בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קענסטו די זעלבע תירוץ זאגן אויף יעדע חסיד'ישע מעשה, אז דער רבי האט אזוי געטון האט ער זיכער געהאט א היתר, ס'נישט דא קיין שום סיבה צו לייקענען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך האב נישט געלייקנט. דאס איז דאך א פאקט וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט. נאר איך האב געזאגט אז ער האט געהאט א ספעציעלע סיבה פארוואס ער האט געדאוונט שפעט...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: איך האב נישט געלייקנט. דאס איז דאך א פאקט וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט. נאר איך האב געזאגט אז ער האט געהאט א ספעציעלע סיבה פארוואס ער האט געדאוונט שפעט...!
און אויב שיניעווע רב האט געהייסן אויספאסטן יום כיפור, און צאנזער רב האט געליינט ויהי בימי אמרפל, האבן זיי זיכער געהאט א ספעציעלע סיבה דערצו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:12 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו האסט דאך געליינט וואס איך האב געשריבן. אז די מעשה איז נישט געווען ביים שינעווער רב. נאר ביים שר שלום מ'בעלזא. און ער האט דאך ארויסגעזאגט דעם הלכה'דיגן טעם פארוואס ער האט געהייסן דעם עולם אויספאסטן. ווייל די דאקטוירים האבן געזאגט אז ווער ס'פאסט יענעם יאר קען ח"ו שטארבן פון די געפערליכע מחלה וועלכע איז ארומגעגאנגען יענעם יאר. און ער האט עס געזאגט אלס דער מרא דאתרא. אלס רב פון דער שטאט. נישט אלס רבי...!