בלאט 2 פון 15

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:47 am
דורך זר זהב
איים סארי טו הער... :cry:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 1:11 am
דורך שמואל הלוי
ווי עס קוקט אויס איז די פראבלעם געלעזט, עכ"פ אויף דערווייל, לאמיר האפן אז אכן כן הוא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:01 pm
דורך שמואל הלוי
ב"ה ס'איז טאקע גענצליך נעלם געווארן די פראבלעם.
א הארציגן דאנק פאר די טייערע חשוב'ע הנהלה פארן אריינלייגן שווערע כוחות אז אלעס זאל קלאפן כסדרן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:35 pm
דורך זר זהב
וואסי פשט אז איך נישט אריינגיין צו מיינע פריוואטע הודעות? ס'קומט ארויף א בלענק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:44 pm
דורך באריסטא
די הנהלה ארבעט אויף דעם פראבלעם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:50 pm
דורך באריסטא
שוין פארראכטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:51 pm
דורך שמואל הלוי
מילין אין בפינו לברך ולהודות ולהלל על עזרתכם המרובה בכל עת ובכל רגע ובכל שעה :דאבללייק:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:55 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:מילין אין בפינו לברך ולהודות ולהלל על עזרתכם המרובה בכל עת ובכל רגע ובכל שעה :דאבללייק:

כאטשיג בעצם בין איך מסכים צום הודאה והילול, איז עס אבער דא נישט קיין באווייז. די סיסטעם האט אונטערגעפאנפעט, און מ'ברויך פארריכטן. דאס איז משורת הדין. לפנים משורת הדין איז ווען מ'גייט אן עקסטרע מייל פאר אונז, לדוגמא, די לייק קנעפל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:57 pm
דורך שמואל הלוי
יידל; גאנץ קאווע שטיבל בעצם איז א עקסטערע מייל, און איז לפנים משורת הדין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:58 pm
דורך זר זהב
דאס איז ביז מדת הדין האט זיך אנגערוקט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:01 pm
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:מילין אין בפינו לברך ולהודות ולהלל על עזרתכם המרובה בכל עת ובכל רגע ובכל שעה :דאבללייק:

כאטשיג בעצם בין איך מסכים צום הודאה והילול, איז עס אבער דא נישט קיין באווייז. די סיסטעם האט אונטערגעפאנפעט, און מ'ברויך פארריכטן. דאס איז משורת הדין. לפנים משורת הדין איז ווען מ'גייט אן עקסטרע מייל פאר אונז, לדוגמא, די לייק קנעפל.

האב איך דיר טאקע געגעבן די עקסטערע מייל דערפאר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:02 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:דאס איז ביז מדת הדין האט זיך אנגערוקט.

און וואס איז דעמאלטס געשען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:06 pm
דורך זר זהב
האט'סעך אלעס אנגעהויבן גיין ע"פ דין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דאס איז ביז מדת הדין האט זיך אנגערוקט.

און וואס איז דעמאלטס געשען?



זר, דאס איז א גוטס!
כ'האב שטארק הנאה פון א ענטפער וואס שטימט!

ס'טייטש, ביז "מדת הדין" איז געקומען, און אלעס איז געווארן (מ'כלומר'שט) געפירט אויפן מידת הדין, האט געהערט א "לפנים משורת הדין" עפאכע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:12 pm
דורך שמואל הלוי
נפתלי האט געשריבן:האב איך דיר טאקע געגעבן די עקסטערע מייל דערפאר

וועלכע עקסטערע מייל האסטו מיר געגעבן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:12 pm
דורך זר זהב
יא יא איך גלייך אויך זייער ווען עפעס שטימט, אפילו למעשה מאכט עס נישט קיין סענס... (כאפסט?)
שקויעך פאר די קאמפלימענט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:48 pm
דורך שמואל הלוי
ביי ענק איז אויך געווארן געטוישט די פאנט פון קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:52 pm
דורך לעמיל
נישט ביי מיך
העכער אפט-געפרעגטע פראגעס קען מען מאכען קלענער אין גרעסער אפשר האסטו בטעות געדרוקט דארט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:52 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב אויך אזוי געמיינט, אבער איך זעה אז ס'האט נישט צו טון מיט די סייז, נאר בעצם די פאנט איז געווארן געטוישט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:12 pm
דורך שמואל הלוי
יעצט איז שוין אלעס געהעריג, אבער פאר איין סעקונדע נאכן לאודן די פעידזש איז עס נאך אלס מיט די אנדערע פאנט.

מיר מאכט עס זייער נערוועז, קיינער האט נישט די פראבלעם?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה נישט גארנישט.
אפשר לייגסטו ארויף א סקרין-שאט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:21 pm
דורך שמואל הלוי
אויפן סקרין שאט דערקענט זיך עס נישט אזוי שטארק, אבער עפעס א חילוק וועט איר זעהן וויאזוי עס זעהט די ערשטע סעקונדע נאכן לאודן די פעידזש, דערנאך ווערט עס צוריק גרעסער, איך בין מסופק צו ס'איז אביסל א אנדערע פאנט צו ס'איז פשוט א אנדערע סייז, אדער ביידע גאר.

בעפאר
בעפאר.JPG
בעפאר.JPG (99.9 KiB) געזען געווארן 3265 מאל


עפטער
עפטער.JPG
עפטער.JPG (95.55 KiB) געזען געווארן 3265 מאל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:24 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה א שטיקל חילוק.
וועלכע בראוזער?
האסט פרובירט מיט א אנדערע?