בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 4:06 pm
דורך עך עך אי אר
און די אנדערע ווערטער פון בית יהודה טייטש פארשטייסטו יא?

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 6:41 pm
דורך דורש אמת
אישתישבי האט געשריבן:אויף וויפיל איך בין מסכים אויף דער חוצפה פין אויסשניידן סימנים צוליב אזעלכע שטותים, אבער דא בין איך גראדע צופרידען, ווייל איך דארף נישט אז די הלכות וויפיל גער און תולדות אהרן זענען גערעכט, זאלען זיין אויבגעפסקנט פאר יעדער. נאכדעם וועט מיין טאכטער אדער אייניקעל קיינמאל נישט הנאה האבן אין לעבען.

ואם תאמר, פין ווי ווייס איך אז זיי וועלען אויסארבעטן די הלכה ווי גער? חזקה שליח עושה שליחותו, און כידוע איז המחמיר האט זה משובח.
טעות… דער לשון איז המחמיר תבוא עליו ברכה. אויף דעם פרעגט דער סלאנימער רבי, און איינער וואס איז נישט קיין מחמיר זאל קיין ברכה נישט קומען אויף אים? איז דער תירוץ: א נארמאלער געזונטער איד וואס איז נישט קיין גרויסער מחמיר איז שוין א געבענטשטער…אבער א מחמיר איז שוין אין א סכנה … און דערפאר דארף ער וויכטיג א ברכה!


Sent from my iPad using Tapatalk

כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 7:32 pm
דורך דורש אמת
כרם זית האט געשריבן:לכבוד שבועות איז כדאי אנצומערקן באותו ענין, איבער די ניגון פון החזון יוסלע רוזנבלאט ז''ל ''וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען'', וואס אונזערע קינדער וואלטן אין א געווענטליכע יאר יעצט געלערנט אין חדר. אז אויך דא האט ידי הצענזור שולט געווען. בתוך הדברים פרעגט ער, ''ווער וועט אינז נביאה זאגן אויפן סעודוניו?'', און ער ענטפערט ''מרים הנבואה!''. וויינג ווייסן אז אויפן רעקארדירונג הערט זיך עס גאנץ אנדערש, קענטיג נשפע פונעם יידיש טעאטער, ''ווער וועט אונז טאנצן אויפן סעודניו? מרים הנבואה!''...
בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע רבי האט משנה געווען פונעם ארגינעלעם ניגון.
דאס ליד שטאמט פונעם באוואוסטן קעלעמער מגיד, א קנאי, פון די דריי גרעסטע תלמידים פון רבי ישראל סאלאנטער (נישט זיך אויסמישן מיט רבי שמחה זיסל פון קעלם). זע יעקב מארק, די גדולים פון אונזער צייט.
וועלכער נוסח איז די אריגינעלע? די ערשטע מן הסתם נישט ווייל מיר האבן געהאט אסאך נביאים. די צווייטע איז אפשר אריגינעל. נאך אלעם איז ער געווען א ליטוואק. און סע איז שוין מרומז אין תורה ״ותצאנה הנשים בתופים ובמחולות ותען להם מרים״. אגב דער אריגינעלער טייטש פון דאס ווארט אפיקומן האט געמיינט ״טאנצנדיגע מיידלעך״. ….
אויך דאס לידל ״אוי חנוכה אוי חנוכה״ איז צענזורירט.
לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא. זע עונ״ש פון דוד אסף.


Sent from my iPad using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 6:03 pm
דורך מנחם ציון
דורש אמת האט געשריבן:לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.


Sent from my iPad using Tapatalk

אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 9:36 pm
דורך מהיכא תיתי
מנחם ציון האט געשריבן:
דורש אמת האט געשריבן:לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.


Sent from my iPad using Tapatalk

אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן
אויך האט ער אויסגעמעקט דעם נאמען פונעם מחברטע פון 6 לידער ווייל זי איז ארויס פונעם סיסטעם.


Sent from my iPad using Tapatalk

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:40 am
דורך טאמבל סאס
ס'קוקט אויס ווי ארץ ישראל ווערט מער און מער צוגעפאסט פאר א חרידישער געפירטע סטייל גאווערנמענט https://news.google.com/articles/CBMigQ ... id=GB%3Aen

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 8:03 am
דורך קהל'ס נער
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:40 am ס'קוקט אויס ווי ארץ ישראל ווערט מער און מער צוגעפאסט פאר א חרידישער געפירטע סטייל גאווערנמענט https://news.google.com/articles/CBMigQ ... id=GB%3Aen
ווען אל-ג׳אזירא וואלט ווען געוועהן א תמימות׳דיגע נייעס אגענטור ביסטו גערעכט.
אבער אין פאקט איז עס א פראפעגאנדע מאשין פארשלייערט אלץ נייעס אגענטור, אזוי ווי ס׳האט זיך שוין ארויסגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל.
און רעד שוין נישט פון די באהאלטענע אנטי-ישראל פראפעגאנדע, נאר פון אפענע שקרים וואס זיי האבן געפעדעלט וויסענדיג אז ס׳איז פאלש, און די ערגסטע אפענס איז געוועהן ביים אויפרייס אינעם אל-אהלי שפיטאל וואס אפילו נאך ס׳איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א ראקעט וואס די פאליסטינער אליינס האבן געווארפען, האט אל ג׳זירה נאך אלץ באשמיצט די מדינה אז זיי האבן עס געטוהן.

איך האלט אז די מדינה איז צי נייס צי זייערע שונאים, זיי וואלטן שוין לאנג געדארפט ארויסווארפן אל-ג׳זירה, און בכלל טריטען זיי די טעראריסטען צי שיין.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:21 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:47 pm הגם אז די טעמע ווערט שוין דערמאנט אין אנדערע ערטער אויך אין שטיבל, פון דעסטוועגן האלט איך אז עס פארדינט אן עקסטער אשכול.

די יו"ט האב איך גע'עפענט אן עוז והדר משנה ברורה חלק ב', ומה רבתה הפתעתי אז סי' ר"מ און רמ"א האט מען גענצליך אויסגעשניטען. עס איז באקאנט אז פסקי תשובות האט געמאכט אן עקסטער קונטרס אויף די סימנים, אבער דא עגזיסטירט עס אין גאנצען נישט.
האב איך גע'עפענט א משנה ברורה מהדורת דרשו, און דארט האבען זיי געדרוקט די משנה ברורה, אבער אן קיין שום תוספת. אין אלע אנדערע סימנים האבען זיי פסקים שונים מפי רבנים שונים, ריכטיג און נישט ריכטיג אראפ געברענגט, אבער אויף די סימן איז עס שא שטיל.

הערסט הרב קארו? האסט געמאכט א מיסטעיק מיט'ן שרייבען די סימנים, און באמת דער מיסטעיק האט ער געלערנט פון דער טור וואס האט שוין געשריבען די סימנים. אשרי חלקינו אז מיר האבען פארזארגערס וואס צענזורירען די תורה, און אזוי קען יעדער טון וואס ער וויל, אין די עניינים האט ער נישט וואס צו זוכען אין די תורה ואיש הישר בעיניו יעשה. ממש כ'ניאקישקייט אין די סערוויס פון ליבערליזם.
אויפ'ן בעל עוז והדר (הרב יושע לייפער) איז אינגאנצן נישט קייין חידוש. ער וויל אייביג זיין אויף די ריכטיגע זייט פון די "פרומע" הוגי דיעות.

אויך דאס איז נישט קיין חידוש אז זיין חיבור/קאמענטאר/פירוש איז פול מיט בורות און נישט ריכטיגע אינפארמאציע. זיין "פירוש" אויף די בלע"ז ווערטער פון רש"י איז א דזשאוק. מ'קען מיינען אז א 5 יעריג קינד האט עס געשריבן.

דרשו איז שוין מער צו די זאך. נאר זיי ווילן אויך געפעללן פאר סאטמאר. זיי (און דער מייסד) זענען דאנקבאר אז סאטמאר האט זיי נישט גע'אסר'ט. אזוי ווי א יעדע אנדערע זאך אין אידישקייט וואס זיי האבן נישט "אויפגעטראפן". אפילו די מענטשן וועלכע ערשיינען אין זייערע אדווערטייזמענטס זענען אויך פון ריכטיגן שניט. מיט גרויסע (שיעור) פיאות און די העמד געקנעפלט רעכטס אויף לינקס. (כדרך בגדי נשים).

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:31 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 8:03 am
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:40 am ס'קוקט אויס ווי ארץ ישראל ווערט מער און מער צוגעפאסט פאר א חרידישער געפירטע סטייל גאווערנמענט https://news.google.com/articles/CBMigQ ... id=GB%3Aen
ווען אל-ג׳אזירא וואלט ווען געוועהן א תמימות׳דיגע נייעס אגענטור ביסטו גערעכט.
אבער אין פאקט איז עס א פראפעגאנדע מאשין פארשלייערט אלץ נייעס אגענטור, אזוי ווי ס׳האט זיך שוין ארויסגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל.
און רעד שוין נישט פון די באהאלטענע אנטי-ישראל פראפעגאנדע, נאר פון אפענע שקרים וואס זיי האבן געפעדעלט וויסענדיג אז ס׳איז פאלש, און די ערגסטע אפענס איז געוועהן ביים אויפרייס אינעם אל-אהלי שפיטאל וואס אפילו נאך ס׳איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א ראקעט וואס די פאליסטינער אליינס האבן געווארפען, האט אל ג׳זירה נאך אלץ באשמיצט די מדינה אז זיי האבן עס געטוהן.

איך האלט אז די מדינה איז צי נייס צי זייערע שונאים, זיי וואלטן שוין לאנג געדארפט ארויסווארפן אל-ג׳זירה, און בכלל טריטען זיי די טעראריסטען צי שיין.
זיי געבן אבער א פלאטפארמע פאר אזעלכע צודרייטע ברואים ווי ישראל דויד ווייס. און ער הייבט אייביג אן זיינע "דרשות" מיט די איסלאמישע "ברכה"...אינש'אללאה (מיט די הילף פון אללאה...און ער זעהט בכלל נישט קיין סתירה צו זיין בארד און פיאות און חסיד'ישן לבוש. שוין אפגעזעהן פון די שנאת ישראל וואס ער פרעדיגט.

אן אראבישער אינטערוויוער וואס רעדט ענגליש פון על-דזשאזירא האט איהם אמאל געפרעגט..."לויט דיינע ווערטער וואס דו זאגסט קומט דאך אויס אז דו ביסט א "סעלף העיטינג דזשו".

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:32 am
דורך יאסל ראקאווער
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:12 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
יאסל ראקאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:32 am ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
און יחבק לה בעלה...

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:29 pm
דורך משה רבקש
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:12 pm
יאסל ראקאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:32 am ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
און יחבק לה בעלה...
און 'ימינא ושמאלא וב....'

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:16 pm
דורך גאר נייגעריג
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 8:03 am
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:40 am ס'קוקט אויס ווי ארץ ישראל ווערט מער און מער צוגעפאסט פאר א חרידישער געפירטע סטייל גאווערנמענט https://news.google.com/articles/CBMigQ ... id=GB%3Aen
ווען אל-ג׳אזירא וואלט ווען געוועהן א תמימות׳דיגע נייעס אגענטור ביסטו גערעכט.
אבער אין פאקט איז עס א פראפעגאנדע מאשין פארשלייערט אלץ נייעס אגענטור, אזוי ווי ס׳האט זיך שוין ארויסגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל.
און רעד שוין נישט פון די באהאלטענע אנטי-ישראל פראפעגאנדע, נאר פון אפענע שקרים וואס זיי האבן געפעדעלט וויסענדיג אז ס׳איז פאלש, און די ערגסטע אפענס איז געוועהן ביים אויפרייס אינעם אל-אהלי שפיטאל וואס אפילו נאך ס׳איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א ראקעט וואס די פאליסטינער אליינס האבן געווארפען, האט אל ג׳זירה נאך אלץ באשמיצט די מדינה אז זיי האבן עס געטוהן.

איך האלט אז די מדינה איז צי נייס צי זייערע שונאים, זיי וואלטן שוין לאנג געדארפט ארויסווארפן אל-ג׳זירה, און בכלל טריטען זיי די טעראריסטען צי שיין.
DONE

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:31 pm
דורך berlbalaguleh
יאסל ראקאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:32 am ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
נאך א מזל אז דער זמר אזמר בשבחין איז געשריבן אין אראמיש. וואס די עמי הארצים פארשטייען נישט. ווען ס'וואלט געווען געשריבן אין אידיש אדער לשה"ק וואלט די התאחדות שוין לאנג ארויסגעגעבן אן איסור דאס צו זינגען.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:33 pm
דורך טאמבל סאס
@קהל'ס נאר, קען זיין ס'איז אמת אבער ס'איז נישט פאר א גאווערנמענט מחליט צוזיין ווייל לו יצוייר די גאווערנמענט זאגט עס פאר סיי ווער ס'קריטיקירט זיי?
אויך האבן מענטשן א גוטע שמעק און דיע נייעס אגענטורן וואס רעפארטן מיט אן אגענדע זענען גוט באוואוסט. מ'ברויך נישט דערפאר בעננען. זיי זענען דאך נאר א נייעס אגענטור נישט אן ארעם פון א טעראר גרופע, נישט אזוי?

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:36 pm
דורך berlbalaguleh
משה רבקש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:29 pm
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:12 pm
יאסל ראקאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:32 am ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
און יחבק לה בעלה...
און 'ימינא ושמאלא וב....'
ס'איז דא נאך חרוזים. נאך א מזל אז ס'איז נישט דא (אדער מ'קען נישט טרעפן) עפעס וועגן ציונות.

הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר וועלן שוין עפעס טרעפן.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:51 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
בד"וו וואס מיינט בטיש בטישין?

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:29 pm
דורך יאסל ראקאווער
ווען די ווערסט געוואור לאז מיר וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס אויף א פובליק פארום. די ניגון רעדט דאס פון די סוד. ער זינגט וועגן סודא דילא. ותרתי משמע.

כפטיש בטיש ויפוצץ כתישין, פגישת אור אחד בחבירו נקרא בטישה.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:00 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
יאסל ראקאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:29 pm ווען די ווערסט געוואור לאז מיר וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס אויף א פובליק פארום. די ניגון רעדט דאס פון די סוד. ער זינגט וועגן סודא דילא. ותרתי משמע.

כפטיש בטיש ויפוצץ כתישין, פגישת אור אחד בחבירו נקרא בטישה.
נישט פארשטאנען. שיק מיר באישי ברחל בתך הקטנה און איך וועל שוין שרייבן אויף א פובליק פארום.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:13 pm
דורך היום
לכה דודי טייטשן אויף יודיש קען איינער?

וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה ״שֹׁאסָיִךְ״
וְרָחֲקוּ כָּל ״מְבַלְּעָיִךְ״

Re:

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:17 pm
דורך היום
מנחם ציון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2021 6:03 pm
דורש אמת האט געשריבן: לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.


Sent from my iPad using Tapatalk
אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן

און דעם באקאנטען ״יאקאב״

״די קריגסט די ״שענסטע״ כלה אויף דער וועלט
איז געווארן געטוישט ביי עהם אויף ״בעסטער״ כלה.

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:42 am
דורך סביב העולם
יאסל ראקאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:32 am ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
מיינסט כתיש כתישין? בטיש בטישין איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס...

Re: Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:09 pm
דורך צומישט און צוחישט
היום האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:17 pm
מנחם ציון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2021 6:03 pm
דורש אמת האט געשריבן: לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.


Sent from my iPad using Tapatalk
אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן

און דעם באקאנטען ״יאקאב״

״די קריגסט די ״שענסטע״ כלה אויף דער וועלט
איז געווארן געטוישט ביי עהם אויף ״בעסטער״ כלה.
די ווערטער "איך האב א טאכטער יונג און שעין איך וועל דיר געבן פאר א כלה.. יאקאב.."
האבן זיי יא געלאזט?