בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 10:27 am
דורך קורקלענד
די עולם דא איז קאנווינסד אז ס'האנדלט זיך דא פון הויכע מיליאנען. די וואס ווייסן וויאזוי די זאכן ארבעטן זאגן אז מ'פארדינט זייער ווייניג אויף אזעלכע קאנטראקטן. ס'איז נאר די האפענונג פאר די גרויסע פאטענציאל אויף ווען די ערשטע קאנטראקט לויפט אויס. וואס אויב ווערט ער אויפגעכאפט וועט ער קענען נעגאושיעטן א גוטע דיעל.
ווייסט איינער אויב דא איז אנדערש? איך בין נישט נייגעריג וויפיל ער פארדינט דא. אבער איך פארשטיי אז די עולם דא קען נישט די דעטאלן פון זיין קאנטראקט, און ס'איז זייער מעגליך אז ס'גארנישט אזוי ווי די עולם דא מיינט. און אויב ווערט ער נישט אויפגעכאפט (גענוג) אין די סעקולערע וועלט, און פון די אנדערע זייט וועט ער פארלירן זיינע אווענטן אין די קאמיוניטי פון וואו ער פלעגט זיך פלעגן מיט ברויט און פיטער דאן איז גארנישט דא וואס מקנא צו זיין.
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 6:54 pm
דורך כף הקלע
ראה ערך יוסעלע ראזענבלאט
שלום איז די עתיד פון די נישט עקסטרעמע חסידים. יונגעלייט וואס פארשטייען אז אין אמעריקע האבן זיי רעכטן און קענען איגנארירן טעראר. מען קען זיין א חסיד מיט שטאלץ און מען קען אויך זיין א נארמאלע חלק פון די סאסייעטי, מיט אלע בענעפיטן וואס קומען מיט דעם. אמעריקע פארמאגט און אקסעפטירט אלע סארט קולטורן און רוב אמעריקאנע בירגער האבן נישט פיינט א יוד. ס'איז נישטא קיין סיבה אז מיר זאלן נישט ווייזען אז מיר ווילן זיין א פאדוקטיוו חלק פון דעם לאנד, און מיר קענען אויך געבן נישט נאר נעמען.
אין 20 יאר וועט זיין א נארמאלע ערשיינונג אז מיר וועלן האבן קאנגרעסלייט, דשאדשזעס, פאליציי, דאקטוירים, אדוואקאטן וכו מיט די גאנצע שמונה בגדים. מען קען זיין א ווארעמע חסיד און אויך זיין א מענטש ווי אלע. למשל, פארוואס זענען נישט דא הונדערטער יונגעלייט אדוואקאטן פארן היימישע עולם, און מאכן פרנסה בריווח בדרך כבוד? ס'איז א לאנגע שמועס, אבער איך מיין אז רוב נארמאלע חסידים וועלן ציען אין דעם ריכטונג.
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:59 am
דורך החוקר
כף הקלע האט געשריבן:רוב אמעריקאנע בירגער האבן נישט פיינט א יוד.
[emoji54][emoji54]
רעב איד, איי העיט טו ברעיק איט פאר יו, אבער איר לעבט אין זייער א טיפן טעות. וועקט אייך אויף.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
אינטערעסאנט אז איך האב נאכנישט געטראפן א גוי וואס פיינט אידן, אויב האסטו יא געטראפן אזא איינער איז עס מן הסתם געווען אלץ כמים הפנים לפנים. אוודאי, אז דו קוקסט אן דעם שמוציגן גוי פון אונטן ארויף מיט פארדאכט און עקל אוודאי האט ער דיך פיינט, פרוביר נאר איינמאל רעדן צו איהם פריינדליך מיט מענטשליכע רעספעקט וועט ער דיך שוין איינמאל ליב האבן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:29 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך ווייס נישט פאר וועם דו זאגסט "אבי גערעדט"... פאר כף הקלע אדער פאר החוקר. ווייל החוקר איז זייער שטארק גערעכט. מ'קען זאגן אז רוב עוורידזש אמעריקאנער בירגערס האבן נישט פיינט א איד מיט א ברענעדיגע שנאה אז זיי ווילן זיי אריינלייגן אין די גאז אויוונס. אבער דאס זינגען פון א אידישן זינגער מיט א חסיד'ישע טראגע וועט זיכער נישט פארמערן און פארגרעסערן די סימפאטיע וואס זיי האבן צו אידן.
ווען ער (שלום לעממער) האט געזינגען די נאציאנאלע הימנע אין א ספארטס סטעדיום, האט עס אין דעם קורצן טערמין יא צוגעגעבן צו די גוי'אישע סימפאטיע צו אידן (לפענ"ד). אבער אין דעם לאנגן טערמין וועט עס גארנישט טוישן.
אויך איז דא נאך אן עלעמענט, די ליבעראלע מידיע, וועלכע זענען היבש אנגעשטעקט מיט אומ-סימפאטיע צו אידן און א שטארקע אומ-פארגינערישקייט. אט די זעלבע מידיא וועלכע בויען איינעם אויף אין אנהייב, די זעלבע מידיא קען איהם רודפ'ן און צושטערן זיין נאמען...!
איך וועל דא פארציילן אן עפיזאד פון מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט גויים, בכלל.
אין מיינע יונגע יארן האביך געארבעט אלס עלעקטרישן אויף א (גרויסע) קאנסטראקשן סייט אין מאנהעטן. ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז אויף א קאנסטראקשן סייט זענען די עלעקטריק ווייערס נאכנישט מסודר, נאר מ'ציעט ווייערס רעכטס און לינקס לפי הצורך. מאכט זיך איין טאג ווען דער הויפט עלעקטרישן פון מיין קאמפאני וואו איך האב געארבעט איז פונקט נישט געווען דארט, און א גולם קלאץ, א פרישער אימיגראנט פון איירלאנד האט געפיהרט א וועגעלע מיט א לאנגן, שפיציגן אייזן. און ס'האטציך פארטשעפעט אין די ווייערס. און ס'האט געמאכט א "שארט"... נישט נאר האבן זיך אלע לייטס פארלאשן. נאר ס'האטציך גענומען ברענען. מ'האט געשפירט דעם גערוך פון די שמעלצנדע פלעסטיק פון די ווייערס. און אלע האבן געשריגן "עלעקטרישן"... דעמאלס ביניך, אני הקטן, צוגעטרעטן און געראטעוועט דעם מצב. צוערשט ביניך אריינגעגאנגען אין "עלעקטריק רום", וואו ס'איז דא הונדערטער ווייערס, אויפגעזוכט די געשעדיגטע ליין און עס אפגעשניטן אז ס'זאל נישט ווייטער קאכן. פארוואס דער ברעיקער האט נישט געפלאצט איז א סיבה פאר זיך ואכמ"ל. און נאכדעם געצויגן נייע ליינס פאר לייטס און פלאגס פאר אלע ארבעטערס וועלכע האבן עס פארלאנגט. הקיצור, א יעדער האט געריהמט מיין ארבעט. און איך בין געווען דער העלד פון טאג.
אבער טאקע ממש א טאג האט אנגעהאלטן די הכרת הטוב צו מיר, ווייל א טאג שפעטער האט א גוי'אישער ארבעטער געכאפט א קראץ פון א ספאט לייט וועלכע איז נישט געווען גוט פארבינדן. דורך אן אנדערן ארבעטער פון מיין קאמפאני. און דער גוי דער So much "וויקטים" האטציך גענומען שעלטן מיך פערזענליך און אלע אידן.
So much for Jewish heroes...!
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:40 am
דורך כף הקלע
אמעריקא איז פול מיט מענטשן מיט מענטשליכע שוואכקייטן, נישט ווייניגער פון די שוואכקייטן פונם עם הנבחר. אוודאי איז דא מענטשן וואס האבן נישט ליב מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי, און זיי האסן שחורים, אינדיאנע, ווייסע, מעקסיקאנע, פארטריקאנע, אראבער, און ווער ווייסט ווער נאך, די שכן וואס האט אים אמאל קרום אנגעקוקט, זיין מיטארבעטער, זיין ברודער וכו' און יידען אויכעט.
שלעכטע מענטשן איז דא איבעראל, אבער אזא זענאפאביע וואס מען לערנט אין חדרים טרעפט מען ווייניג אין אמעריקא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:50 am
דורך berlbalaguleh
כף הקלע: אין דייטשלאנד אין די חדרים האט מען געלערנט זענאפיליע. (ניין. נישט פעדאפיליע) און פאטריאטיזם. און די דייטשע אידישע באפעלקערונג זענען טאקע אויסגעוואקסן גרויסע זענאפיללן און פאטריאטן. נאר בעת צרה איז זיי דאס אללעס בייגעשטאנען ווי א רעטעך. מ'האט זיי צובראכן און צושטערט און אריינגעלייגט אין קאנצענטראציע לאגער'ן. ענד אוו סטארי...!
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:05 pm
דורך כף הקלע
בערל, פון דיין ווערטער איז משמע איז ביסט מודה אז היינט לערנט מען זענאפאביע אין חדרים, מען לערנט קינדער פון קינדווייז אן אז א גויישע לעבן איז נישט ווערט מער ווי א הונט. נאר וואס, האסט א תירוץ דערפאר. נו, ביי די טאליבאן האבן זיי אויך זייער גוטע "סיבות" פארוואס מען דארף יעדען הארגענען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:15 pm
דורך berlbalaguleh
כף הקלע: מיט דעם ביסטו גערעכט אז די רעבעס און טאטעס וועלכע לערנען אויס זייערע קינדער צו פיינט האבן א גוי אדער צו קוקן אויף איהם ווי א בהמה זענען משוגעים. און זיי שעדיגן זייערע קינדער. אבער זיי זענען נאר א מיעוטא ד'מיעוטא. א נארמאלער טאטע און א נארמאלער רבי לערנט אויס אז מ'דארף רעספעקטירן א יעדן מענטש. און א יעדער מענטש. א גוי אדער א איד האט א ווערד אלס דעם אייבישטנ'ס באשעפעניש. אבער אין די זעלבע צייט קענמען זיך נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז ס'זענען פארהאן גויים וועלכע וויללן אונז, אין בעסטן פאל פאריאגן און דערנידעריגן...!
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:17 pm
דורך כף הקלע
berlbalaguleh האט געשריבן:כף הקלע: מיט דעם ביסטו גערעכט אז די רעבעס און טאטעס וועלכע לערנען אויס זייערע קינדער צו פיינט האבן א גוי אדער צו קוקן אויף איהם ווי א בהמה זענען משוגעים. און זיי שעדיגן זייערע קינדער. אבער זיי זענען נאר א מיעוטא ד'מיעוטא.
נישט אמת
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 12:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:כף הקלע: אין דייטשלאנד אין די חדרים האט מען געלערנט זענאפיליע. (ניין. נישט פעדאפיליע) און פאטריאטיזם. און די דייטשע אידישע באפעלקערונג זענען טאקע אויסגעוואקסן גרויסע זענאפיללן און פאטריאטן. נאר בעת צרה איז זיי דאס אללע בייגעשטאנען ווי א רעטעך. מ'האט זיי צובראכן און צושטערט און אריינגעלייגט אין קאנצענטראציע לאגער'ן. ענד אוו סטארי...!
דו ווילסט וואוסן וועם נאך מ'האט אריינגעלייגט אין קאנצענטראציע לאגערן? ציגיינער, הוי"ה'ס עדים, הומוס, פאלאקן, רוסן, און וועם נישט. אין אמעריקע נעמט מען יעדעם אן. די אלע וועלכע קענען נישט ליידן קיין מינאריטעטן זענען טאקע די מינאריטעטן אליינס וועלכע לעבן זיך אין זייער אייגענע באבל, דער איד האט פיינט דעם שווארצער, דער מעקסיקאנער האט פיינט דעם אראבער, דער כינעזער האט פיינט דעם איטאליענער. דער גוי אין טעקסאט לעבט זיך זיין לעבן אין ווייסט ניטאמאל וואס דו ווילסט פון איהם, די גאנצע אנלויפעניש פון מינאריטעטן אין ניו יארק סיטי איז איהם פונקט אזוי נוגע ווי די מלחמות אין סיריע.
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:39 pm
דורך גראף
אן איינרעדעניש אז מענטשן גיי'ן, קענען, דארפ'ן ליב האבן יעדען איינעם. קיינמאל נישט! ס'איז די נאטור אז מען האט מער ליב די אייגענע ראסע, נאצייאל, קא-רעליגעסט, קאמיונעטי, שכנים און משפחה איינס מער פון די צווייטע. נישט דווקא ליב האבן און אויך נישט פיינט האבן איז מיינעך רוב אמעריקא. פארשטייט זיך אז אזוי וועט מען אסאך שנעלער שעלטן א איד וואס האט געפיפען צו להבדיל אנדערע מיינארעטי וואס שרייבט דיר א טיקעט. אבער עס מאכט יענעם נאך נישט פאר א ראסיסט. דער נעקסטע טאג האט ער שוין פארגעסן און וועט דיר מעגליך אפילו העלפן. פארשטייט זיך ווי לאנג דו פייפסט נישט....
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:40 pm
דורך moneyminded
תורה ומדע האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.
מסכים. פראבלעם איז אז אפילו מיט א גוטע עדיוקעישן קען מען ניט מפרנס זיין און חתונה מאכן א משפחה מיט צעהן קינדער. דער זינגער מיט נאציונעלער אנערקענונג וועט אפשר יא דאס קענען באווייזען בדרך כבוד ובהיתר אהן א הארצוויי.
דאנט ווארי שלום לעממער וועט קיין 10 קינדער נישט האבן[emoji3] , ער האט אפשר יעצט 2 אדער 3
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:46 pm
דורך moneyminded
כף הקלע האט געשריבן:אמעריקא איז פול מיט מענטשן מיט מענטשליכע שוואכקייטן, נישט ווייניגער פון די שוואכקייטן פונם עם הנבחר. אוודאי איז דא מענטשן וואס האבן נישט ליב מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי, און זיי האסן שחורים, אינדיאנע, ווייסע, מעקסיקאנע, פארטריקאנע, אראבער, און ווער ווייסט ווער נאך, די שכן וואס האט אים אמאל קרום אנגעקוקט, זיין מיטארבעטער, זיין ברודער וכו' און יידען אויכעט.
שלעכטע מענטשן איז דא איבעראל, אבער אזא זענאפאביע וואס מען לערנט אין חדרים טרעפט מען ווייניג אין אמעריקא.
In one word
"I feel your pain"
עשו שונא ליעקב איז אלט אפאר טויזענט יאר און נישט קיין חילוק וויפעל די האסט פיינט דיין אויפברענגונג אין די חסידישע ווערטשאפט ליידער ,גייסטו עס נישט טוישן , די פאקט איז אז א אמעריקאנע גוי א ווייסער איבערהויפט האט פיינט א איד , פינטעל ,אימיגראנטען און שווארצע פילן צווייטע קלאס צוזאמען מיט דיר איז עס אויף א שוואכערע פארנעם , אבער מיש נישט אויס דיין שנאה צו חסידישע אידן מיט די שנאה פון גוים צו עני מין איד
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:41 pm
דורך הקטן
כף הקלע האט געשריבן:בערל, פון דיין ווערטער איז משמע איז ביסט מודה אז היינט לערנט מען זענאפאביע אין חדרים, מען לערנט קינדער פון קינדווייז אן אז א גויישע לעבן איז נישט ווערט מער ווי א הונט. נאר וואס, האסט א תירוץ דערפאר. נו, ביי די טאליבאן האבן זיי אויך זייער גוטע "סיבות" פארוואס מען דארף יעדען הארגענען.
א גויישע
לעבן איז נישט דער זעלבער זאך וואו א גוי
מ'קען זיין א געבוירענע איד און פירן א לעבן וואס איז נישט מער ווערט ווי א הונט
בכלל איז זייער נישט שיין פין דיר, כף הקלע, אראפציקיקען אויף הונט, וואס ביסטו מער פין אים? הע?!?
כף הקלע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:כף הקלע: מיט דעם ביסטו גערעכט אז די רעבעס און טאטעס וועלכע לערנען אויס זייערע קינדער צו פיינט האבן א גוי אדער צו קוקן אויף איהם ווי א בהמה זענען משוגעים. און זיי שעדיגן זייערע קינדער. אבער זיי זענען נאר א מיעוטא ד'מיעוטא.
נישט אמת
oh-ye!!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
moneyminded האט געשריבן:עשו שונא ליעקב איז אלט אפאר טויזענט יאר
עשו לעבט שוין נישט אפאר טויזענט יאר.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: עשיו לעבט טאקע שוין נישט א פאר טויזנט יאר. אבער די שנאה פון זיינע קינדער און אייניקלעך צו יעקב'ס קינדער און אייניקלעך גייט אריבער פון דור צו דור. ס'זעהט אויס אז ס'אין די דזשינס...!
דער בארימטער בלוט בילבול וואס די גויים האבן געמאכט אויף אידן אז זיי דארפ'ן הרג'נען א גוי'איש קינד כדי צו נוצן זיין/איהר בלוט פאר די מצות, לעבט נאך היינט. אין יאר 2019.
ס'איז געווען מיט עטליכע יארן צוריק ווען איינער א גוי אן אזוי גערופענער ..."פראפעסאר"... איז געווען אויפ'ן טי. ווי. שאו פון ..."אופרא"... און ער האט געמאכט א סטעיטמענט אז אידן נוצן בלוט פון גוי'אישע קינדער פאר מצות...און זי האט עס נישט אפגעלייקנט...! אויך האביך געזעהן א קליפ ווי אן אזוי גערופענער ..."געלערנטער"... האט מסביר געווען אז נישט אלע אידן נוצן דאס בלוט פון גוי'אישע קינדער פאר מצות. אבער א טייל אידן טוען עס יא...! ער איז שוין א גוטער...!
אין אונגארן זענען די גויים די אנטיסעמיטן איבערצייגט אז די אידן אלס פאלק זענען ריינגעוואשן געווארן פון דעם בלוט בילבול וועלכער איז פארגעקומען אין די לעצטע יארן פון דעם פאריגן יארהונדערט אין די שטאט טיסא-עסלאר, ווייל די אידישע קהילה האט אונטערגעקויפט דעם שופט...!
Re: The Perfect Dream, שלום לעממער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:06 pm
דורך כף הקלע
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: עשיו לעבט טאקע שוין נישט א פאר טויזנט יאר. אבער די שנאה פון זיינע קינדער און אייניקלעך צו יעקב'ס קינדער און אייניקלעך גייט אריבער פון דור צו דור. ס'זעהט אויס אז ס'אין די דזשינס...!
דער בארימטער בלוט בילבול וואס די גויים האבן געמאכט אויף אידן אז זיי דארפ'ן הרג'נען א גוי'איש קינד כדי צו נוצן זיין/איהר בלוט פאר די מצות, לעבט נאך היינט. אין יאר 2019.
ס'איז געווען מיט עטליכע יארן צוריק ווען איינער א גוי אן אזוי גערופענער ..."פראפעסאר"... איז געווען אויפ'ן טי. ווי. שאו פון ..."אופרא"... און ער האט געמאכט א סטעיטמענט אז אידן נוצן בלוט פון גוי'אישע קינדער פאר מצות...און זי האט עס נישט אפגעלייקנט...! אויך האביך געזעהן א קליפ ווי אן אזוי גערופענער ..."געלערנטער"... האט מסביר געווען אז נישט אלע אידן נוצן דאס בלוט פון גוי'אישע קינדער פאר מצות. אבער א טייל אידן טוען עס יא...! ער איז שוין א גוטער...!
אין אונגארן זענען די גויים די אנטיסעמיטן איבערצייגט אז די אידן אלס פאלק זענען ריינגעוואשן געווארן פון דעם בלוט בילבול וועלכער איז פארגעקומען אין די לעצטע יארן פון דעם פאריגן יארהונדערט אין די שטאט טיסא-עסלאר, ווייל די אידישע קהילה האט אונטערגעקויפט דעם שופט...!
אה, האסט אמאל געליינט?
OK boomer
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
כף הקלע: יא. אפשר ביניך א כולל יונגערמאן פון 23 יאר. (אפשר אין נעקסטן גילגול). אבער דו ענטפערסט נישט צו דער זאך. וואס האט דאס צו טון מיט עידזש?!. איך ברענג דיר היסטארישע פאקטן. ווענד עס אפ מיט פאקטן...!
ס'איז דא נאך א איד דא אין קאווע שטיבל וועלכער זעהט נאר גוטס אויף אלע גויים. (איך פערזענליך זעה נישט קיין גוטס און נישט קיין שלעכטס.). און ער טענה'ט אז די היינטיגע גויים זענען שוין גוטע. נישט אזוי ווי זייערע טאטעס און זיידעס זענען געווען...!
איך בין טאקע נאר א כולל יונגערמאן פון 23 יאר. אבער ווען דו וועסט רעדן צו עלטערע אידן וועלכע האבן איבערלעגעבט די 2'טע וועלט מלחמה וועסטו הערן וואס זיי האבן צו זאגן איבער זייערע שכנים אין פוילן אדער אונגארן...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 12:58 am
דורך [NAMELESS]
געווארן עוועילעבל. כ'זעה די אלבום האט אפאר אידישע ניגונים, אבינו מלכינו, חד גדיא, און נאך