בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 3:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:די אמתע פרצוף פון די פרומע אידן... ליידער! דזשעקבסאן קען פארציילן שיינע מעשיות ער איז א נאצי נוסח 2019!
ווילאנג ער אטאקירט נישט קיין מענטשן, זאל ער זיך רופן נאצי פון היינט ביז מארגן.
א מין קינדערישע גערעדאכץ! ער שטיצט א נאצי... א מענטש וואס פייניקט קינדער... וואס איז געגעאנגען אין געריכט אז ער וויל נישט געבן די קינדער קיין זייף! קיין נארמלע בעט! וכו׳
וויפיל מענטשן האט ער פארגאזט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 4:29 pm
דורך שבת אחים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:די אמתע פרצוף פון די פרומע אידן... ליידער! דזשעקבסאן קען פארציילן שיינע מעשיות ער איז א נאצי נוסח 2019!
ווילאנג ער אטאקירט נישט קיין מענטשן, זאל ער זיך רופן נאצי פון היינט ביז מארגן.
א מין קינדערישע גערעדאכץ! ער שטיצט א נאצי... א מענטש וואס פייניקט קינדער... וואס איז געגעאנגען אין געריכט אז ער וויל נישט געבן די קינדער קיין זייף! קיין נארמלע בעט! וכו׳
וויפיל מענטשן האט ער פארגאזט?
דו קליינע שוטה איינער. אונז דארפן ווארטן ביז ער פארגאזט קינדער?????????
היטלער האט נישט אנגעהויבן צו פארגאזן קינדער אין 1933! נאר סאיז געגעאנגען צוביסלעך... מ׳האט קודם געטוהן פונקט וואס טראמפ האט געטוהן מיט די ספאנישע. מ׳האט זיי קודם נאר באשמיצט ביי ראלליס און די וועלט האט געשוויגן דאס האט אים געגעבן די ״גרין ליכט״ צו גיין ווייטער און ווייטער! פון די מעשה האט זיך די וועלט אויסגעלערנט אז ווען איינער הייבט אן צו שרייען אקעגן א גאנצע מינארעטי דארף מען גלייך מוחה זיין!
טראמפ מיט זיינע מענטשען פייניקן קינדער אויף א שרעקליכע פארנעם ווי קיינמאל ביפאר! סאיז א בושה אז אונז אידן קאמפיינען פאר אים!!!
נאר אידן טאר מען נישט פייניקן! ספאנישע פארוואס נישט? ליידער!!! ליידער ליידער! אוי לה לאותה בושה אוי לה לאותה כלמה!!!
ער איז נאך א ראביי נאך אויך??? הא הא!!! ער איז א נאצי סיפמאטייזער! דאס איז ער!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 4:44 pm
דורך קאך_לעפל
גיוואלד.... און וואו איז שמעון וויזנטאל ווען מער דארף אים אזוי נויטיג...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 5:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן: היטלער האט נישט אנגעהויבן צו פארגאזן קינדער אין 1933! נאר סאיז געגעאנגען צוביסלעך... מ׳האט קודם געטוהן פונקט וואס טראמפ האט געטוהן מיט די ספאנישע. מ׳האט זיי קודם נאר באשמיצט ביי ראלליס און די וועלט האט געשוויגן דאס האט אים געגעבן די ״גרין ליכט״ צו גיין ווייטער און ווייטער!
דו גרויסע שוטה! וויפיל געלט ביזטו גרייט אראפצולייגן אויב טראמפ גייט נישט פארגאזן קינדער אין צען יאר ארום?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 7:00 pm
דורך איך אויך
איינער ווייסט וואס שבת'ל האט היינט איינגענומען?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 7:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער דאקטער האט איהם היינט דיאגנאוזט מיט Trumpphobia.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 7:48 pm
דורך מפיל קינד
איך אויך האט געשריבן:איינער ווייסט וואס שבת'ל האט היינט איינגענומען?
קוקט אויס ווי א ניו יארק טיימס.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 1:18 am
דורך שבת אחים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן: היטלער האט נישט אנגעהויבן צו פארגאזן קינדער אין 1933! נאר סאיז געגעאנגען צוביסלעך... מ׳האט קודם געטוהן פונקט וואס טראמפ האט געטוהן מיט די ספאנישע. מ׳האט זיי קודם נאר באשמיצט ביי ראלליס און די וועלט האט געשוויגן דאס האט אים געגעבן די ״גרין ליכט״ צו גיין ווייטער און ווייטער!
דו גרויסע שוטה! וויפיל געלט ביזטו גרייט אראפצולייגן אויב טראמפ גייט נישט פארגאזן קינדער אין צען יאר ארום?
ווייטער זעהט מען דיין גרויס טפשות. היינטיגע צייטן קען מען דאס טאקע נישט טוהן טאקע דערפאר ווייל נארמאלע מענטשען שרייען....
אבער אויב שרייעט מען נישט און סאיז נישטא קיין social media וואלטן זיי געגעאנגען א שטאפל ווייטער און ווייטער.
ווען נישט די דעמאקראטן און די גאנצע וועלט וואלט נישט פארדאמט די טראמפ אדמינסטראציע וואלטן זיי קלאר געגעאנגען ווייטער און ווייטער- די מענטשען אין די סאוט זענען ליידער ליידער די גרעסטע רוצחים ווען ס׳קומט צו מענטשען וואס זענען נישט ווייס ווי זיי...
און וואס איז א חילוק צו ער פארגאזט קינדער? פייניקן איז לשיטתך אקעי? צונעמען זיבעציג טויזנט קינדער אין איין יאהר פון זייערע עלטערן איז אקעי? פאר גארנישט און פאר נישט!? באשמיצן מעקסיקאנער איז אקעי? נאר קעגן אידן טאר מען נישט רעדן?!
פארוואס איז זיין אדמינסטראציע געגאנגען אין געריכט אז זיי ווילן האלטן די קינדער לענגער?
קוק די ווידעא אין געריכט ווי זיי טענהן אז מזאל זיי נישט געבן קיין בעסיק זאכן... א הימל געשריי! די ריכטער קען זיך נישט גלייבן וואס ער הערט!
דאס איז אמעריקע? קליינע קינדער פייניקן? דאס איז נאציזים נוסח 2019! נאציזים 2.0...
אויב דו וואלסט געהאלטן א קינד וואס זיין טאטע איז באגאנגען א קריים וואלסטו אים געפייניקט???
אונז זענען די מלכות של חסד? פארוואס פייניקן זיי זיבן הונדערט טויזנט קינדער וואס זענען דא אויפגעוואקסן און דאס איז זייער היים בשעת רוב מענטשען אין אמעריקע ווילן מ׳זאל זיי דא לאזן?
אונז אידן דארפן נישט אויסשטרעקן די האנט פאר אזא רשע מרושע!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 1:26 am
דורך שבת אחים
קאך_לעפל האט געשריבן:א אנטיסמטיט בן אנטיסמיט!
פונקט אזא אנטיסמיט ווי קענעדי???
בן אנטיסמיט אויך? קענסט מיין טאטע? דו קענסט מיך נישט און נישט מיין טאטע איך קען דיך יא, איך האב דיר געשיקט דיין עכטע נאמען אין אישי...
ביי דיר, יעדער וואס האלט נישט פונקט ווי דיר איז אויטמאטיש א אנטיסמיט... און א זוהן פון א אנטיסמיט אויך...
ווייסט ווער סאיז א אנטיסמיט דיין רבי רעבארן, און א שלעכטע ביטערע מענטש אויך... א נידריגע ברואה איז ער. א גרויל!
די ווערמעדיגע קינדער האסטו פארגעסן... אה די ספאנישע קינדער זענען מסתם אין די קליינע קאפ ״ווערמיגע קינדער״
איינער וואס קען אזוי רעדן אויף אידישע קינדער איז טאקע א אנטיסמיט!
קענסט שרייען אנטיסמיט ביז מארגן. ס׳וועט דיר גארנישט העלפן האסט נישט קיין שום באווייזן אז איך בין אנטיסמיט. אבי געדערט אין די וועלט אריין...
מיט אלע דיינע שטירמער- פראפאגאנדע ארטיקלן אינאיינעם קענסטו נאכאלץ נישט מסביר זיין פארוואס טראמפ מיט ענקערע מענטשען זענען געגעאנגען אין געריכט אז מזאל נישט געבן פאר די קינדער די מינימום געברויכן איבערצולעבן.
די גאנצע פרייע וועלט האט אים פארדאמט! ער איז א רשע און דו ביסט א נותן יד לפושעים.
צענדליגער מענטשען פון זיין אייגענע פארטיי האט אים פארדאמט!
קענסט שרייען שטירען אפפאל אנטיסמיט סוועט דיר גארנישט העלפן טראמפ איז דערנאך במילא... די מענטשען אין אמעריקע זענען נישט אינגאנצן משוגע...
ביסט דאך א חסיד וועסטו שרייען אנטיסמיט יעדע פינף מינוט במילא אפילו ס׳קומט בכלל נישט אריין דא... אן קיין שום סיבה... אן קיין שום באווייזן... אן קיין פארוואס, אן קיין פארווען. אבער דו אליינס מעגסט שטיצן איינעם וואס האט די יאהר געפייניקט זיבעציג טויזנט אומשולדיגע ארימע קינדער... א אנטיסמיט איז געפערליך ווייל דו ביסט דאך א איד משא״כ ספאנישע און שווארצע מעג מען לכתחילה פייניקן!!! און נאך שרייבן לאנגע ארטיקלן צו בארעכטיגן הוילע רשעות!? און איך בין נאך דער רודף? איך בין גאר די פראבלעם?? טראמפ מיט זיין רשעותדיגע פאליסיס איז א צדיק, פארדעם טאקע שטיצן אים די אמעריקאנע נאציס און די KKK... הא הא...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 2:16 am
דורך קורקלענד
און ווער ס'האלט נישט ווי שבת איז אויטאמאטיש א נאצי.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 2:18 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:און ווער ס'האלט נישט ווי שבת איז אויטאמאטיש א נאצי.
ניין ווער ס׳שטיצט טראמפ איז א נאצי נוסח 2019! איינער וואס שטיצט רשעות און אכזריות צו קליינע קינדער איז א נאצי.
איך האב באווייזן אז ער טוט רשעות. דו שרייעסט סתם אזוי...
ענק אלע קענען נישט ענטפערן פארוואס ער פייניקט קינדער?
דו וואלסט געטוהן אזא זאך? צו קליינע קינדער? אויב יא ביסטו א אכזר און א נאצי...
קלאר און דייטליך!
אסאך רעפובליקאנער האלטן אויך אזוי. זיי האבן עס טאקע פארדאמט! זיי זענען טאקע נישט קיין נאציס, מיט ראמני איז נישט קיין נאצי. לינדזי גרעהם איז יא נאצי און א גרויסע סאוטערן שוטה אויך...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 2:39 am
דורך קורקלענד
#רעהטאריק #פּראַפֶּעגאַנדע #דעמאָגאָגיע #אַשאָדדיצייט.
ראָשע ראָשע ראָשע
סאַרי, אוקריינא אוקריינא אוקריינא.......
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 2:50 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:#רעהטאריק #פּראַפֶּעגאַנדע #דעמאָגאָגיע #אַשאָדדיצייט.
ראָשע ראָשע ראָשע
סאַרי, אוקריינא אוקריינא אוקריינא.......
האסט נאכאלץ נישט וואס צו ענטפערן פארוואס דו שטיצט א רודף?
יא אוקריינא אוקריינא אוקריינא...
גוט געהערט!!!
אז דיין פערד טראמפ האט נישט קיין שכל נאכדעם וואס מ׳האט געהאקט אין קאפ אריין צוויי יאהר אז די רוסן האבן זיך אריינגעמישט אין די עלעקשאונס. מוללער האט נישט געטראפן קיין דירעקט לינק אז טראמפ האט געבעטן רוסלאנד זיך אריינצומישן. איז ער א טאג נאכדעם געגעאנגען צו אוקריינא און אפענערהייט צוריק געהאלטן געלט וואס קאנגערס האט באשטימט פאר אוקריינא. ווילאנג זיי עפענען נישט א אינוועסטאגעישאן קעגן זיין political opponent... דאס איז Extortion and abuse of power, און הונדערט פראצענט אומלעגאל...
קיינער איז נישט העכער ווי די געזעצן! אפילו איינער וואס האט באפרייט רובאשקין און שטיצט מדינת ישראל!
אפילו איינער וואס קלעימט אז ער קען הארגענען א מענטש אויף פיפט עווניא...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 4:53 am
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:ווייטער זעהט מען דיין גרויס טפשות. היינטיגע צייטן קען מען דאס טאקע נישט טוהן טאקע דערפאר ווייל נארמאלע מענטשען שרייען....
און וואס איז א חילוק צו ער פארגאזט קינדער? פייניקן איז לשיטתך אקעי? צונעמען זיבעציג טויזנט קינדער אין איין יאהר פון זייערע עלטערן איז אקעי? פאר גארנישט און פאר נישט!? באשמיצן מעקסיקאנער איז אקעי? נאר קעגן אידן טאר מען נישט רעדן?!
הקיצור ביזטו מודה אז טראמפ צילט בכלל נישט אויף די זאכן וואס די נאציס האבן געטון, וואס וואלט געווען ווען נישט די מידיע ווייסט איין באשעפער, דאס אז דו דמיונ'סט אז דו ווייסט מאכט איהם נישט פאר קיין נאצי, ס'מאכט דיר פאר א נאצי. דו רעדסט די זעלבע שפראך וואס היטלער האט גענוצט קעגן די אידן ערב די האלאקאוסט, גאנצעטע דרשות האט ער גערעדט אז די אידן האבן אנגעפאנגען די ערשטע וועלט מלחמה, די אידן ווילן אונטערברענגען אייראפע, די אידן גייען, די אידן ווילן. ער ווייסט שוין, ער מאכט שוין, ער טוט שוין, ער דרייט שוין א רעדל, מ'פראדוצירט מאנסטערס פון פרי דמיונו ארויס. דו פרעגסט וואס איז די חילוק צו מ'פארגאזט מענטשן צו מ'שטעלט זיי נישט צו געהעריגע בית הכיסאס? אויב דו פארשטייסט טאקע נישט די חילוק ביזטו טאקע א נאצי. וואס אנבאלאנגט די צונעמען קינדער, איך האב נאכנישט דורכגעטון וויפיל ס'איז ערגער געווארן פון אבאמא'ס צייטן, און וויפיל ס'איז ערגער געווארן אין אבאמבא'ס צייטן פון בוש'ס צייטן, און איך מיין אז דו האסט עס אויך נישט דורכגעטון. לויט ווי איך הער גייט עס שוין יארן אויפ'ן זעלבען סיסטעם און האט נישט גארנישט מיט טראמפ איינגעלייגט, העכסטנס רוף איהם אן אבאמא, א קלינטאן, א קרימינאל, אן אויסווארף, אבער א נאצי איז ער נישט אפילו לשיטתך.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:09 am
דורך פערינא
הלוואי די נאציס פארשיקן די אידן אנשטאט זיי אויסקוילען אין גאז אויווענעס.
פוקד עוון אבות על בנים (נישט אז דאקא האט דווקא א שייכות צו די קאנסעפט)איז גראדע א אידישער קאנצעפט, נישט קיין נאצישע.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נאר געוואלט דא אריין קומען אין אשכול מעורר צו זיין א הלכה'דיגע שאלה אויף די הנהגה פון ראביי וויי ווויי. ער האט געזאגט א ברכה 'אשר נתן מכבודו לבשר ודם'. לכאורה אויף א סטאבילע דזיניאוס דארף מען זאגען 'אשר נתן מחכמתו לבשר ודם'. א שאלה קען מען פרעגן צו מ'דארף פאראייניגען די ברכות מיט איין 'אשר נתן מכבודו וחכמתו לבשר ודם', וצ"ע.
הרב שבת אחים – דו דארפסט אראפ נעמן די 'בליינדערס' וואס דו האסט. מיר קענען נישט לעבען אין קיין 'שיטה"ק', אונז אידען האבען נישט דער לוקסוס, מיר דארפען טון פראקטיש. ווען טראמפ איז פרעזידענט, חנפ'ט מען איהם פונקט ווי מ'האט געחנפ'ט די פריצים, קייסערס און זאגאר די נאציס בשעתו. אזוי טוט מען, און אזוי לעבט מען. ווען די עווענט וואלט געמאכט די חילוק צו טראמפ ווערט ערוועלט אלס פרעזידענט, וואלט מען געדארפט דורכטראכטען די ענין. יעצט אז עס מאכט עכט נישט צופיהל אויס, טון מענטשן וואס איז גוט פאר זייער ביזנעס\עסקנות (משמעות דורשין איכא בינייהו).
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:37 am
דורך אישתישבי
ליטוואק
ווען ער מאכט מחכמתו אויף טראמפ איז עס א זיכערע ברכה לבטלה...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 10:06 am
דורך קאך_לעפל
איבער די פאלשע דאקא טרערן פון דעם וויזשניצן נאצי פראקאלאמירער, דער סאציאליסט און שמאלקעפיגער פארשוין, האבן מיר אויפגעמאכט א באזונדערן אשכול...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט מיר געוויזען אז הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל רעדט שוין פון א חלק פון מיין שאלה
דא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:56 pm
דורך הדסים
שבת אחים האט געשריבן:סוועט דיר גארנישט העלפן טראמפ איז דערנאך במילא... די מענטשען אין אמעריקע זענען נישט אינגאנצן משוגע...
טראכסט עכט אזוי? איך זאג נישט אז ער קען נישט פארלירן, אבער דארפסט זיין גרייט פאר נאך פיר יאר אויב דו ווילסט נישט כאפן א שאק אזויווי לעצטע מאל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:42 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב שבת אחים – דו דארפסט אראפ נעמן די 'בליינדערס' וואס דו האסט. מיר קענען נישט לעבען אין קיין 'שיטה"ק', אונז אידען האבען נישט דער לוקסוס, מיר דארפען טון פראקטיש. ווען טראמפ איז פרעזידענט, חנפ'ט מען איהם פונקט ווי מ'האט געחנפ'ט די פריצים, קייסערס און זאגאר די נאציס בשעתו. אזוי טוט מען, און אזוי לעבט מען. ווען די עווענט וואלט געמאכט די חילוק צו טראמפ ווערט ערוועלט אלס פרעזידענט, וואלט מען געדארפט דורכטראכטען די ענין. יעצט אז עס מאכט עכט נישט צופיהל אויס, טון מענטשן וואס איז גוט פאר זייער ביזנעס\עסקנות (משמעות דורשין איכא בינייהו).
די תגובה דערמאנט מיך עפעס פון די נטורי קרתא...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט מיט דעם זענען נטורי קרתא נישט גערעכט. ווען זייער זיך טרעפן מיט שונאי ישראל וואלט עפעס אויפגעטון, וואלט מען אויך דאס געמוזט טון. די קהלה אין לונדון טרעפט זיך כסדר מיט די אימאם'ס פון די לאקאלע מוזלעמענער. זיי גייען אבער פאר אן אנדערן טעם. זיי וויללען מאכען א שותפות מיט די שונאי ישראל אומצוברענגן די מדינה הציונית, ווייל אזוי שטייט אין מצוה נומער 614 אז מ'דארף אונטערברענגן מדינות הציונות בכל מקומות מושבותיהם. ווען די ציל וואלט געווען צו מינערן די ריזיקע פון אן אטאקע אויף פרומע אידען, וואלטען זיי עס מסתמא געטון אויף אן אנדערן אופן, און עס וואלט געווען גערעכט מצדם.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:07 pm
דורך היכי דמי
די נאנסענס אויף איי וועלט איבער די מסיבה, איז ממש בושות.
קוקט אויס ווי דער עולם דארט גייט אויס פאר קנאה.