בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:34 am
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:ווי אין ויואל משה איז דא ווערטער אויף עברית?

עיתון
רהיטים
און נאך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 2:32 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ... עיתון איז טאקע עברית. ס'וואלט געדארפט צו שטיין .."מכתב עת"... דאס שטאמט פון סענדער דייטש. ער איז געווען א מזרחי'סטישער צייטונג שרייבער איידער ער איז צוריק נתקרב געווארן צו רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. אבער ..."רהיטים"... איז לשון הקודש...ס'שטייט אין שיר השירים...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 11:09 am
דורך נקודת-אמת
שמעון וואלף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווי אין ויואל משה איז דא ווערטער אויף עברית?
עיתון
רהיטים
און נאך

berlbalaguleh האט געשריבן:אבער ..."רהיטים"... איז לשון הקודש...ס'שטייט אין שיר השירים...!

רהיטים אויף עברית איז טייטש 'מעבל' און אויף ענגליש 'furniture'. און דאס איז א נייע עברית'ישע ווארט לכל הדעות.
אזוי אויך האט געמיינט רביה"ק בספרו 'ויואל משה' ווען ער האט דאס געשריבן.
אויף 'מלך אסור ברהטים' (שיה"ש ז, ו)
איז לכאורה צינורות מים וביוב (ענגליש: Water and sewage pipes)
אויף 'רהיטנו ברותים' (שיה"ש א, יז)
אדער מיינט דאס כנ"ל,
אדער מיינט דאס העלצעלעך אזעלכע ווי וואס מ'האט גענוצט אלטס א שלאס בימים ההם.
אדער מיינט דאס די Tiles פון די ערד פון ביהמ"ק.
אדער מיינט דאס די טירן פון ביהמ"ק.

נאך א עברית ווארט וואס שטייט כמעט אויף א יעדע צעטל וואס קומט ארויס אפיציעל פון תלמידי רבינו ההולכים בדרכו איז:
"מוסדות"
וואס אויף לשון הקודש איז טייטש אבני יסוד הבניין
און אויף עברית איז דאס א לשון פון אינסטיטוציעס
נעקסט טיים ווען איהר זעהט א צעטל וואס פאררופט אייך להצלת 'המוסדות על טהרת הקודש'
פרעגט דער מוסדות ראטעווער אויף וועלכע שפראך פונקטליך איז דאס ווארט 'מוסדות'...

קען זיין אז ס'איז כדאי צו טוהן דערוועגן באריכות אין אן אשכול המיוחד לחקר לשון הקודש, אבער להערה איז גענוג דאס.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 9:10 am
דורך טאמבל סאס
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ייש"כ פארו ארויף ברענגן די נושא.

מיין קשיא איז, אייביג ווען ס'קומט צו די סארט מיסטישע זאכן, פארוואס זענען נאר די מקובלים און מיסטיקער פארנומען מיט זאכן ס'טייטש איין מקובל וועט מעיד זיין אויפן צווייטן בעל מקובל אז א מלאך/אחיה השילוני/אליהו הנביא וכדומה האט זיך באוויזן/גערעדט/אויסגעלערנט וכדומה.
פארוואס למשל דערציילט מען עס נישט אויפן נודע ביהודה, פני יהושע, חכם צבי, ר'יעקב עמדין, אדער אפילו אויף פריערדיגע אדער אפילו אויפן אלשיך וואס האט געלעבט אין די זעלבע תקופה און אפילו געוואוינט אין צפת און איז געווען א תלמיד פונעם ב"י???


לא הבנתי

מיט וואס איז דער בית יוסף אנדערש פון חכם צבי און יעב"ץ זיי זענען ביידע געלעגען סיי אין הלכה און סיי אין קבלה

דער חכם צבי רעדט פון א גולם וואס א זיידע זיינער האט באשאפען דורך שמות (לגבי צו מקען מצרף זיין צו מנין א גולם) איך שיהיה איז דער חילוק פון מאכען א גולם צו לערנען מיט א מלאך נישט קיין גרויסע

בכלל ווערט דערמאנט דער ענין פון גילוי אליהו אין גמרא נאר ביי געוויסע אמוראים פארוואס פונקט ביי זיי ?
מיין שאלה איז נישט פארוואס טייל ת"ח האבן זוכה געווען צו א מגיד מער ווי אנדערע, נאר פארוואס דערציילט מען עס דוקא אויף בעלי מקובלים און נישט אויף אויף ת"ח וואס זענען נישט געווען באוואוסט אז זיי זענען עוסק אין קבלה???

אפשר ווייל די לעצטע זענען בטבע (א ראיה קוק וואס זיי זענען עוסק אין) נישט געווען קיין מיסטיקער נאר ראציאנאלע מענטשן אלזא זענען זיי נישט זוכה צו דער חלק וואס די מיסטיקער זענען זוכה (וכן להיפך) א קשיא איז נאר אויף אזעלכע ווי דער רמח"ל וואס ווען מ'קוקט אין אזעלכע ספרים זיינע ווי דער מסילת ישרים שטעלט זיך ארויס אז ער האט נאך פארמאגט אזעלכע כוחות הלוגיקה ווי מיסטיקה איז ווי גיבט דאס אז ער זאל זיך נישט אליין ספיקה'ן צו ער איז גענצליך מיט אלעמען און צו ער הולוציענירט נישט אדער לכה"פ זיך שעמען צו פארציילן אז מלאכים קומען אים באזוכן און זענען מדברים מתוך גרונו אחוץ אויב ער האט באמת עקספיריענסד אזעלכע געשעהענישן און געווען אויפגעוויזן במוחש אז ס'איז א דבר אמת...?? נאר איך מיין אז היינט זענען אויך דא אזעלכע (די וואס מ'האט נישט עספיעט אריינצולייגן אין משוגעים הויז און אנשטאפן מיט פילן) וואס האבן אזעלכע חזיונות און איבערגענג נאר אז ס'איז אן עולם הנסתר אוואו מ'גלייבט גארנישט האלטן זיי עס בסוד...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:27 pm
דורך יאסל ראקאווער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ייש"כ פארו ארויף ברענגן די נושא.

מיין קשיא איז, אייביג ווען ס'קומט צו די סארט מיסטישע זאכן, פארוואס זענען נאר די מקובלים און מיסטיקער פארנומען מיט זאכן ס'טייטש איין מקובל וועט מעיד זיין אויפן צווייטן בעל מקובל אז א מלאך/אחיה השילוני/אליהו הנביא וכדומה האט זיך באוויזן/גערעדט/אויסגעלערנט וכדומה.
פארוואס למשל דערציילט מען עס נישט אויפן נודע ביהודה, פני יהושע, חכם צבי, ר'יעקב עמדין, אדער אפילו אויף פריערדיגע אדער אפילו אויפן אלשיך וואס האט געלעבט אין די זעלבע תקופה און אפילו געוואוינט אין צפת און איז געווען א תלמיד פונעם ב"י???


זעע