ'באשולדיגט איינעם מיט שרייבן "הוידעל בוידעל" וואלט ווען שיין געווען אנצוצייגן וואס כ'האב געשריבן גענוי איז הוידעל בודעל...
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

The Hill: Dems looking at Trump's possible Mueller obstruction in impeachment inquiry

@קאך לעפל, כהאב מורא די ביזט גערעכט זיי לויפן צוריק צו מוללער סאיז גוטע נייעס...
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך החוקר »

קאך_לעפל האט געשריבן:פילייכט קען איר מיר אנווייזן אויף איין הוידעל בוידעל? עס קימערט מיר נישט אז דו האלסט אנדערש, אבער אז מ'באשולדיגט איינעם מיט שרייבן "הוידעל בוידעל" וואלט ווען שיין געווען אנצוצייגן וואס כ'האב געשריבן גענוי איז הוידעל בודעל...

דא האסטו איינס...
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...[/justify]

וואו קומט קראקע צו בעט געוואנט??? וואס איז די שייכות פון אבאמא אהער? די פלעפלסט סתם נאך רעפובליקאנער רעדן שפיצן וואס דרייען סתם א קאפ.

לויט באבי מאַריא יאָוואַנאָוויטש (קרעדיט קאך_לעפל), האט דער פרעזידענט יר"ה איר אויפגעזאגט צוליב דעם וואס זי האט פראבירט באזייטיגן קוראפטירטע אוקרייענער באאמטע און זיי האבן דורך דזשוליאני איר מצליח געווען צו באזייטיגן.

זאגסטו אז וואס? אבאמא האט אויך באזייטיגט אמבאסאדארן! אשר על כן? קיינער האט נישט געזאגט אז א פרעזידענט קען נישט באזייטיגן דיפלאמאטן. די טענה איז אויף די סיבה און מהלך וויאזוי ער האט עס געטון. טאקע דאס וואס אבאמא האט אויפגעזאגט יעדן און נישט געצילט איינעם ספעציפיש, איז אן איבערווייז אז ער האט נישט געהאט קיינע זייטיגע כוונות.

די קענסט זאגן אז זי איז א ליגנער אדער בעלת דמיונות, אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט אבאמא.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אה... נאר דאס... כ'האב ווירקליך געמיינט אז עס קומט ערגערס...

פראגע. דער פרעזידענט קען אפזאגן אן אמבאסאדער ווייל זיין/איר מויל שטינקט צופרי? יא אדער ניין?

דער פרעזידענט האט די אויסשליסליכסטע רעכט אויסצופארשן וועם ער וויל. וואס ער טאר נישט טאן איז, אפצוהאלטן פאנדן צו לייגן דרוק אויף א לאנד נאכצוקומען זיין פערזענליכע פארלאנג, ווייל דאס הייסט שוין כאבאר. און דאס איז די טעמע פון די שיף ענד פעלאוסי אימפיטשמענט פארהערן. און די דעמקראטן האבן נאך אלס נישט באוויזן צו שאפן זאכליכע באווייז אז דאס האט ווירקליך פאסירט.
דאס אז באבי יאָוואַנאָוויטש האט געהאט א פראבלעם מיט די אויספארשונגען און זי איז געפלויגן ווי הונט איז נישט רעלעוואנט פאר גארנישט.

צום לעצט: וואס טיט מען ווען מען ארגומענטירט פאלטיק און מען בלייבט מיטן צינג אינדרויסן? מ'זאגט איינס פון צוויי זאכן: גיי קוק ווייטער פאקס ניוז, אדער זאגט מען דאס איז א רעבופליקאנער רעדן פונקט. און מיט דעם האט מען יענעם גענצליך אפגעוואנדן... און געמאכט פון זיין אנעליז א ''הוידעל בודעל, שטותים מיט הבלים'' (קרעדיט החוקר)
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

real fake news האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...[/justify]

רעיסיסט!!!


וואס דען דעסקריפשאן זאל ער געבן אויף האָסעינס מכילטע?
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך גראף »

דער שכן האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעווארפן אלע אמבאסאדארן פון בוש נאך איידער זיין שווארצע מחילה האט גאר געלאנדעט אויפן זיין פרעזידענטליכער שטיל...[/justify]

רעיסיסט!!!


וואס דען דעסקריפשאן זאל ער געבן אויף האָסעינס מכילטע?
מחילה, זיץ פלייש, אונטערשטע וכו', עס קומט נישט אריין שווארץ פונקט ווי דו וואלסט נישט געשריבן ווייסע מחילה אויף טראמפ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך אונטער חכם »

וואס גייט דא פאר? קאווע שטיבל איז געווארן צען מאל מער רעכט געשטימט ווי אייוועלט?

קאך לעפל, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך, פארוואס האט אבאמא נישט געמעגט עפענען אַן אויספארשונג אויף טראמפ, אבער טראמפ מעג יא אויף ביידען?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אונטער חכם האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? קאווע שטיבל איז געווארן צען מאל מער רעכט געשטימט ווי אייוועלט?

קאך לעפל, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך, פארוואס האט אבאמא נישט געמעגט עפענען אַן אויספארשונג אויף טראמפ, אבער טראמפ מעג יא אויף ביידען?


זאג, וואס איז דער וועטער אין כינע היינט?
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך אונטער חכם »

קאך_לעפל האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? קאווע שטיבל איז געווארן צען מאל מער רעכט געשטימט ווי אייוועלט?

קאך לעפל, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך, פארוואס האט אבאמא נישט געמעגט עפענען אַן אויספארשונג אויף טראמפ, אבער טראמפ מעג יא אויף ביידען?


זאג, וואס איז דער וועטער אין כינע היינט?
דא האסטו.
בילד
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יישר כוח!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אומפיטשמענט איז אומפארמיידבאר – שקאלפטע פעלאוסי אינאיינעם מיט אירע אונטערטאנען זענען פולקאם אנטשלאסן ווייטער פארצוזעצן מיט זייער פאלטישער ספעקטאל, אפגעזען פון די פאקטן. גארנישט גייט נישט אפשטעלן דעם ווילדן טייוול-געיעג וועלכע איז שוין אייגענטליך אין גאנג זינט פרעזידענט טראמפ האט באוויזן דאס אומגלויבליכע מיטן באזיגן דעם בארימטע קרימענאל און שארלאטאן, פרוי קלינטאן.

איינע פון די אנגעבליכע קלאגעס וואס ליגנער שיף קלאגט דעם פרעזידענט איז: 'אבסטרוקציע פון קאנגרעס'. א קלאגע וואס האט אייגענטליך נישט קיין שום לעגאלע טערמינאָלאָגיע. ליגנער שיף ברויזט ווי א טיגער אויפן פאקט אז דער פרעזידענט מיט זיינע נאנטע מיניסטארן אנערקענען נישט זיין פורים אומפיטשמענט. און ער מוז בויען זיינע אנגעבליכע באשולדיגען דורך צווייפלהאפטיגע צייגענישן – פון מענטשען וואס האבן געהערט פון מענטשן וואס האבן זיך געדאכט אז הוידל בוידל... די רעפובליקאנער האבן געמאכט א פענאָמענאַלע ארבייט צונישט צו מאכן די צייגענישן פון שיף. זיי האבן געמאכט פון די שטאלצע אויסערן מיניסטעריום באמטע אש און פארעך.

ליגנער שיף ווארפט אונז אלע זאמד אין די אויגן, אז עס איז גאר פארהאן אזא מיסברויך פון אבסטרוקציע פון קאנגרעס. דער עקזעקעטיוו פליגל פון די רעגירונג איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די קאפריזן פונעם לעגעסלאטיוו פליגל. בלויז די דזשודישיערי פליגל האט די אויטריטעט צו אנטשיידן ווען דער עקזעקעטיוו פליגל איז פארפליכטעט צו ענטפערן פאר די לעגעסלאטיוו פליגל און ווען נישט. ווען פרעזידענט ניקסאן האט זיך אנטזאגט איבערצוגעבן זיינע געהיימע קאסעטעס פארן לעגעסלאטיוו פליגל האט זיך קאנגרעס געוואנדן צו די דזשודישיערי פליגל און זיי האבן דאן געאורטיילט צום גינסטן פון די לעגעסלאטיוו פליגל. ווען דער שיף ענד פעלאוסי אומפיטשמענט קא. וואלטן ווען ווירקליך געוואלט דערגיין די ווארהייט - וואלטן זיי זיך ווען געוואנדן צום געריכט און פארלאנגט אז דער געריכט זאל צווינגן דעם עקזעקעטיוו פליגל צו קאפפארירן מיט זייער פורים אומפיטשמענט, און ס'איז שטארק מעגליך אז די געריכטן וואלטן ווען געצווינגן די עקזעקעטיוו פליגל עטוואס צו קאאפערירן מיט זיי. אבער זיי האבן דאס נישט געטאן, פארוואס? זיי ארגומענטירן אז די געריכטליכע פראצעדורן וואלטן ווען גענומען צו לאנג. איז וואס? די ליידיג גייער אינעם רעפרעזאנטיווען הויז איילן זיך דעם ערגץ? זיי האבן דען עפעס בעסער צו טאן מיטן לאנגן טאג? נאר וואס דען? דער גאנצער אומפיטשמענט ספעקטאל איז בלויז א פאליטישער ספעקטאל. די דעמאקראטן זענען בלויז דא פאר בלוט, זיי זענען אויסן אונטערצוברענגן דעם עקזעקעטיוו פליגל, און זיי האפן אז דער פורים אומפיטשמענט וועט זיי העלפן אין די בערפארשטייענדע וואלן... דערפאר טאקע איז דער גאנצער אומפיטשמענט ספעקטאל בלויז דער וויץ פונעם טאג...

ליגנער שיף שרייבט אצינד זיינע אומפיטשמענט ארטיקלען. פון זיין שרייב טיש גייט דאס גיין צום אלטן נאר רבי זלמן נאדלער, דער פארזיצער פונעם דזשודישיערי קאמיטע. לויט ווי די דעמאקראטן זאגן גייט דער פרעזידענט דארט יא שוין האבן די רעכט צו לעגאלע פרעזענטאציע. די קאמיניסטישע רעגולאציעס פון ליגנער שיף האבן נישט דארט קיין האפט. און ווי עס שיינט גייען אלע דעמאקראטן שטימען פאר אומפיטשמענט מיט פרייד. און פון דארט גייט דאס ארויף צום סענאט וועלכע איז קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער. און לויט ווי די רעפובליקאנער סענאטארן זאגן, ווארטן דארט אפ שקלאפטע פעלאוסי אומאנגענעמע איבעראשונגען. די ארימע באבע פעלאוסי טונקט זיך נעבאך אין איר אייגענעם אפפאל ביז צו איבער נאז....[/justify]
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ס'איז באמת א פארגעניגן צו לייענען אייערע באשרייבונגען, ב"ה אז אין אזא שוואכע דור פון פעיק ניוז, איז נאך דא איין לעצט פארבליבענע שרייבער וואס לייגט נאך אראפ די אמת'ע פאקטן דברים כהווייתן (עז איז בלע"ז).
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – פעלאוסי האט נאר וואס ארויסגעגעבן דעם באפעל אז דער דזשודישיערי קאמיטע - וואס שטייט בנשיאות הרב זלמן נאדלער פון ניו יארק, זאל ווייטער פארזעצן מיט די אומפישטמענט פראצעדורן מיטן גאנצן אימפעט. פארוואס ברענט אזוי פאר די קראנקע באבע פעלאוסי די אומפישטמענט? זי ווייסט דאך זייער גוט אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום מיסברויך און אז דער סענאט וועט אים גענצליך ריינוואשן?

גלייך נאך דעם וואס דער פייפער בלוזער האט זיך צופיפן אין וואשינגטאן – האט ליגנער שיף הייס געשוואוירען פאר באבי פעלאוסי, אז אצינד קען מען שוין ענדליך מאכן די מעשה מיט פרעזידענט טראמפ. פעלאוסי וואס איז נאך געווען אנידערגעשלאגן און דעמראליזירט פון די דורכגעפאלענע מוללער אומפישטמענט פראוו, האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו און זי האט פראקאלאמירט אומפישטמענט. גוט..

באלד א טאג דעראויף - האט פרעזידענט טראמפ אין א פרעצעדענטלאזע שריט פארעפענטליך דעם טראנסקריפט פונעם געשפרעך מיט פרעזידענט זאלינסקי, און דער טראנסקריפט פונעם געשפרעך האט גענצליך צינישט געמאכט די גאנצע פייפער-בלוזער מאכרייקע. ליגנער שיף וועלכע איז פון פאך אויס א פיקציע-געשיכטע שרייבער האט זיך אבער אין גאנצן נישט פארלוירן. נעמליך, אז עס איז נישטא קיין געשיכטע מאכט מען געשיכטע. דער ליגנער האט זיך אריינגעזעצט אין די טינקעלע קעלערן פונעם קאפיטאל און אנגעהויבן פאַבריצירן א שיינע פיקציע געשיכטעלע אז דער פרעזידענט האט אנגעבליך געטראכט אזוי, און געזאגט אזוי, און געמיינט אזוי... דער ליגנער האט געמיינט אז עס וועט אים ווירקליך געלונגען אז זיי געשיכטעלע וועט זיך פארקויפן. די רעפובליקאנער לייבן האבן אבער סוקסעספול באוויזן ארויסצושלעפן דעם געמיינעם שיף פון זיין בונקער, און ער איז געווען געצווינגן צו ארבייטן אין די עפענטליכקייט. און דא האט זיך זיין נידערלאגע באלד אנגעהויבן. די רעפובליקאנער געזעץ געבער האבן געמאכט פון זיין פיקציע געשיכטע אש און פארעך אזש ס'איז געגאנגען א רויעך...

דער ערשטער פלאן האט נישט געארבייט האט מען זיך גענומען צום צווייטן פלאן. דער ליגנער מיט זיין עקלהאפטיגער ארגאנץ האט אנגעהויבן צו פארלאנגן אז דער פרעזידענט זאל שיקן זיינע נאנטע לייט צו אים אין זיין בונקער אפצוגעבן צייגעניש איבער מיסברויבן וואס דער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגען... דער ליגנער שיף האט גוט געוויסט אז דער פרעזידענט האט עקזעקטיווע פריוויליגיעס, און דאס איז טאקע געווען א טייל פון זיין כיטרע פלאן.
ער האט אפיר געקראצט די אומפישטמענט דאקימענטן פון פרעזידענט ניקסאן, און ער האט דארט געפונען געשריבן אז איינע פון די מיסברויכן וואס ניקסאן איז באגאנגן איז געווען אבסטרוקציע צו קאנגרעס. דאס איז עס, מ'האט ענדליך געכאפט דעם נאסן טוטער. דער פרעזידענט באגייט באשיינפערליך אבסטרוקציע צו קאנגרעס מיטן נישט שיקן זיינע נאנטע אפצוגעבן צייגעניש פאר אים אין זיין אינקוועזיציע קעלער.

די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט האבן אבער גלייך קלאר געשטעלט. אז דער פרעזידענט מיט זיינע לייט זענען אויסשליסליך יא גרייט צו קאאפארירן מיט קאנגרעס. אבער בלויז ווען דער פראצעדור ווערט געפירט מיט יושר און גערעכטיקייט, ווי ס'איז געווען אין דער פארגאנגנהייט אין אזעלכע פעלער. באבי פעלאוסי קען זיך דאס נישט ערלויבן. זי ווייסט זייער גוט אז די גאנצע געשיכטע איז הויל פיקציע און די אדוואקטן פונעם פרעזידענט וועל דאס גרונגערהייט איבערצייגן שווארץ אויף ווייס.

דער פרעזידענט איז געגאנגן מיט א שטאפל ווייטער. ער האט קלאר געמאכט אז ער מיט זיינע לייט זענען גרייט פולשטענדיג צו קאאפאפרירן אין א סענאט געריכט. עס איז נישט פארהאן קיין שום אבסטרוקציע! וואס דער פרעזידענט ארגומענטירט איז – אז פעלאוסיס קאנגרעס איז א נעסט פון גיפטיגע שלענג און געמיינע עלעמענטן, דערפאר וויל ער נישט האבן קיין שום פארקער מיט זיי. אפילו ווען דער אלטער נאר נאדלער האט אנגעטראגן פארן פרעזידענט צו שיקן זיינע אדוואקאטן אים צו פארטרעטן ביי זיינע פארהערן, אזוי אז זיין אומפישטמענט צירקוס זאל כאטש עטוואס אויסזען עפעס יושרדיג, האבן דאס די פרעזידענטס אדוואקאטן קאטאגאריש אפגעווארפן. מיר ווילן נישט האבן קיין שום פארקער מיט די שדים טאנץ פון די אומפושטמענט פארבאנד פון פעלאוסי און אירע אונטערטאנען.

דער דאזיגער פאקטאר מאכט דעם גערעגטן באבי פעלאוסי אראפגיין פון גלייכזינען. די פאקט אז דער פרעזידענט קען נישט קיין הכנות פאר איר מיט איר גאנצע אומפישטמענט פארבאנד טרייבט איר צו משוגעת. ווי דער פרעזידענט זאגט טיט וואס איר האט צו טאן. איך וועל שוין פארהאנדלן מיטן סענאט. דאס נישט אנערקענען אין איר און אירע קאמיסארן נעמט איר גענצליך ארויס פון גלייכגעוויכט... נאך נישט פארטיג... ווען דער פרעזידענט וועט געווינען ווידערוויילונג מיט א שטארקע מערהייט, וועט זי זיך גלייך אריינמעלדן צום נאנסטען גייסטישער שפיטאל... מיט אזא ניסל ווי טראמפ האבן נאך די ליבעראלן קיינמאל נישט געהאט צו טאן. זיי ווייסען נישט ווי אזוי אים צו עסן, ער ציעט זיי אראפ די הויזן טאג איין אין טאג אויס, זיי גייען טאטאל באנקערס....[/justify]
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב געזוכט עפעס א ווארט וויאזוי מ׳ספעלט עס אין אידיש.
קומט ארויף די תגובה ווי דער קאך לעפל שימפט אויף שיף און פעלאוסי אז זיי זענען גאר די ליגענערס און קאראפטירט.



דו ביסט די ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס איז געוועהן אזא גרויסע ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס אזויפיל פון זיינע אייגענע מענטשען זענען געגעאנגען זיצן אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן.

אלע אמעריקאנע פרעזידענטס אין היסטאריע פון איבער צוויי הונדערט יאהר צוזאמען האבן נישט געהאט אזויפיל lawsuits אין זייער לעבן!
(אפילו מ׳זאל רעכענען נאר די קלאגעס פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט)


קיין איינער האט נישט אזויפיל מאל באנקראטירט!

שיף און פעלאוסי האבן אמאל געהאט א פאלשע University??? זיי האבן אמאל געהייערט ארבייטארער און זיי נישט באצאלט?
זיי האבן גענומען ארבייטארער און זיי נאר געצאלט 5 דאללער א שעה???


זיי האבן ארויסגעלייגט קליינע מענטשען פון ביזנעס?

דעוויד קעי דזשאנסאן א באוואוסטער דזשורנאליסט גייט שוין נאך טראמפ מיט זיינע קרימינאלע אקטיוויטי פאר צוואנציג יאהר האסט געליינט זיין ביכל? ניין פעיק ניוס?

דו ווייסט וויפל מענטשען קלעימען אז טראמפ האט זיי באגנבט?

אבי געהאקט אין קאפ אריין!

ער איז א crook א קרימינאל און פארדעם וויל ער נישט ווייזן זיינע טעקסעס.

ער האט אין זיין לעבן געטוהן נאר קרומע זאכן. און אלעס באנקראטירט.

קיין איין ווארט אמת קומט נישט ארויס פון זיין מויל!

דריי א קאפ פאר א צווייטן.

שיף און פעלאוסי זענען אמתע מענטשען מיט א ריינע היסטאריע! לאמיר שוין הערן די ליגענט וואס ער זאגט...

טראמפ איז א קרימינאל און ער קען נישט אפילו די גראדע סיסטעם. ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין גראדע מענטש. יעדער וואס האט געדילט מיט אים זאגט די זעלבע זאך.

ער האט גענומען קאמפעניס צו בויען זיינע קאסינאס און ער האט זיי נישט באצאלט! אסאך פון זיי זענען ארויס פון ביזנעס וועגן אים....
קליינע ביזנעסעס וואס זענען שוין אנגעגעאנגען פאר דריי דורות!

אפילו די ארימע מענטשען וואס האבן געוואשן די דישעס אין זיין קאסינא האט ער באגנבט!

שיף איז א ליגענער! דיין מאמע איז א ליגענער!

יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס... כמיין די official slogan פון די רעפובליקאנער זאלן זיין
״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״. און די חסידים וואס שטיצן אים זענען נאך די מערסטע אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף!
Old-fashioned hypocrisy

וואס פארא ליגענט האט שיף געזאגט אז דו רופסט אים א ליגענער??? אפשר איינער וואס האלט אנדערש פון דיר ווערט אוטמאטיש א ליגענער!!!

קענעדי איז געוועהן א אנטיסמיט!!! דאס איז אמת! וואס דו שרייבסט דא איז דאך כולו אמת... נאר שיף איז די ליגענער!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך גראף »

@שבת אחים
טראמפ איז אסאך ווי דו שרייבסט, נאר די פראבלעים איז אז קאנגרעס - דעמאקראטן זענען נאר פארנומען עם אונטער צוברענגן. עס איז דא אסאך זאכן וואס דארפ'ן געטון ווערן אבער זיי זענען אזוי אן געביסען אז זיי זעהן נאר רויט (תרתי משמע). איך מיין אז רוב אמעריקא האט אנדערע דאגות ווי אימפיטשען טראמפ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:איך האב געזוכט עפעס א ווארט וויאזוי מ׳ספעלט עס אין אידיש.
קומט ארויף די תגובה ווי דער קאך לעפל שימפט אויף שיף און פעלאוסי אז זיי זענען גאר די ליגענערס און קאראפטירט.



דו ביסט די ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס איז געוועהן אזא גרויסע ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס אזויפיל פון זיינע אייגענע מענטשען זענען געגעאנגען זיצן אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן.

אלע אמעריקאנע פרעזידענטס אין היסטאריע פון איבער צוויי הונדערט יאהר צוזאמען האבן נישט געהאט אזויפיל lawsuits אין זייער לעבן!
(אפילו מ׳זאל רעכענען נאר די קלאגעס פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט)


קיין איינער האט נישט אזויפיל מאל באנקראטירט!

שיף און פעלאוסי האבן אמאל געהאט א פאלשע University??? זיי האבן אמאל געהייערט ארבייטארער און זיי נישט באצאלט?
זיי האבן גענומען ארבייטארער און זיי נאר געצאלט 5 דאללער א שעה???


זיי האבן ארויסגעלייגט קליינע מענטשען פון ביזנעס?

דעוויד קעי דזשאנסאן א באוואוסטער דזשורנאליסט גייט שוין נאך טראמפ מיט זיינע קרימינאלע אקטיוויטי פאר צוואנציג יאהר האסט געליינט זיין ביכל? ניין פעיק ניוס?

דו ווייסט וויפל מענטשען קלעימען אז טראמפ האט זיי באגנבט?

אבי געהאקט אין קאפ אריין!

ער איז א crook א קרימינאל און פארדעם וויל ער נישט ווייזן זיינע טעקסעס.

ער האט אין זיין לעבן געטוהן נאר קרומע זאכן. און אלעס באנקראטירט.

קיין איין ווארט אמת קומט נישט ארויס פון זיין מויל!

דריי א קאפ פאר א צווייטן.

שיף און פעלאוסי זענען אמתע מענטשען מיט א ריינע היסטאריע! לאמיר שוין הערן די ליגענט וואס ער זאגט...

טראמפ איז א קרימינאל און ער קען נישט אפילו די גראדע סיסטעם. ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין גראדע מענטש. יעדער וואס האט געדילט מיט אים זאגט די זעלבע זאך.

ער האט גענומען קאמפעניס צו בויען זיינע קאסינאס און ער האט זיי נישט באצאלט! אסאך פון זיי זענען ארויס פון ביזנעס וועגן אים....
קליינע ביזנעסעס וואס זענען שוין אנגעגעאנגען פאר דריי דורות!

אפילו די ארימע מענטשען וואס האבן געוואשן די דישעס אין זיין קאסינא האט ער באגנבט!

שיף איז א ליגענער! דיין מאמע איז א ליגענער!

יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס... כמיין די official slogan פון די רעפובליקאנער זאלן זיין
״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״. און די חסידים וואס שטיצן אים זענען נאך די מערסטע אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף!
Old-fashioned hypocrisy

וואס פארא ליגענט האט שיף געזאגט אז דו רופסט אים א ליגענער??? אפשר איינער וואס האלט אנדערש פון דיר ווערט אוטמאטיש א ליגענער!!!

קענעדי איז געוועהן א אנטיסמיט!!! דאס איז אמת! וואס דו שרייבסט דא איז דאך כולו אמת... נאר שיף איז די ליגענער!


וועלכע ווארט האסטו געזוכט צו ספעלן? איך וויל וויסן דאס מער נישט צו נוצן....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:[וועלכע ווארט האסטו געזוכט צו ספעלן? איך וויל וויסן דאס מער נישט צו נוצן....

post-truth
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[וועלכע ווארט האסטו געזוכט צו ספעלן? איך וויל וויסן דאס מער נישט צו נוצן....

post-truth


נאדיר מיין מיטל פינגער!
פארשפארט